שכחות דרך החת''ס והבעש''ט ועוד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

שכחות דרך החת''ס והבעש''ט ועוד

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג מערץ 07, 2019 4:24 pm

דעם באשרייבונג האב איך געשיקט צום וועקער אבער עס איז נישט אריין (מן הסתם ווייל עס איז נישט אזוי אינטערסאנט) האב איך עס דא געלייגט צו וועם עס וויל עס זעהן וזה החלי:
ווען דער היילגער פני יהושע האט אמאל געטראפן דעם בעש''ט הק', האט ער אים געזאגט, איר ווילט אריינברענגן צווישען יודן א נייע וועג כדי מחזק צו זיין כלל ישראל, פיין, אבער מאך זיכער אז פון דעם זאל נישט ארויסקומען א פרישען קלקל, דער בעש''ט האט געוויינט הערינדעג די ווערטער, אבער ער האט געוויסט אז זיין וועג איז א צורך הדור, אבל צפה וראה אלע קלקולים וואס וועלן ארויסקומען פון דעם, און אויף דעם האט ער געוויינט, (די מעשה האב איך געהערט איש מפי איש ביז דעם פני יהושע אליין), איז לאמיר נישט רעדן פון די אלע מחלוקת'ן און פירוד לבבות וואס חסידות האט אנגעברעגט סיי צווישען חסידים און סיי מיט די וואס זענען נישט חסידים, ביז חרמות אויף ביידע צדדים, און מען דארף נאר געבן א קוק אויף די לעצטע שטאטישע וואלן און ארץ ישראל ווי די ''מתנגדים'' האבן זיך געריסען מיט די חסידים, און אויך ווען עס קומט צו ירושה פון רבי'סטווע איז געפערליך, ווי איז געהערט געווארן אז צוויי ברידער רעדן נישט איינע מיט דע אנדערע? די שארפע אידיעלאגשע מחלוקת איז שוין טאקע נישט דא, בעיקר וועגן צוויי פיינט מאכן שלום קעגן זייער ביידע'ס שונא וואס דאס זענען געווען די משכילים, און היינט איז נישט קיין שום פראבלעם נאך צו זאגען א שפת אמת אדער א רבי צדוק וכו', און א ליטווישע ישיבה, יא די ליטוואקס האבען זיך זייער וועג געבויט אויף זייער ספרים ולדוגמת ספרי הגר''א, ונפש החיים, ועוד, און ווער עס וויל זעהן מער איבער דעם קען קוקן אינעם ספר ''הגאון'' (תולדות הגר''א, ג' חלקים, מאת רבי דוב אליאך) חלק ג' פרק כח- כט, און אויך אינעם ספר אבי הישיבות (פונעם זעלבן מחבר פון הגאון) פרק ''רבם של המתנגדים'', ובעוד ספרים.
אבער לאמיר אנכאפן א צווייטע ענין פונעם דרך הבעש''ט איז אזוי דארף מען קודם פארשטיין, וואס האט דער בעש''ט געוואלט, יעדער וואס ליינט וועגן דעם ענין פון חסידות זעהט צוויי זאכען, איינס אז דער בעש''ט האט געוואלט אויפהייבען דעם המון עם פונעם פארשלאפנעם גלות, און פון צוקלאפטקייט נאכן זיך צאמליידן פונעם ערגסטן משיח שקר בכל הדורות ''שבתי צבי'', און פון גזירות ת''ח ות''ט, ובכלל זעהט מען ווי דער באשעפער שיקט אראפ יעדע שטיק צייט א גרויסע נשמות צו אויפוועגן דעם דור פון איר נסיונות כידוע פונעם נועם אלימלך פרשת נח אז יעדע דור האט איר נסיונות, וואס דער דור דארף מתקן זיין, ולמשל דער רמב''ם בשעתו האט ארויסגעגעבן דעם מורה נבוכים פאר צומישטע מענשטן אין עניני אמונה ויהדות, צו רש''י אויפצולייכטן דעם גמרא, און דער בעש''ט האט אויפגעלאכטן בכלל דעם יודישקייט, עס זאל זיין מיט מער חיות און חשק, און אז יעדעמס עבודה איז חשוב ביים באשעפער, אפי' פון א פשוטע מענטש וכידוע וואס דער טריסקער מגיד שרייבט בספרו מגן אברהם פרשת בלק, אז אפי' א יוד וואס איז פארנומען מיט זיין געשעפטן און ווען עס קומט מנחה צייט געבט ער א טראכט פונעם באשעפער און ער קרעכצט אויף דעם וואס א גאנצען טאג טראכט ער נאר פון ביזניס, איז די קרעכץ בוקע רקיעים, די אלע ענינים און אפי' נאך טיפירע יסודות וואס חסידות פארקויפט, איז חיי וקיים לעד, אבער דער בעש''ט האט דאך געהאט ששים גבורים סביב לו, און מיט זיי האט ער געלערנט דברים נעלמים מהשגותינו, וואס כדי ריכטיג דאס צו פארשטיין דארף עס גיין מרב לתלמיד, און די תלמידים זענען געווען מקושר מיט זייער רבי'ן וואס האבן מתקן געווען זייער נשמה און זיי ארויפגעפירט אויף גאר הויכע מדריגות.
יעדער ווייסט גאר שטארק מחשוב צו זיין ''תלמידי הבעש''ט הק''', די שאלה איז נאר ביז ווען איז אריבערגעגאנגן דעם ירושה מרב לתלמיד, ווער גייט אריין בגדר ''תלמידי בעש''ט'', מיר ווייסען אז דער שינאווא רב האט זיך נאך ארויפגעכאפט אויפן וואגן, און דער לעצטער בעלזער רב מהר''א איז נאך געווען א בחינה פון תלמידי בעש''ט, לאמיר זיך נישט נארן מיר זעהן אלע אז מיט די צייט איז די חסידות אלץ מער געווארן א זאך פאר אלע צוגלייך, יא איינער מער דערהויבען איינער ווייניגער, אבער די דערהויבענע שפראך פון די אבות החסידים איז אלץ מער אראפ פון טיש, אויפגערעדט און גאליציע, אונגארין, נאר אפי' און אנדערע מקומות, און די רבי'ס אויך אפי' זיי באווייזען מופתים און קענען ליינען קוויטלעך (וואס די זאכען ווערן אויך וויינגער און וויינגער), דאך זענען די זאכן נישט געווען פון די עיקר ענינים פון די תלמידי בעש''ט ווי האט דער בעל התניא געזאגט, אז ביי דער גרויסע מגיד האבן זיך געוואלגירט מופתים אונטערן טיש, אבער ווער פון די דערהויבנע חסידים האט דען געטראכט פון דעם, און די סיבה צו דעם ירידה הויבען אסאך צדיקים געזאגט, איז ווייל דער דערהויבענע חסידות און פארבארגענע משגים איז נאר געווען אויף א געוויסע צייט אפשניט, און נאכדעם איז אלעס נאר בגדר ספיחים, און איך וועל צוצייכענן אפאר וואס האבן דאס געזאגט פון פארשידענע מקומות אז מען זאל זעהן אז דער צאנזער רב אדער דער סאטמאר רב האבן דאס נישט מחדש געווען.
דער קאפוסטער רבי, פון דער בעל התניא'ס אייניקליך, שרייבט אזוי קלאר, בריש ספרו מגן אבות בזה''ל: והנה מימות התגלות רבינו הבעש"ט ז"ל בעולם שהי' בערך שנת תע"ח עד כעת תרכ"ז, זהו משך ק"ן שנים שנמשך ההוא נהר דנגיד ונפיק מעדן ועייל לגנתא כו' כנ"ל, וכעת נפסקה וצריכים אנו לחיות מבחי' ספיחים, אוי ואבוי שבימינו נפסקה וכו' איך נוכל לחיות בחושך כפול ומכופל הזה בעקבות דמשיחא כו' אך ד' עשה זאת ועלינו להצדיק את הדין כי צדיק ד' בכל דרכיו, ומה שלבי הומה בקרבי כי באמת זהו נפלא מאוד מה שנמשך זה ק"ו שנה יופסק כעת כו' עכ''ל, ועיין עוד בספר עבודת יששכר (לרבי יששכר בעריש טורנהיים מוואלברוז, תלמידו של רבי חיים מאיר יחיאל ממאגליניצע נכדו ותלמידו של המגיד מקאזניץ), בלקיטום אות מג, בזה''ל: אמנם זה מחדש אשר נצמח ובראשית במדינת רוסיא ר"ל, אם צדיק אחד הלך לעולמו ומניח בן מתקבצים תיכף יחד הנערים ודוחפים הזקנים לבל יתנו לב ודעת להבחין אם הבן ראוי לעלות במקום אביו וכו', ופשוטי עם מתרבים לאלפים וכו', ועשו זאת לעיקר והעיקר עושים לטפל עד שנשתכח החסידות עד גמירא וכו', ועברו ופרצו מאמר הגמרא המתלבש בטלית שאינו שלו וכו', ולזאת התחיל הגזירה מקודם במדינת רוסיא ר''ל עכ''ל, והשלישי, איז די ספר תולדות יעקב (לרבי יעקב רובין בן רבי אהרן בן רבי אשר ישעיה חתן בעל זרע קודש), וואס שרייבט און די לקוטים בשם זיין זיידע דעם זרע קודש, שהחסידות בימיו כבר אינו בטוח מתקלה ע''כ, און במילה דארף מען זיך פארלאזן אויף עצות חכמינו ז''ל, שאם פגע בך מנול זה משכהו להגמרא, און אזוי ווי דער זרע קודש שרייבט און פרשת תרומה, ''שעיקר החסידות הוא התורה'', און כידוע האט ער געוואלט מבטל זיין די חסידות בימיו, נאר דער אור לשמים האט אים צוריק געהאלטן, און ווען דער מנחת חינוך איז געקומען זיך מסתופף זיין ביים ראפשיצער רב, האט ער אים געזאגט גיי צוריק אהיים און זיי ווייטער עוסק און תורה און זיך נישט קיין נייע דרכים, דאס איז אלץ געווען סוף ימיו ווען ער האט געזעהן ווי אזוי די חסידות קוקט אויס, און ער האט געהייסען זיינע קינדער זיי זאלען מכהן זיין ברבנות און עוסק זיין בתורה והוראה, ועיין יותר בענין זה בספר הנפלא ''דור דעה'' על נושאי דגל החסידות (לרבי יקותיאל אריה קאמלהאר).
און דער דברי חיים וואס איז געווען א תלמיד פונעם זרע קודש, איז געגאנגען און זיינע וועגן, אזוי ווי עס שרייבט זיין תלמיד רבי שמואל אהרן מיללער הרב מלאבאווא, במכתב שנדפס בשנת תרפ''ח בקובץ אהל מועד, בזה''ל: וכבר האיר לנו עינינו הגאון האדיר מרן הקדוש בעל דברי חיים ז"ל, מרא דאתרן רשכבה''ג, שלא לבטוח על דרכי החסידות של מרן קוה"ק הבעש''ט כי הי' כהוראת שעה על משך מספר השנים הקצוב, ולא לדורות עולם, כי הוא טמיר ונעלם, וטובת הנפש לא יתכן רק בתורה ועבודה בהתמדה, ואמר כי כמה תקופות הי' בישראל, תקופת התנאים תקופת האמוראים תקופת הגאונים וכו', וכן הי תקופה של פילוסופיה ודרך החקירה, וכן דרך החסידות ירד רק לתקופה של מאה וחמישים שנה עכ''ל, און דער בעל שומר אמונים (רבי אהרן ראטה), ברענגט דעם ענין און זיין ספר שומר אמונים במאמר פתחו שערים בזה''ל: וזה נמשך לערך מאה וחמישים שנה, כאשר מקובל מפי צדיקים קדושים אשר דרך הבעש"ט באה למאה וחמישים שנה להעולם, עיין בהקדמת ספר מגן אבות וכן אמר הבוצינא קדישא הה"ק מסאנז, אשר ראה הבורא יתברך שמו ויתעלה זכרו, אשר זה הזמן התגלות מגודל מסירת נפשם, יספיק להשריש בלבות ישראל האמונה הקדושה והטהורה עד ביאת משיח צדקנו גואלנו הנאמן עכ''ל, און אין דעם מבוא השער פונעם ספר שרייבט ער, אז עס איז אונז געבליבען פון די חסידות נאר ספיחי דספיחין, און דער צאנזער רב'ס איידעם רבי מאטל מהורנוסטייפל, האט געזאגט אויף זיים שווער ''ער איז א חסיד ווי די בעל התניא און א מתנגד ווי דער ווילנער גאון, דהיינו ער האט געהאט דעם שילוב פון תורה וחסידות, און אזוי ווי ער שרייבט און א תשובה (ביורה דעה ח''ב סי' מז), בזה''ל: הלא זה חיינו לעסוק כל היום בגופי תורה והלכות ופלפול ולהשיב לשואלי דבר, עכ''ל.
און ווען דער דברי יואל מסאטמאר האט געשריבן דעם ספר ויואל משה האט ער דערמאנט דעם ענין בסוף מאמר שלש שבועות בזה''ל: וכבר הבאתי שדורינו הדור של עיקבא דמשיחא, הוא הדור של שכחת התורה שאמרו חכז''ל, ודרך הבעש"ט הק' נשתכח לגמרי מהדור, וכל מי שרוצה ליטול את השם להנאתו ולטובתו אומר זה דרך הבעש"ט כחפצו ורצונו (אסאך חסידות'ן שטעלן אוועק אז דאס און דאס זענען די עיקר עבודות השם), עכ''ל, און לויט די אלע ספרים וואס זענען פריער דערמאנט געווארן, זענען זיינע ווערטער נישט קיין חידוש, נאר דאס איז א המשך צו די ווערטער פונעם צאנזער רב, כידוע איז זיין פאטער דער קדושת יו''ט געווען שטארק דבוק אין דעם צאנזער רב, עיין בספרו קדושת יו''ט, סוף פרשת חקת על הפסוק ''דרך המלך נלך'', אז דער עיקר איז די תורה, און צי דעם קען מען צולייגן חסידות עיי''ש, און דער דברי יואל שרייבט אז יעצט איז שוין דער דור עיקבתא דמשיחא און נישט די תקופת החסידות, און בדרך אגב האט דער סאטמאר רב אמאל געזאגט אז די איינצוגסטע מנהג וואס איז אונז געבליבען פון דער בעש''ט אליין, איז נאר דאס זאגען הודו עש''ק פאר מנחה, פירן טיש קען נישט זיין ווייל אסאך האבן נישט געפירט למשל דער בעל התניא, און דאס נישט עסן שמיני עצרת און סוכה קען אויך נישט זיין ווייל אסאך האבן יא געגעסן און די סוכה למשל דער מעזריטש'ער מגיד, אבער דעם מנהג פון זאגען הודו דערמאנט שוין דער מאור עינים און פרשת בשלח בשם הבעש''ט, און דער אמת איז אז רבי נחמן מברסלב בשעתו איז דער ערשטער צו זאגען דעם ענין, אזוי ווי עס שטייט און ספר שבחי מוהר''ן אות לה, בזה''ל: הבעש"ט ז"ל וכמה צדיקים עשו ותיקנו בעולם מה שתקנו ואח"כ כשנפטרו ונסתלקו נפסק הדבר היינו ההארה שהאירו בתלמידיהם והחזירום להשי"ת לא נמשך מדור לדור, עכ''ל.
און דער ענין ווערט דערמאנט און נאך מקומות אבער איך מיין אז איך האב שוין געברענגט גענוג, איז מען זעהט פונעם לקוטי מוהר''ן, מגן אבות, עבודת יששכר, זרע קודש, דברי חיים, שומר אמונים, ויואל משה, ועוד אשר לא מנו כאן, אז דער ארגענעלע חסידות איז שוין לאנג נישט דא, נאר מיר קענען זיך אנכאפן אויף דעם בבחינות ספיחין דהיינו און די מער פשוטע ענינים, איז פארוואס דארמאן איך דאס אלעס, ווייל דאס איז אלעס פיין אויב אידן ווילן זיך דרייען ביי א ערליכן איד און ווייטער לערנען חסידישע ספרים אנציווארמען דאס הארץ, און זיך פירן מיט געוויסע חסידישע מנהגים, אבער צוביסליך און בעיקר נאכן גרויסן חורבן, האבן די חסידישע רבי'ס אנגעהויבן איבערצונעמען דעם גאנצן בעלת אויפן יהדות אנגעהויבן פון ווען איינער איז א קליין קינד ביזן שטארבן דרייט מען זיך נאר און די מקום, כאילו דאס איז די גאנצע אידישקייט לאפוקי פון די אלע צדיקים אשר מנו לעיל אז חסידות איז פארטיג און עס איס צייט זיך צו רוקן ווייטער, און די ישיבות האט מען צוגענומען פון די גרויסע מרביצי תורה.
לאמיר נישט פארגעסען פון ווי רוב ליינערס קומען, פון מדינת הונגריה והסביבה, ווי אזוי האט א ישיבה אויסגעקוקט ביי אונז, אונזער זיידעס האבן געלאזט הייסע טרערן ווען זיי האבן זיך דערמאנט פון זייערע חשובע רבי'ס, נישט א רבי וואס מען פארט צו ראש השנה און שבועות, און מען קוויטעלט זיך ביי אים ותו לא, נאר א רבי וואס איז געזעצן איינגעבויגן צן די גמרא, א רבי וואס מען קען גיין שפאצירן מיט אים, א רבי וואס האט דיר גיט ארויס, אין איז דיר מדריך אויף דיין גאנצן לעבן, לאמיר נישט פארגעסן פון דעם הייליגן חתם סופר ותלמידיו ותלמידי תלמידיו, דער חתם סופר האט איבער געלאזט א צוואה לדורות פאר אלע זיינע תלמידים הרבנים, ותלמידי תלמידיו, בזה''ל: התחזקו ואמצו בשקידה ועיון רב בתורת השם, ועשו קיבוץ וריבוץ ופעלים לתורה ''ברבים'', ואם מעט לפניכם, מאותו המעט אשר חננכם השם למדו ברבים בכל מאמצי כח עכ''ל, דער חת''ס זאגט אונז אז א ישיבה מוז נישט באשטיין פון 200 בחורים, 50 איז גענוג, א זאך וואס אונז לאכן היינט פון דעם, און אויך און למודים זענען די ישיבות אמאל געווען רייכער, מען האט גלערענט חומש רש''י און נ''ך משניות וכו', לאמיר נישט פארגעסען אז די חת''ס האט יא פארגעלערנט פאר זיין תלמידים שער היחיד, און ער האט שטארק געהאלטן פון לערנען רמב''ן על התורה, ווייל ער האט געזעהן און דעם יסודות און אמונה ווי ער שרייבט און זיין צוואה ''כי הוא ראש אמונת אומן'', (ביי חסידים בדרך כלל לערנט מען מער אור החיים ווייל עס רעדט מער א חסידישע שפראך), און איז געווען אויסגעקאכט און אסאך חכמות, און ער האט אויך געוואלט מאכן פאר זיין תלמידים א ספר וואס רעדט פון אלע חכמת הבריאה והטבע, נאר ווען עס איז ארויסגעקומען דעם ''ספר הברית'' (לרבי פינחם אליהו הורוויץ מווילנא), האט ער געזאגט אז ער האט שוין געטוהן די ארבעט פאר אונז, אויך די חכמת הנגינה האט די חת''ס שטארק געגליכענט, און איז געווען גערייט אויפצוגעבן א דריטל פון זיין תורה אויף צו ריכטיג משיג זיין די חכמה, פון די אלע דערמאנטע זאכען פארגעסן די היינטיגע ר''י.
און ווייל די חת''ס ותלמידיו האבן געהאט דרץ ארץ צו די תלמידי בעש''ט (דער חת''ס האט טאקע געהאט גרויס דרך ארץ פאר די צדיקים, אבער ער האט נישט געהאלטן פון אוועק שטעלן א דרך העבודה לרבים, עיין בשו''ת חת''ס או''ח סי' קצ''ז, בתשובתו להישמח משה), האט מען זייער וועג אינגאצען איינגעשלינגען, און היינט ביסטו אדער א חסידישע אדער א ליטווישע, מען האט אונז אלע אנגעטוהן הויכע שטריימלך אויפן קאפ מיט לאנגע קראזעלדיגער פאות (אמאל איז נישט געווען אזא עסק אז די פאות זאלן אזוי אראפקומען שיין געדרייט, ווי מען קען זעהן פון די בילדער פון גדולי ישראל, דאס איז בעיקר געווארן שטארק ביי חסידישע יודן), און מיר זענען אריין געפאלן און די סאטמארע ''פארטיי'', צו דער בית ישראל האט אריינגעשלעפט און גור צו און סקווירא וכו', צו און איינע פון די נייע חסידות, פאפא צו ''דושינסקי'' וכו' (נישט פארגעסן אז בשעתו ווען מען האט געטראכט פון אויפנעמען רבי יוסף צבי דושינסקי אלץ רב פונעם ''עדה החרדית'', זענען געווען אסאך התנגדות, און איינע פון די סיבות איז געווען ווייל ער איז א מתנגד), אדער איז מען געבליבן אונדערויסן, אן קיין חסידות נאר מיט א פארשטארבנע קהילה, עס טוט שטארק שטארק וויי דאס הארץ צו זעהן וואס עס ווערט מיט די אלע קהילת וואס האבן זיך נישט געבויגן צי ווערן א חסידות, און אלע אויבערלענדשע אידן וואס זענען נישט געווארן חסידים, זענען היינט ליוואקס, דאס איז אלעס געשעהן ווייל מיר זענען נישט געווען גענוג שטארק מיט זיך, די וועג פון ליב האבן חסידות אן גיין צו א רבי וכו', אבער לאו דוקא אנטוהן די שמונה בגדים מיט'ן גרויסן שטריימל און לאנגע פאות און זיין מער ''אויפן און ברייטער'', איז א וועג וואס אזוי פיל אידן וואלטן הנאה געהאט, חסידות איז געבויט אויף קבלה, אויפן זוהר און אויפן האר''י הק', און עס שטיפט אוועק אלע ראציאנאליסטישע געדאנקן, עס שטיפט אוועק האמונות ודעות, מורה נבוכים, שער היחוד פונעם חובת הלבבות, אור ה', ותלמידו בעל ספר העיקרים, ספרי האברבנאל, און א גרויס טייל חסידות אויך ספרי המהר''ל, ועוד ועוד ספרים.
דאס איז גוט פאר די וואס זענען נוטה צום חכמת הקבלה, חסידות איז פאר דערהויבענע יודן וואס ווילן זיין אפגעשיידט פון דער וועלט ווי אמאל איז דער שוחט געגאנגן א שטריימאל, מען מיינט אז אכשר דורא, אלע זענען היינט חסידים געוואלדיג, אבער און אמת'ן איז דאס בכלל נישט קיין טובה ווייל אזוי סאך אידן קוקן אפשר אויס מער חסידיש און גייען אויך אין מקוה און שערן זיך נישט די בארד, אבער די אידן זענען אויפגעוואקסן און א קהילה מיט א רב און דאס איז וואס זיי דארפן עס איז א חלק פון זייערע DNA אבער מען געבט זיי עס נישט, אויך מיר לעבן היינט און גאר א אפענע וועלט, די וועלט איז צווילעזירט און עס שמייכלט צו אונז, מיט די אינטערנעט קומט מען אן איבעראל, מיר ווילן וויסן ווי אזוי מען לעבט ''מיט'' די וועלט, מיר ווילן נישט הערן ביי שלש סעודות ווי אזוי דער רב אדער רבי פארענטפערט א שטיקל מדרש, מיט אן הקדמה פונעם קדושת לוי, אדער תפארת שלמה אבער עס רעדט נישט צופיל צו אונז, גענוג מיט די פארטייעשן חסידות, א חסידות וואס ביי שלש סעודות דארף מען נאכזאגען א תורה פון דער טאטע און זיידע און עלטער זיידע דער ''אבי השלשלת'', א חסידות וואס מען מוז לאחר מותו פונעם רבי'ן בלייבן און די חסידות אפי' דעם נייעם רבי'ן איז נישט לרוחך, ווייל אויב נישט וועלן דיינע קינדער פליען פונעם ''מוסדות'', און די וועסט מער נישט באקריגען אלע בענעפיטן פונעם חסידות, מען האט צאמגעמישט א קהילה מיט א חסידות.
א גדול בישראל טאר נישט זיין געוואנדן און ווי סאך חסידים ער האט געירשנט פון זיין טאטע, רבי גדליה נדל, רבי אליעזר דוד פאל, צו יבלח''א, רבי קאפל שווארץ, וואלטן געדארפט האבן א גרעסערע מקום ביי כלל ישראל, רבי גדליה איז געווען א חכם וואס איז שווער צו טרעפן זיין צוגעלייך, און ער האט מחדש געווען חדושים נפלאים, אבער זיינע קינדער האבן דאס נישט געוואלט ארויסגעבן, ביז זיין תלמיד רבי יצחק שילת (טאקע נישט א ''חרדי'' נאר א ''ציוני''), האט ארויסגעגעבן א ספר פון אים, צו רבי אליעזר דוד וואס האט מחדש געווען חדושים נפלאים און אוועק געשטעלט יסודות הדת, ווי מען קען זעהן און זיין ספרים, ולמשל און זיין ספר אויף די מ''ח קניינים, און ער האט אנגעהויבן ארויסגעבן א שיינעם פי' אויפן מורה נבוכים, וואס ער האט געהאלטן אז מען דארף דאס לערנען, אבער ליידער איז ער נסתלק געווארן אינמיטן, און עס איז ארויסגעקומען נאר די ערשטע חלק, צי רבי יבלח''א רבי קאפל, וואס זיין ספר אויפן רמב''ן על התורה איז אן עבודה נפלאה, און ער קאכט זיך כסדר מיט די יסודי הדת, צו אנדערע גדולי ישראל אשר חיים אתנו כהיום, די רבנים וואס זענען נישט איינגעשטעלט אונעם חסידות, מוטשענען זיך מיט מנין ליידער וכבוד התורה יורדות על שאול תחתיה, די רבנים זענען אנגעוויזען און רבי'ס, און אזוי ווי דער בעש''ט, וואלט דער חת''ס און באמת אויך אלע פריערדיגע גדולי ישראל געקלאגט און עס נישט אויסגעהאלטן ווען זיי וואלטן געזעהן אונזער צורת היהדות.
מיר ווילן ענדערש הערן א ענין אויפן פרשה וואס וועט אריינברענגן און זיי א שיינקייט און יהדות און אין די מצות השם ותקנת חכמינו ז''ל, מיר ווילן פארשטיין יודישקייט כפשוטו, אז מיר גייען נישט און קאלידזש ווילן מיר וויסן קלאר פארוואס נישט, אז אונזער פרויען גייען נאכן חתונה צגעדעקט דעם קאפ ווילן מיר וויסן פארוואס (לאמיר שוין נישט רעדן פון זיך ''אפשערן'' די האר), אז מיר לעבן אזוי אפגעזינדערט פון דער וועלט ווילן מיר וויסן פארוואס, די צאל אפגעפארנע קינדער פונעם דרך זיי זענען נתחנך געווארן, מאנט פון אונז, עס נאמט מיר זאלן גוט איבערטראכטען אונזער וועג און עס מאכן גוט פאר דעם ''אמעריקאנער'' דור, נאך מען איז געקומען קיין אמעריקע אנשטאט זיך עפענען צו דעם נייעם לאנד און אויספארימען א מהלך פון תפארת לאדם ולאלוקים זענען מער נאך געווארן אסאך מער עקסטרעם פון אינדערהיים, ולדוגמה דער ערלוי'ער רב רבי משה סופר בעל שו''ת יד סופר פלעגט ארויסלייגן אן אונגערישען פאן און דעם טאג פון זייער ''יום עצמאות'', וויל איך פרעגן, וועט זיין אייניקל דער ערלוי'ער רב פון ב''פ טוהן די זעלבע? דער ערלוי'ער רב פון קטמון רבי יוחנן סופר (בן רבי משה הנ''ל) פלעגט גיין ''שווימען'' מיט זיינס א ''תלמיד'' (כן שמעתי מבנו של אותו תלמיד), וואלט זיין זוהן דער היינטיגער ר''י געטוהן?, אויך דער פאפע רב בעל ויחי יוסף פלעגט גיין שווימען געהעריג מיט זיין תלמידים (כך שמעתי מאיש נאמן ששמע כן מהרבה תלמידיו), צו וואלט זיין זוהן דער היינטיגע רב/רבי אזוי געטוהן?, היינט מוז א יעדע יונגערמאן זוצן דריי יאר און כולל אנשטאט זיך צוגערייטן צו א גוטע פרנסה, צו זאל עס זיין די ''מלחמה'' קעגן סמארט פאן'ס, וויל איך פרעגן האט די מלחמה געארבעט? ווי סאך אידן האבן יא די פאן'ס, פארוואס אסר'ט מען ארויס צונעמען אזא פאן אין שוהל אפי' עס האט א פילטער? אונזער אידישקייט מוז זיין גענוג זוס אן קיין איבריגע חומרות און פארמאכטקייט וואס זאל בעל כרחך אוועקשטופן אסאך קינדער, דער וועג פון טו אזוי ווייל דאס איז אונזער מסורה אדער ווייל אזוי ''ווילן די רבנים'' און פארטיג, ארבעט שוין נישט, דער עולם דארף דאס פארשטיין און ''מיטפילען'' מיט דעם.
אז מען רעדט שוין פון השתכחות, וואלט איך צוגעלייגט אז ביי דער ווילנער גאון איז אויך דא אן השתכחות און 3 ענינים, איינס, און זיין וועג פון לערנען, וואס די בריסק'ער וועג האט דאס שטארק אוועק געשטיפט, און הרב קוק האט דאס געוואלט צוריק ברענגן ביי זיין עולם (ער האט טאקע נוטע געווען צום נצי''ב), און אויך די חזון איש, צוויי, און די תורת הקבלה של הגר''א, וואס נאר יחידי סגולה זענען עוסק און דעם, און דריי, און זיין שיטה און עניני ישוב א''י, ותהליך הגאולה, וואס די ליטווישע וועלט רעדט נישט פון דעם מאיזה סיבה, אזוי ווי מען קען זעהן און די ספר הגאון (חלק ב, פרק טו) אז ער לאזט אויס דעם ענין, און ער רעדט נאר אויבער פלעכליך, און די אגודת ''קדושת ציון'', וואס געבן ארויס שוין די לעצטע פאר יאר א גליון וואס הייסט אויך ''קדושת ציון'', רעדן אסאך פון דעם, און ווילן צוריק ברענגן דעם שפארך ביים עולם.
סוף דבר מורי ורבותי מיר דארפען רעדן איבער די אלע ענינים הצריכים תיקון, ביז מיר וועלן בעזר השם זעהן א שינוי, מיר מוזן ארוס קומען און זאגן ''גענוג'' מיר וועלן זיך נישט לאזן פירן און וועגן וואס מיר ווילן נישט ''אינהו בדידהו ואנן בדידן'' לאמיר זיך נישט נארן מיר גייען נישט משנה זיין די גאנצע חסידישע וועלט מען דארף נאר קוקן אויף די מענדעל'יסטן וואס ווי משוגע זייער רבי זאל נאר זיין לאזן זי יאים נישט אפ, אבער דאס מיינט נישט אז מיר דארפן אונגאנצען נאכטאנצען, און אויך אליין אוועקשפאצירן איז זייער שווער בפרט אויב מען האט שוין א ווייב מיט קינדער, נאר די עצה איז צוזאמען זיך צביסלעך עפענען, זיך צוזאמען מאכן שבת פאר זיך, יא ''אין וויליאמסבורג ב''פ וכו''', מיר טארן נישט רוהן ביז מיר וועלן זעהן שיינע קהילות, שיינע חדרים און ישיבות וואס וועלן גוט מחנך זיין אונזער קינדער סיי און לימודי קודש סיי און לימודי חול, מיר וועלן האבן גוטע פרנסות און נישט מעלקן די גאווערמענט און מאכן א חלול השם, עס איז טאקע דא וואס זענען משנה און געוויסע ענינים, ווי למשל לגבי ישיבות איז דא ישיבת נהרדעה און ב''פ, וואס ווערט געפירט דורך הרב גיפס א ווארום איד מיט א אפענע קאפו ואז געבט אויך שיעורים און נפלאות הבורא וכו', און אויך ישיבות יד הלוי און מבקשי תורה און ב''פ ווי מען לערענט שוין אויך לימודי חול, און אויך און א''י, און אויך איז שוין דא קהילות וואס טוישן ווי מען זעהט און לעקוואוד מאכן זיך אויף קהילות, און וויליאמסבורג שיינט ארויס ''די שטיבל'' (איין זאך פעלט דארט א מדינת ישראל און א אמעריקאנע פאן..), אויך און פרנסה ווערט בעסער מען גייט שוין אין Touro College וכו', זאל די אייבערשטער העלפן אז ימלא כל משאלות לבנו.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג מערץ 07, 2019 4:47 pm

א תמצית וואס איך שרייב איז אז בשעת די ארגענעלע דרך הבעש''ט וואלט געדארפט פאלן מיט די צייט און די דרך החת''ס (וואס איז צו בוחר זיין א רב און א דיין צו פירן און דורך דעם זיי רוכטיג ריספעקטירן) וואלט געדארפט איבערנעמען, איז געשעהן פונקט דאס פארקערטע.. און דאס איז גורם אסאך חרבנות און אויך פרומקייטן וואס מאיז תולה אז וויבאלד מען איז דאך א ''חסיד'' דארף מען זיין עפעס מער און פרומער ווי דער גווענטליכע אשכנזי (גיין פרומער אנגעטוהן לערנען וויינעגער לימודי חול נישט עוסק זיין און ''מחשבת ישראל'' וכו', און אונזער ארבעט איז צוריקצוברענגן דעם דרך החת''ס (פי' הדרך הישר) נישט דורך יענעם צוברעכען (וואס איז כמעט נישט שייך) נאר דורך זיך בויען
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מערץ 07, 2019 5:40 pm

זייער שיין! חוקר ודורש! ביטע זייט ממשיך.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1553
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1610 מאל

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג מערץ 07, 2019 5:46 pm

איך האב שוין פלענער פאר די נעקסטע וועקער בעזהשי״ת א גאר אונטרסאנטע ארטיקל והשם יעזור
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך קוקי » דאנערשטאג מערץ 07, 2019 5:55 pm

נאך א מזל מ'האט עס נישט ארייגעלייגט.
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מערץ 07, 2019 5:59 pm

קוקי האט געשריבן:נאך א מזל מ'האט עס נישט ארייגעלייגט.


זאג, די האסט נישט בעסער וואס צו טאן ווי צו ארום לויפן אין די אשכולות און טשעפענען מיט יעדען שרייבער? גיי ביטע צוריק פון וואנעט די ביזט געקומען, די באשטייערסט נישט גארנישט זאכליך פאר די מענטשהייט.

שכוח.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1553
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1610 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 07, 2019 6:20 pm

הרב דשונסקי איז נישט געוועהן אינגאנצן קיין מתנגד. ער האט שטארק געהאלטן פונעם אהבת ישראל מוויזניץ און ער האט אסאך גערעדט פון אים זיין גאנץ לעבן, און אים דערמאנט ביי זיינע דרשות. ער האט געהאלטן אז ער האט אסאך קונה געוועהן פון אים. ער האט עס געשריבן אין א בריוו צו די קינדער פונעם אהב״י נאך די פטירה. סאיז באוואוסט אז ער פלעגט זאגן ״איך בין קיין חסיד נישט אבער אויב סאיז דא א אמתע רבי איז עס דער סב״ק מוויזניץ״.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מאנטאג מערץ 11, 2019 11:43 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5792
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3435 מאל

Re: שכחות דרך החת''ס והבעש''ט ועוד

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 07, 2019 6:21 pm

זייער גוט און זייער שיין. אבער אביסל צו לאנג אויסגעשריבען מיט צו לאנגע זאצן.

דער דרך פון דער חתם סופר איז טאקע נשתכחה, אבער יעדער קען עס צוריק שטעלן. קענסט לערנען? פארשטייסט צו בחורים? עפען דו א ישיבה, ווי דער ראש ישיבה זוכט נישט גרויסע נומערן, צו גרויסע מצויינים, און לערן מיטמדי בחורים. חומש רש" און רמב"ן אביסל יעדען טאג. לערן א גמרא מיט זיי אן פשעטליך, נאר פשט כפשוטו, מיט יעדער כלומר אין רש"י וכדו׳. דער דרך הבע"ש איז פארגעסן געווארען גענצליך, דעריבער איז עס נישט שייך צוריק צו שטעלן. אבער דער החת"ס איז נאך אפען פאר יעדעם.

סתם אזוי, די תשובות פון דער חתם סופר ערהאלטען א ריז פון יסודות אין דרך הלימוד און אין סוגיות. גיי לערן על פי דרכו, און דו וועסט עס אויך טועם זיין. שטעל זיך נישט אפ ביי די דרשות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8440
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7903 מאל

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג מערץ 07, 2019 6:21 pm

קוקי האט געשריבן:נאך א מזל מ'האט עס נישט ארייגעלייגט.

כבוד הרב קוקי ני״ו די ביסט גערעכט עס באלאנגט נישט דארטן אבער כבר אמרו חכמינו ז״ל אז מען זאל רעדן מיט א לשון נקיה, איז אלץ סתם א שרייבעריי נישט פארן וועקער שרייב איך סתם נארישקייטען? ביטע ענטפער א דאנק
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך קוקי » דאנערשטאג מערץ 07, 2019 10:17 pm

חוקר ודורש האט געשריבן:
קוקי האט געשריבן:נאך א מזל מ'האט עס נישט ארייגעלייגט.

כבוד הרב קוקי ני״ו די ביסט גערעכט עס באלאנגט נישט דארטן אבער כבר אמרו חכמינו ז״ל אז מען זאל רעדן מיט א לשון נקיה, איז אלץ סתם א שרייבעריי נישט פארן וועקער שרייב איך סתם נארישקייטען? ביטע ענטפער א דאנק

נישט ווייל ס'באלאנגט נישט דארט, פונקט פארקערט, דארט וואלט זיך די ארטיקל פיין געפאסט; נאר ס'ליידער פול מיט דעם שפראך, אז ס'שוין גענוג, גענוג און נאך.. וויפיל איז די שיעור צו קנעלן שיטת הכפירה - נשכחה - וואס האט נאר פארשטאפט דאס גייסט פונעם כלל. זאגסטו אז דער חת''ס איז אויך פארגעסן געווארן זיין דרך? און ליטוואק פון בודא שטימט נאך צו?...

טו מיר א טובה, און הער אויס מיינע רייד - ווי שיין האסטו טאקע גערעדט צו מיר - און גלייב מיר מיט וואס דארפסט נישט צופיל גלייבן נאר אביסל אריינקוקן טיפער אינעם פאקט; חסידות איז נישט פארגעסן געווארן, און דאס דרך החת''ס איז נישט פארגעסן געווארן, נאר מה לכהן בבית הקברות? זוכסט תרומות ומעשרות אינעם מרחץ?

עַל מִשְׁכָּבִי בַּלֵּילוֹת בִּקַּשְׁתִּי, אֵת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי, בִּקַּשְׁתִּיו וְלֹא מְצָאתִיו. אָקוּמָה נָּא וַאֲסוֹבְבָה בָעִיר, בַּשְּׁוָקִים וּבָרְחֹבוֹת, אֲבַקְשָׁה אֵת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי, בִּקַּשְׁתִּיו וְלֹא מְצָאתִיו. מְצָאוּנִי הַשֹּׁמְרִים הַסֹּבְבִים בָּעִיר, אֵת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי רְאִיתֶם. כִּמְעַט שֶׁעָבַרְתִּי מֵהֶם, עַד שֶׁמָּצָאתִי אֵת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי, אֲחַזְתִּיו וְלֹא אַרְפֶּנּוּ, עַד שֶׁהֲבֵיאתִיו אֶל בֵּית אִמִּי וְאֶל חֶדֶר הוֹרָתִי.

ס'דא יודען וואס 'לעבן' מיט חסידות, לערנען מיט'ן דרך החת''ס, און זיי האבן גארנישט פארגעסן - ווייל זיי ווייסן נישט און ווילן נישט וויסן עפעס אנדערש.. קום נאר זוך די אמת, וועסטו לאכן פון די פארגעסער.. ווי גרויס זיי זענען. און אויך איך לאך פון די גרויסע גערעגטע קיען, ווי 'גרויס' זיי זענען. אמת איז אמת. און ס'בייגט זיך נישט פאר בוגי מענס.. פאר מחאה מאכער, פאר בריונים בצורת קנאים. האסט פארגעסן, האלט דיר שטיל פאר בושה, פארצייל נישט פאר גאנץ בראד אז דער שר השכחה האט דיר איבערגענומען.. האלט נישט דעם עולם ביי דיר, און שריי פארגעסן! לאז זיי גיין זוכן דאס אמת.
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

הודעהדורך חוקר ודורש » פרייטאג מערץ 08, 2019 12:44 am

קוקי האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:
קוקי האט געשריבן:נאך א מזל מ'האט עס נישט ארייגעלייגט.

כבוד הרב קוקי ני״ו די ביסט גערעכט עס באלאנגט נישט דארטן אבער כבר אמרו חכמינו ז״ל אז מען זאל רעדן מיט א לשון נקיה, איז אלץ סתם א שרייבעריי נישט פארן וועקער שרייב איך סתם נארישקייטען? ביטע ענטפער א דאנק

נישט ווייל ס'באלאנגט נישט דארט, פונקט פארקערט, דארט וואלט זיך די ארטיקל פיין געפאסט; נאר ס'ליידער פול מיט דעם שפראך, אז ס'שוין גענוג, גענוג און נאך.. וויפיל איז די שיעור צו קנעלן שיטת הכפירה - נשכחה - וואס האט נאר פארשטאפט דאס גייסט פונעם כלל. זאגסטו אז דער חת''ס איז אויך פארגעסן געווארן זיין דרך? און ליטוואק פון בודא שטימט נאך צו?...

טו מיר א טובה, און הער אויס מיינע רייד - ווי שיין האסטו טאקע גערעדט צו מיר - און גלייב מיר מיט וואס דארפסט נישט צופיל גלייבן נאר אביסל אריינקוקן טיפער אינעם פאקט; חסידות איז נישט פארגעסן געווארן, און דאס דרך החת''ס איז נישט פארגעסן געווארן, נאר מה לכהן בבית הקברות? זוכסט תרומות ומעשרות אינעם מרחץ?

עַל מִשְׁכָּבִי בַּלֵּילוֹת בִּקַּשְׁתִּי, אֵת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי, בִּקַּשְׁתִּיו וְלֹא מְצָאתִיו. אָקוּמָה נָּא וַאֲסוֹבְבָה בָעִיר, בַּשְּׁוָקִים וּבָרְחֹבוֹת, אֲבַקְשָׁה אֵת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי, בִּקַּשְׁתִּיו וְלֹא מְצָאתִיו. מְצָאוּנִי הַשֹּׁמְרִים הַסֹּבְבִים בָּעִיר, אֵת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי רְאִיתֶם. כִּמְעַט שֶׁעָבַרְתִּי מֵהֶם, עַד שֶׁמָּצָאתִי אֵת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי, אֲחַזְתִּיו וְלֹא אַרְפֶּנּוּ, עַד שֶׁהֲבֵיאתִיו אֶל בֵּית אִמִּי וְאֶל חֶדֶר הוֹרָתִי.

ס'דא יודען וואס 'לעבן' מיט חסידות, לערנען מיט'ן דרך החת''ס, און זיי האבן גארנישט פארגעסן - ווייל זיי ווייסן נישט און ווילן נישט וויסן עפעס אנדערש.. קום נאר זוך די אמת, וועסטו לאכן פון די פארגעסער.. ווי גרויס זיי זענען. און אויך איך לאך פון די גרויסע גערעגטע קיען, ווי 'גרויס' זיי זענען. אמת איז אמת. און ס'בייגט זיך נישט פאר בוגי מענס.. פאר מחאה מאכער, פאר בריונים בצורת קנאים. האסט פארגעסן, האלט דיר שטיל פאר בושה, פארצייל נישט פאר גאנץ בראד אז דער שר השכחה האט דיר איבערגענומען.. האלט נישט דעם עולם ביי דיר, און שריי פארגעסן! לאז זיי גיין זוכן דאס אמת.

יישר כוח פארן ענטפערן, איך האב נישט געשריבן וועגן ״לערנען״ און זיך קאכן און אנווארמען די נשמה און פאשארפען דעם מוח מיט חסידישע ספרים און אויך נישט וועגן לערנען פאר זיך על פי דרך החתם סופר, איך רעדט דא סאך ברייטער ווער זאל פירן כלל ישראל ווער זאל זיין זייערע וועג ווייזער בנש״ק אשר לא קראו ושנו כדבעי און זענען נישט גענוג אויסגעארבעט אידן צו ת״ח אנשי מעלה ויראי השם תוכו כברו, איך וויל נישט זאגן נעמען אבער גענוג רבי׳ס היינט זענען נישט ראוי לאותו איצטלה, איז אפי׳ די רביסטיווע וואלט נאך געווען א ריינע חבורה לשם שמים דארף מען וויסן די אלע דערהויבענע מושגים פון די קשר בין הרבי להחסיד (וואס דאס איז געווען די ארגענעלע דרך הבעש״ט) ביז ווען גייט דאס אן בתוקפו ? צו דען זענען מיר נאך היינט און די תקופת התנאים? אפשר ? ווער זאגט אז נישט נאר די גדולי ישראל טיילן דאס אפ, די זעלבע דא האבן פיל גדולי ישראל געזאגט בערך די זעלבע צייט אז עד כאן!! מכאן ואילך איז שוין נישט דאס קענסט אנטוהן א שיינע בעקעטשע און טיילען שיריים און דאווענען ווארום מיטן ״חסידישע״ הבהרה דאס מיינט נישט תלמידי בעש״ט, דאס איז אלעס אלץ א חבורה קדושה אבער היינט איז עס א פארטיי וואס דאס ברענגט חרבנות מער ווי סאך עס טוט אויף נו דארפען מיר א טויש ניין?
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך קוקי » פרייטאג מערץ 08, 2019 1:19 am

אויף ענגליש איז דא א אויסדרוק;
I guess you're fishing in the wrong pond
פירוש; איך שטעל מיר פאר אז דו לייגסט דיין נעץ - אינעם אומריכטיגן טייכל..

פרעג נישט יענע וואס זאגן 'אבדה תקוותינו', פרעג נישט יענע וואס זאגן צו גאלדענע גליקן; טרעף יענע וואס זענען צופרידן און כאפ זיך צו - צו זיי
איך בין צופרידן און כ'קען אסאך צופרידענע ערליכע חסידישע געהויבענע בעל שמ'סקע יודען, וואס האבן גארנישט פארגעסן די תורה הנצחי - ווייל כי לא תישכח איז דא א הבטחה.
אויב איז דאס שטיבל דא אומריין צו רעדן א חסידיש ווארט, קום אין אישי וועל איך דיר פארציילן.
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

הודעהדורך חוקר ודורש » פרייטאג מערץ 08, 2019 11:31 am

נעמטס לדוגמה די אסיפה פון די אגודה און נתניה נישט צו לאנג צוריק פון די מועצת גדולי התורה, וויל איך פרעגן ווער זענען די מוסרי התורה שבכל דור ? די רבי׳ס צו די רבנים ? אפי׳ אזא איינעם ווי די רבי פון מודזיץ וואס איז א גרויסע תלמיד חכם איז ער ״נישט״ פון די מוסרי התורה, נאר איינער וואס איז עוסק און הוראה ווי זיך צו פירן על פי תורה מיט די היינטיגע מציאות, נו אויב אזוי ווי זענען געווען רבי מנדל שפרן רבי שמאי גראס און רבי משה שאול קליין ? דאס איז א בזיון התורה!! די ליטווישע ר״י זענען אויך מוסרי התורה נישט אזוי שטארק ווי די רבנים ודיינים אבער כאטש זענען זיי עוסק צו פארשטיין דברי חכמינו ז״ל (אע״פ אז בכל דור ודור איז די ציל געווען ציצוקומען לאסוקי שמעתתא נישט בלייבען ביים לומדות)
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 08, 2019 12:24 pm

היינט האט מען אלסדינג צוטיילט אויף שטיקער. דער קען פסקנ'ן אבער לערנען קען ער נישט. דער קען לערנען אבער פסקנ'ן קען ער נישט. ווען א נייע שאלה קומט אפיר, מוזען זיי זיך צוזאמען שטעלן, אבער זיי קענען נישט. לאזט מען די שופר צו דער וואס כאפט עס. צוויזען לומדים איז ר' מנדל שפרן א ליצנות אדירה מיט זיין מאדנע פסקים און צושטעלס, און זיין בויך סברות וואס שטימען הפלא ופלא מיט יעדער געזעץ אין די לאנד ווי ער פסקנ'ט. אבער ער האט די שופר אין חו"מ, און יעדער בעל דין ווייסט ער קען איהם נוצען. וכ"ה ביי אנדערע אזעלכע גרויסע שופרות, וואס זייער געדרוקטע תורה זאגט אונז וואס זיי קענען אין לערנען, אבער פסקנ'ן פסקנ'ן זיי, מיט א קול רעש גדול. עס וואלט געווען ריכטיג אז די אמת'ע לומדים זאלען זיך נעמען צו פסק, אזוי אז עס וועט זיין א דבר השלם.

אבער קיינער פון די מתאספים פארטרעטען נישט דער בעש"ט און נישט דער חתם סופר. קיינער פון זיי האט נישט קיין עקסטער דערהויבענע דרך אין עבודת ה', און קיינער פון זיי לערנט נישט מיט תלמידים (דינגען א שטאב הייסט נישט לערנען), און קיינער פון זיי קען נישט עפעס מער ווי זייער חסידים אין סיי וואס. די חסידים טרעפן זיך מעגליך א דרך אין עבודת ה', אבער נישט דאס איז א רבי און נישט דאס איז חסידות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8440
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7903 מאל

הודעהדורך קוקי » פרייטאג מערץ 08, 2019 2:26 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: נישט דאס איז א רבי און נישט דאס איז חסידות.

וויאזוי ווייסטו? האסט געקענט דעם חת''ס? האסט געקענט דעם בע''ש? דיין באבע האט דיר פארציילט?? בימים ההם האט מען געזאגט די זעלבע זאך - און נאך מער..
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 08, 2019 2:32 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:...אבער נישט דאס איז א רבי און נישט דאס איז חסידות.

מ'זאגט אז די ערשטע פון די סארט היינטיגע רביס, זענען געווען דער קדושת ציון פון באבוב און דער עקדת יצחק פון אלכסנדר.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2363
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1416 מאל

הודעהדורך קוקי » פרייטאג מערץ 08, 2019 2:37 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:...אבער נישט דאס איז א רבי און נישט דאס איז חסידות.

מ'זאגט אז די ערשטע פון די סארט היינטיגע רביס, זענען געווען דער קדושת ציון פון באבוב און דער עקדת יצחק פון אלכסנדר.

ווער איז דער זאגער?
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

Re: שכחות דרך החת''ס והבעש''ט ועוד

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 08, 2019 2:47 pm

אינטרעסאנט, מיר פרעגט מען צו איך האב געקענט דער בעש"ט אדער דער חת"ס. אבער ווען איינער זאגט ער פארטרעט זיי יא, איז שא שטיל. מ׳פרעגט זיי גארנישט. למשל, דיין געטשקע פון ניו סקווער, וועמען האט ער געקענט? אה, זיין טאטע. און וועמען האט זיין טאטע געקענט? קיינעם. ער איז דאך א יתום פון אלס יונגע בחור. אבער פארטרעטן מעג ער נאכאלס?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8440
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7903 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט