ווער האט חרוב געמאכט אלגעמיינע ערליכע אמעריקאנע אידנטוהם?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

ווער האט חרוב געמאכט אלגעמיינע ערליכע אמעריקאנע אידנטוהם?

שליחה דורך Buddy »

פאר די קריג איז פארגעקומען אין אמעריקא א אומגלויבליכער מהפכה, ווען טויזנטער אידן זענען נתקרב געווארן צו תורה ומצוות דורך די מהלך פון רבן של שישראל רבי שרגא פייוויל מענדלאוויטש זי"ע! ער ער האט געשיקט זיינע בעסטע תלמידים צו ליובאוויטש, בית מדרש גבוה [זיי טעהנן אז זיי האבן געבויט אידישקייט אין אמעריקא], חיים ברלין, טלז, סאטמאר [און אזויפיל הכרת הטוב האט מען אז מען הייליגט דעם מלאך און נישט אים!], קלויזנבורג מיט א בינטל געלט.

ער האט אויפגעשטעלט א נעץ איבער אמעריקא צוריקצוברענגען אידן דורך תורה ומסורה, אויפמאכן חדרים און ישיבת, מען פלעגט נעמן די white pages און געזוכט אידישע נעמען און זיי געבעטן צו שיקן זייערע קינדער אין די ערליכע מוסד, אידן האבן ענדליך געהאט א וועג צו אידישקייט אן דארפן דורכגיין השפלות נאר בדרך כבוד, די אלע אידן האבן זיך מיט מסירת נפש געבויט זייער אידישקייט [אבער נישט די השפלה נוראית, וואס א יעדע בעל\ת תשובה גייט אדורך פון אונזער פארשטינקענעם אגו, (בפרט פון די מוסדות וואס גייען מיט אונזער רצון) קען היינט ארויסגעבן א בוך איבערדעם].

ער האט אויפגעמאכט "אש דת" וואס האט ארויסגעגעבן הערליכע פירות צו שטעלן מנהיגים אויף די מהלך פון תורה ועבודה, תורה עם דרך ארץ, אבער בהתנגדות פון אנדערע האט מען דאס איבערגעביטן אויף בית מדרש עליון וואס האט גענייגט די מהלך. אזש מען האט זיך אפילו געגרייט צו גרינדן א אידישע יונעווערסיטיבהסכמת גדולי ישראל וואס וואלט געטוישט די ערליכע אידישע פאנאראמע אויף אייביג!

דאס אלעס איז געקומען צו א ביטערע אפשטעל!

וואס האט אבער פאסירט?


נאך וואס ר' פייבל האט געשיקט זיינע בחורים צו נאשן פון "אלע" ערליכע אידן, האט ער אויך געשיקט צום מלאך, און ווען ר' פייבל איז אמאל נישט געקומען אין ישיבה פאר א צייט צוליב געזונט, איז ער צוריקגעקומען און געטראפן א חברה וואס האבן מחליט געווען צו "ברענגן די גאולה פאר די צייט" צו זיין א "פולקאמע" אויסגעהאלטענע איד מיט א גירא בעינא דשיטנא מיט א שמוץ אריבער... און אנמאכן א תל פון זיין מיה און שווייס, און געגאנגן גאגא מיט פירן א חיצוניות'דיגע אידישקייט און פרומקייט וואס וועט לייגן א וואנט אז מער זאלן די אלגעמיינע אידישע וועלט מער נישט קענען אריינקומען לתורה ולמצוות, ער האט אנגעפרעגט ביי די גדול הדור, און מ'האט זיי שיינערהייט מסדר געווען ערגעץ אנדערש. שפעטער האבן זיי זיך איינגעגלידערט מיט די פאלגענע אידן.

גלייך נאך די מלחמה האבן די פרומע אידן זיך גאנץ ווייניג געקימערט וועגן די מהלך פון ר' פייבל, מען איז צוריק אין באד אריין זיך ארומשלאגן ליבויטש קלויזנבורג סטמר בעלזא... מען איז צוריק צום אלטן געזוכט אותות ומופתים צו קענען צוריק אויפבויען שיינע הייזער און ביזנעזעס, געמאכט זיכער אז די אייגענע קינדער גייען מיט די זעלבע הוט און רעקל (קרי: "מסורה"), מען האט אפגעלאכט און געשפעט פון יעדע איד וואס גייט נישט און טראכט אזוי ווי מיר און מיין "חסידות", מען האט זיך צוריק אויפגעבויט ארום א "גייסטישע פיהרער" (קרעדיט:די צייטונג) און מ'האט איםגעפיטערטמיט דובב שפתי ישנים אנגעמאכט און אנגעזייעט א חורבן ותל עולם פון א סיסטעמאטישע אויסשלוס פון די אלגעמיינע אידישע באפעלקערונג, אויסגעריסן א יעדע זיך פון אהבת ישראל, אויסגעריסן נאך צוויי טויזענט יאר די תשוקה און בענקעניש נאך א מלכות ש-ד-י אין ארץ ישראל, אויסגעריסן די פאהרן וואוינען אין ארץ ישראל וואס תלמידי הבעש"ט הגר"א וחת"ס זכוי"ע האבן געטוהן אין די מאסן הונדערטער טויזנטער מיט מסירת נפש ממש, אוועקגעשטעלט א מידיא אין פרינט אקעגן יעדע וואס האלט אנדערש ווי זיי כלפי די גאולה שלימה, וואו טויזענטער גדולי ישראל פון אלע מדינות האבן געהאלטן אז ס'איז א מצווה צו מקדם זיין די גאולה אויך בדרך הטבע, [אויך פון אנגענומענע גדו"י פו אונגארן ווי די התעוררות תשובה, באניהאדע רב, פישטיאנע רב ועוד] און אין זייער קרעדיט איז אפגעהאקט געווארן די וואוקס פון מיליאנען אידן צו זיין געטריי צו תורה ומצוות. [מ'קען מלמד זכות זיין אז זיי האבן געמיינט גוט]

הערט א דרשה פון הגאון רבי אהרן רפקעט שליט"א ווי ער צולייגט די פרשה "ווארפט אים ארויס"
אביסל איבער דעם חכם וצדיק:
היה תלמיד של ערוגה"ב, וגם למד באונסדארף אצל ר" שמואל רוזנברג, ואצל ה"שבט סופר". ליינט אביסל אין אוצר ווועגן אים, הגר"מ משה פיינשטיין התבטא אודותיו: "בלעדיו לא היו כלל לימוד תורה ויראת שמים באמריקה". ער האט מלחמה געהאלטן וועגן כשרות און אקעגן די רבנות און די סיסטעם
זעה איבערזעצונג אין ענגליש

ר' שרגא פייויל בעצמו לא לבש שטריימל דוקא בשביל זה שיוכל להשפיע על אחרים, כי עם דעות קדומות, [לא משנה אם מחוג פרומע או מאחרת] א"א להתקדם, כי תיכף כשראו ר' שרגא פייויל ראו בו בטלן וכו', אלא אחרי ששבר המחיצה היה לו היכולת להקים היהדות באמריקא (אמר פעם לה'מלאכים' שפרשו ממנו, קחו את ה'בארד' שלי!! [זה היה בחדר סגור כשטען עמהם וצעק כך בקולי קולות...]) ולכן ה'מלאכים' גם רצו להיות 'שיינע יודען' עם זקן וציצית בגלוי, אבל עם זה בא המחיר שא"א להשפיע לחוץ, כי יהודים אחרים רואים בזה 'משונה' וא"א להם להתחבר, וכשמנהיג יורד אל העם, וגם במחיר אמיתי שיסתכלו הפרומע בזול, זה גדול וקדוש אמיתי. אבל בזה באה גם הטענה אל רבם ר' שרגא פייויל הלא קשוט עצמך תחילה! גם לך יש זקן!
[אבל התירוץ היא, כי אם הזקן היא מלא חכמה אז עם סייעתא דשמיא הזקן לא ירחיק אלא יקרב]

וגם אפשר להסביר ע"פ פסחים קיב, סע"א "ואל תדור בעיר שראשיה ת"ח". וברש"י וברשב"ם, "דטרוד בגרסיה ולא במילי דציבורא" וכלפינו, הדעה קדומה שמי שאין לו זקן, היא 'פשרן' 'מזרחי' וכו' וכל הדעות השליליות עליו... היא העומדת בעוכרינו לראות את צד הטוב וגדלות אמיתי של יהודי, הגה"ק רבי שרגא פייבל מענדלאוויטש זי"ע אמר אחר התנחלנו את ארץ ישראל בשנתש"ח בשם מדרש שיש שלש גלויות וגאולות, גאולת השכינה גאולת ישראל וגאולת הארץ, ועכשיו נתקיים גאולת הארץ!

הוכיחה ההיסטוריה שתמיד היו יחידים [יש מליון דוגמאות, שרה שנירר, רשר"ה, יצחק גרשטנקורן וכו'] והם התחילו וכולם צחקו והציקו להם, ובדרך כלל הלכו אחריהם ולבסוף זרקו אותם או שיטתם לים... [בכל ה'בית יעקב' היום כבר 'שכחו' את דרך רשר"ה רק דרך חסידות וליטאות.. בבני ברק 'שכחו' כל שיטת ר''י גרשטנקורן ורבו מייסד תורה ומדע [אופס.. ודעת] הרב ריינס. החת"ס רבן של החרדים של היום כותב בפי' על הבאת קרבן פסח וכו', ופשוט החרדים 'שכחו' מזה, וכן כותב בפי' על חיוב לעבוד ולבנות הארץ ולא לישב וללמוד, וכותב שזה רק לגלות ששם לא יעבדו לפרנסתם, וכהיום כולם 'שכחו' מאמרים אלו
הצנזור והסתרה של היום שואגת עד לשמים, והיא היא הגאולה הנסתרת.



א שיינע מעשה: דער יסוד פון תקיעת שופר
אין ספר "מכתב מאליהו" פון הגה"צ רב דעסלער זצ"ל אויף ימים נוראים, ברענגט ער דארט א בריוו וואס זיין איידעם יבלח"ט הגאון רבי יהושע געלדצעהלער שליט"א שרייבט צו זיין שווער איבער די לעצטע ימים נוראים וואס ער האט פארברענגט מיט רבו הגדול הגה"צ רבי שרגא פייבל מענדלאוויטש זצ"ל וואס איז אוועק א קנאפע דריי חדשים שפעטער [כידוע איז ער געווען א צדיק נשגב און א גרויסער בעל מחשבה, פון די מייסדים פון תורה אין אמעריקא], פארציילט ער אז איז געשטאנען נעבן זיין רבי'ן ר"ה פאר די תקיעות, ווען אינמיטן דרייט זיך רבי שרגא פייבל אויס צו אים אין פרעגט אים א קשיא: עס שטייט אין די ברכה פון שופרות "כי אתה שומע קול שופר ומאזין תרועה ואין דומה לך", האט ער געפרעגט: וואו קומט אריין דא "ואין דומה לך"?

האט רבי שרגא פייבל געענטפערט: דער אייבערשטער הערט טאקע אונזערע תקיעות און תפילות, אבער דער עיקר איז וואס עס ליגט אין די טיפענישן פון א אידיש הארץ וואס וויינט און איז אזוי צובראכן אז ער האט זיך אזוי פארזינדיגט. וועגן דעם פירט ער אויס "ואין דומה לך", ווייל נאר דער באשעפער ווייסט וואס ליגט טיף באגראבן אין אונזער הארץ, ווי ווייט מיר ווילן נישט זינדיגן.

זאגנדיג דעס האט ער געגעבן א קנאק מיט די פינגער און זיך צואוויינט מיט א זאג: "דאס איז אונזער איינציגסטע ישועה" און זיך אויסגעדריידט צו תקיעת שופר.

די מעשה פאר זיך איז א מורא'דיגע. ואני הקטן האב איך א קליינע הוספה וויאזוי איך האב געטראפען די מעשה.

פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געשטאנען פאר תקיעות שופר מיט א צובראכענעם הארץ נישט קענענדיג זיך אפי' צאמנעמען צו זאגן דעם למנצח, נאך אזא זומער פון ביטערע נסיונות ל"ע ולא עליכם. האב איך געבעטן דעם באשעפער פון טיפן הארצן: שיק מיר אביסל חיזוק! איך האב געטראכט, איך וועל אויפמאכן דעם ספר וואס איך האב דעמאלטס געהאט ביי די האנט. אפשר וועל איך טרעפען עפעס וואס רעדט צי מיר, און דאן האב איך אויםגעמאכט דעם ספר און אט די מעשה האב איך געטראפן!

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר