ניין ר' יונה כהן , מ'לאזט נישט רעדן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ניין ר' יונה כהן , מ'לאזט נישט רעדן

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מיטוואך יאנואר 09, 2019 10:04 am

אויף קול מבשר רעדט ר' @יונה כהן און רעדט דירעקט צו נפתלי מאסטער. די ערשטע זאך וואס ער זאגט איז אז מאסטער זאגט אז חסידים קענען נישט זאגן א מיינונג ווייל זיי האבן מורא , ר' יונה כהן לייקענט עס אינגאנצען אפ און זאגט אז יעדער קען געהעריג אויסדריקן א מיינונג. אין פאקט , מענטשן זאגן אים כסדר מיינונגען!! קודם כל , אויב מענטשן זאגן פאר אים כסדר מיינונגען אהן קיין מורא ווייסט דאך ר' יונה אז אסאאאאך חסידים זענען בדעה אחת מיט מאסטער . אבער דאס איז א זייטיגע פוינט. איך וויל נאר פרעגן ר' יונה וואס האט א פלאטפארם צו רעדן אויף קול מבשר , קען א צווייטער רעדן אויף קול מבשר א פארקערטע מיינונג?? איך פארשטיי אז מ'קען נישט זאגן אז מ'שטיצט מאסטער , אבער מ'קען זאגן א לעגיטימע מיינונג אז די ענגליש איז א חורבן אין רוב חדרים (בפרט אין וויליאמסבורג און ק''י , און אז ס'איז דא חדרים וואס שטעלן נישט צו די מינימעם? און אז דאס דארף א תיקון ??

בכלל איז מיר א ווינדער אויף ר' יונה אז ער זאגט פשוט ליגענט. נאך פאר די סטעיט האט קלאר געמאכט אז ס'איז נאר 3.5 שעה האט שוין מאסטער געשריגן אז ס'איז אוממעגליך אז די רעגעלעישענס איז 7 שעה , און א שיינע פאר מענטשן וואס האבן געליינט די רעגעלעישענס בעיון האבן געזאגט נאך פאר די סטעיט האט עס באשטעטיגט אז מ'רעדט פון די שעות איבער צוויי יאהר און נישט איבער איין יאהר. וואס מאסטער שרייבט וועגן דעם איז די פאקט און וואס ר' יונה און די אגודה זאגן איז ליגענט.

ר' יונה זאגט אז מידיאם האט אראפגענומען מאסטער'ס ארטיקעל ווייל ס'האט ליגענט. אין פאקט האבן זיי עס אראפגענומען וועגן ס'האט געהאט סקרין שאט'ס פון אימעילס און זיי לאזן נישט לייגן אזעלכע סקרין שאט'ס נאר מיט רשות פון ביידע זייטן . די רגע וואס מאסטער האט עס אראפגענומען האבן זיי צוריקגעלייגט די ארטיקעל.

ר' יונה , וואשינגטאן פאוסט וואלט אייך געגעבן פיר פינאקיאס.
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 997
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1600 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך יאנואר 09, 2019 10:34 am

די גזירה ווערט ערגער און ערגער. קודם האבן זיי געוואלט זיבן שעה, און יעצט האט מען אויסגעפינען בסוד סודות אז זיי גייען מאכן א געזעץ אז מען טאר נישט טראגן קיין קאפעל בשעת מען לערנט לימודי חול. היל"ת, מען גייט דאס פייטען עד הסוף, דער קעניג פון מאנרא האט שוין געזאגט אז דער דרך התורה איז מלחמה, און מען מאכט א דרעפט, אלע בחורים און כולל אינגעלייט מוזן אנטייל נעמען. מען ווען מאביליזירן די טרופען, און מען וועט באלאגערן די הויז פין די כלב'טע אין אלבאני, און נישט אפטרעטן ביז זיי ציען צוריק פין די גזירה..

הרבה"ח ר' שמחה פעלדער האט שוין געזאגט אז ער האט פארלוירן זיין איינפלוס דורך רעדן שיין, און אז עס גייט נישט מיט מוח גייט עס מיט כח.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2422
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1279 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך יאנואר 09, 2019 10:36 am

שיק דאס אריין צו יונה כהן

http://westchester.news12.com/story/397 ... ak-english
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 629 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1794 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:17 am

ביי אונז אין מקווה האלט רוב עולם אז ענגליש אין די חדרים איז א חורבן און קיינער שעמט זיך נישט אדער האט מורא דאס צו רעדן. לגבי קול מבשר דארף מען זיי פרעגן.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3891
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1783 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6118 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:27 am

אפילו אין טוילעט וועלט זענען רוב מודה אז די מצב מיט ענגליש איז צריך תיקון גדול.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 629 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1794 מאל

הודעהדורך calculator » מיטוואך יאנואר 09, 2019 1:23 pm

לעיקוואד האט געשריבן:ביי אונז אין מקווה האלט רוב עולם אז ענגליש אין די חדרים איז א חורבן און קיינער שעמט זיך נישט אדער האט מורא דאס צו רעדן. לגבי קול מבשר דארף מען זיי פרעגן.


לאמיר זעהן צי איינע פין די מענטשען וואלטן ארויס געקומען ברבים רעדן? קיינמאל, ווייל די נעקסטע טאג איז דא פאשקאווילן אויף אים אין אלע גאסן. נפתלי מאסטער איז געווען קליג קודם איז ער ארויס פין אינזער community אין יעצט קען ער טוען וואס ער וויל.
די פאקט איז איינער וואס איז אין די community אין ער וויל רעדן אנדערש ווי די סיסטעם וועט מען אים רודפ'ן עד הסוף, אין מקוה יא ווייל עס איז "דאמירן בעלמא" אבער אויב ער וויל עפעס אויפטוען למעשה וועט מען אים דערגיין זיינע יארן לו ולזרעו.
והא ראיה פארוואס איז קאווע שטיבל שטיבל געבלאגט ביי אלע פילטער'ס פין אינזער community?
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 333
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

הודעהדורך יואליש » מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:04 pm

דו האלטסט אז יונה כהן ווייסט נישט וואס דו און יעדער חדר אינגל ווייסט? טאקע דאס, די זעלבע סיבה פארוואס א צד השני ווערט צענזערירט פון קול מבשר, אייוועלט און היימישע מידיא איז די סיבה פארוואס כהן וועט דאס נישט דרש'ן בפומבי און וועט ליגענט זאגן דערוועגן. ס'איז א דבר פשוט פאר רוב קול מבשר צוהערער אז אויב דער אמת קונקוריריט מיט די אפיציעלע ליניע ברויך מען דעם אמת צענזורירן אדער זאגאר אפשלאגן מיט א ליגענט. דערפאר, ווייל דאס איז די רצון פון רוב קונדן, קען מען אנדערש קיין שטימע אין די היימישע מידיא באקומען. ודבר פשוט הוא.

ראפאפורט און ווידער און פיל אנדערע זענען א סעמפעל פון קליגע אינגעלייט וועלכע ווייסן אז זייער פריוואטע מיינונגן וועלן זיי נישט מאכן פאפולער און זיכער וועלן זיי נישט באקומען דערפאר די היימישע פלאטפארמעס און מידיא קאנאלן. דעריבער האבן זיי בוחר געווען צו קעמפען פאר די פאפולערע צד בגלוי, כדי צו ענדזשיוען די שטיצע פון אירע נאיווע צוהערער, און לאזן זיך הערן זייערע פריוואטע מיינונגן פריוואט אדער גאר אנאנימים.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3916 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:43 pm

calculator האט געשריבן:והא ראיה פארוואס איז קאווע שטיבל שטיבל געבלאגט ביי אלע פילטער'ס פין אינזער community?

טראכט א מעניט, איז דיין ראיה א ראיה?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2547
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1984 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1152 מאל

הודעהדורך calculator » מיטוואך יאנואר 09, 2019 3:46 pm

הקטן האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:והא ראיה פארוואס איז קאווע שטיבל שטיבל געבלאגט ביי אלע פילטער'ס פין אינזער community?

טראכט א מעניט, איז דיין ראיה א ראיה?

אף על פי שאין ראיה לדבר, זכר לדבר
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 333
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 09, 2019 3:57 pm

פארוואס טאקע לאזן די היימישע פילטערס עס נישט אדורך?
אריינצושיקן א קוויטל אדער באקומען א ברכה אדער סתם דורכצושמועסן ספיקות און חקירות, פארבינדט זיך צו: torahbelidaath@gmail.com
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3456
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2565 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך יאנואר 09, 2019 4:47 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס טאקע לאזן די היימישע פילטערס עס נישט אדורך?


ווייל ס'קען פשוט צוברעכען די פילטער...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2516
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3301 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך יאנואר 09, 2019 5:12 pm

למעשה בין איך נישט זיכער אז קול מבשר וועט נישט נעמען א צד שני וואס איז גרייט צו זאגן אז לימודי חול דארף א תיקון און איז וויכטיג. אוודאי זאגען אז מאסטער איז גערעכט איז קעגן די רעליגיע, און דאס וועלען זיי נישט צולאזן, ווייל ער האט שוין גענוג געווען פין איסורים, אבער א צד שכנגד איז ער מן הסתם יא גרייט. זאל איינער רופען דרעזנער און פרעגן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2422
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1279 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך יאנואר 09, 2019 5:49 pm

איך בין יא זיכער.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 629 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1794 מאל

Re: ניין ר' יונה כהן , מ'לאזט נישט רעדן

הודעהדורך החוקר » מיטוואך יאנואר 09, 2019 8:57 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס טאקע לאזן די היימישע פילטערס עס נישט אדורך?
ווייל זיי האבן נישט צו דעקן די הוצאות הקאווע. קוים קוים וואס זיי דעקן די בודזשעט אזוי, ווילסטו צולייגן קאפי.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 861
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

Re: ניין ר' יונה כהן , מ'לאזט נישט רעדן

הודעהדורך אונטער חכם » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:19 am

איך געדענק גראדע יונה כהן רעדן אמאל אויף קול מבשר אז עס איז א פראבלעם, פארשטייט זיך אז ער האט עס געמוזט באגלייטן מיט פארשידענע דיסקלעימערס אבער ער האט גערעדט און עס איז גארנישט געשען.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 367 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 2:59 am

גדליה האט געשריבן:אפילו אין טוילעט וועלט זענען רוב מודה אז די מצב מיט ענגליש איז צריך תיקון גדול.

Wow !!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1672
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 912 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 858 מאל

Re: ניין ר' יונה כהן , מ'לאזט נישט רעדן

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 10:29 am

איך געדענק הערן פון רבי שאול קליין אין זיין חצי שיעור אויף קול מבשר אז די לימודי חול היינט צריך תיקון גדול ולא כך היית בימיו, ווען ער האט געלערנט אין סאטמאר חדר


Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 337 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 3 געסט