ענדליך א רבי וואס רעדט צו די זאך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

ענדליך א רבי וואס רעדט צו די זאך

שליחה דורך שושן פורים »

אין בני ברק איז דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת נפטר געווארן דער זוטשקא רבי ר' נתן דוד ראזענבוים ז"ל, דער שווער פונעם באקאנטן חסידישן מגיד ר' אלימלך בידערמאן.

אויבנאויף איז דער רבי געווען א וואוילע איד, נאך א אדמו"ר לבית נדבורנה, אבער וואס שטארצט ארויס איז די צוואה וואס ער האט איבערגעלאזט פאר זיינע קינדער, אנשטאט שרייבן צווישן די שורות מיט שיינע פראזן און לאזונגען, שרייבט ער אפן און גראב די שווארצע מצב האדמורים בדורינו און ער פרובירט כאטש אז ביי זיינע קינדער זאל עס זיך נישט אפשפילן.

ער שרייבט דארט אז זעענדיג די שווערע מציאות וואס שפילט זיך אפ ווען א רבי גייט פון די וועלט ווי גבאים, שטוב מענטשן, און חסידים זייען אן א מחלוקה ווען איין ברודער ווארפט זיך נישט פולקאם אונטער דעם אנדערן ברודער וואלט בעצם כדי געווען צו קלאוזן שאפ, אראפ מיט די רביסטעווע און זאלן אלע קינדער זיצן אינדערהיים כדרך בעלי בתים חשובים. נאר היות מנהג בית אבותיו איז אז אלע קינדער זענען מכהן באדמורות זאל ביי זיי אויך אזוי זיין אבער יעדער זאל מכבד זיין דעם צווייטן און מיט דעם איז מען איהם מכבד.

ווי אויך שרייבט ער אז ביי א יארצייט וכדו' ווען עס קומט צו א ברעטל אדער אן עליה, אויב מאכט זיך עפעס א סכסוך איז אסאך א גרעסערע טובה פאר די נשמה צו מוותר זיין ווי צו כאפן דעם עמוד.

איז דאס עולם התיקון? ניין! וועלן זיינע קינדער טאקע אלעס מקיים זיין? לאו דוקא! אבער עפעס א שטראל ווארפט עס דאך אריין אין אזא דור חושך פון אני ואפסי'ניקעס אז א רבי זאל רעדן עטוואס צו די זאך.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר