מיין טייערע פריינט, דיין לעבן זייגט אוועק!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מודה בטפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

מיין טייערע פריינט, דיין לעבן זייגט אוועק!

שליחה דורך מודה בטפל »

נישט א חילוק וויפיל הערליכע נאכטמאל טעלער'ס איך זע אויף דיין סטעטוס; נישט א חילוק וויפיל בילדער פון עראפלאן פליגלען העכער וואלקענעס אויף דיין אינסטעגרעם געשיכטע'ס; נישט א חילוק וויפיל שמייכלדיגע סעלפיס אויף דיין פראפייל... דיין לעבן זייגט געוואלד און געשריגן! שטעל זיך אפ א מינוט און פרעג זיך פארוואס בין איך אזוי דערביטערט? וואס איז די וועג צו זיין עכט העפי? האסטו דאך אבער ניטאמאל די צוויי מינוט א טראכט צו געבן און לייגסט שוין א פריש בילד מיר איינצורעדן עפעס אנדערש.

גראדע האב איך יא א חבר וואס איז געווען אויף א לאנגע הערליכע וואקאציע פון וואס כ'בין ערשט געוואויר געווארן ווען כהאב אריינגעזעצט אין אים וואכן שפעטער, ווייל קיין סטאטוטן און סטאריס האט ער דערפון נישט געפאוסט. דער גייט צופעליג אויך צו טייערע פליישיגע עסן געשעפטן וואס ער דערמאנט נאר ווען ער וויל רעפערירן וואו צו גיין. איז אפשר ווייסט ער דעם שליסל צו אמת'ע צופרידנקייט?

רעד זיך מיט אזא איינעם א-דערך! דער דארף האבן דעם שליסל דערצו. און הער אויף איינצורעדן זיך אז דו רעדסט איינעם איין.
כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן מיט קיינעם, כ'זאג מיך אפ מיינס און געגאנגען ווייטער

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר