דו ווערסט די קהילה'ס זונה, און דו באצאלסט נאך דערפאר!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

דו ווערסט די קהילה'ס זונה, און דו באצאלסט נאך דערפאר!

הודעהדורך העניך » מאנטאג מערץ 11, 2019 5:28 pm

דער אויפרייס פון טשערידי קאמפיינס, וכל שום וחניכא דאית ליה, שלאגט טיפע ווארצלען ביים יהדות החרדית, און קוים וואס מ'קען זיך ארויסזען דערפון. פשוטי עם ווערן יעדן טאג באמבאדירט מיט בקשות פון זייערע חברים אז מ'זאל זיך משתתף זיין אין זייערע קאמפיינס, און די באלעבאטישע צווישן אונז באקומען צענדליגער בקשות א טאג, אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט.

אבער וואס גייט דא באמת פאר? וויאזוי האבן מיר זיך פלוצים געזען אין א מצב וואס מוסדות קענען גרינג מאכן א הכנסה פון א פאר הונדערט טויזנט דאלאר, אן קיין באזונדערע שוועריגקייטן? וואו איז דאס געלט געלעגן ביז היינט, און איז אנטדעקט געווארן נייע קראנען פון געלט?

דער כלל איז אז געלט ווערט געגעבן נאר אויב מ'באקומט עפעס צוריק. ביז היינט האבן די מוסדות געארבעט שווער איבערצוצייגן נדבנים אז ס'לוינט זיך זיי צו האבן א טייל אין די מוסדות. ס'איז א חשוב'ער מוסד, ס'טוט אויף פאר אידן, ס'איז מרבה תורה, ס'טוט חסד פאר ארימע, ס'שטעלט עפעס צו פאר א סעגמענט פון כלל ישראל. און דער נדבן האט איינגעקויפט א טייל אינעם מוסד. אין אנדערע ווערטער, דער מוסד האט זיך ארויסגעשטעלט פאר סעיל, און יעדער איד וואס האט א ווארעם הארץ פאר דעם צוועק וואס דער מוסד שטעלט פאר האט געקענט באקומען א חלק אין דעם מוסד.

די המצאה פון טשערידי איז אז מוסדות שטעלן זיך נישט אליין ארויס אלס דער פראדוקט וואס איז אויף סעיל. דאס נוצן זיי פאר אנדערע קאמפיינס. פאר די טשערידי קאמפיינס נוצן זיי א גענצליך נייער פראדוקט וואס זיי לייגן אויף סעיל: די מוסדות און קהילות נעמען זייערע מעמבערס און שטעלן זיי ארויס אין די פענסטערס פון דער רויט-ליכט דיסטריקט. וויל איר א חלק אין פלוני'ס חבר'שאפט, ווילט איר ווייטער זיין א חבר פאר אלמוני? דאן צאלט אריין אין דעם עהרע-שיסל וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן פאר אים.

אנשטאט דער מוסד זאל זיך ארויסשטעלן צום פובליק און זיך עפענען צום ציבור איבער זייערע טעטיגקייטן און פארוואס עס לוינט צו נעמען אנטייל אין זייערע פעולות, נעמען זיי זייערע אייגענע יונגעלייט און שטעלן זיי ארויס צום ציבור. ביסט א חבר מיט יאסל? אלזא צאל אריין. טשערידי נעמט צוזאם די אתנן.

אנשטאט דער מוסד זאל זיך מאכן וואלנערעבל פאר'ן ציבור, און די דעבאטע ביים נדבן אין הארץ זאל זיין צי ער אנערקענט אין די פעולות פון דעם מוסד, איז יעצט דער ספק ביים נדבן צי ער איז גענוג א גוטער חבר מיט פלוני'ן, און צי ער איז מחוייב אים צו געבן. דיין חבר'שאפט, דיין געטריישאפט, דיין קרוב'שאפט, דיין לעבן, ווערט באטראכט און אפגעשאצט ביים ציבור. אז וואס? אז דאס געלט וואס מ'גיט "פאר דיר", זאל גיין צום פּימפּ, די ראשי הקהילה והמוסד.

דאס אלעס וואלט געווען נאר איין צרה. די גרעסערע צרה איז, אז דו דארפט נאכדעם צוריקצאלן דאס גאנצע געלט פון דיין אייגענער טאש. דו ביסט גענומען געווארן אויף א רייד דורך די ראשי המוסדות, דיין פערזענליכקייט איז ארויסגעשטעלט געווארן אויף דער מארקעט, און די אלע וואס האבן אריינגעצאלט האבן אריינגעצאלט אין דיין כבוד, כאטש דו האסט גארנישט באקומען דערפאר. וואס געשעט נעקסט? ווען עס קומט די רייע פאר די אלע וואס האבן אריינגעצאלט פאר דיין נאמען צו ווערן זונה'ס פאר זייערע מוסדות, דארפסטו צוריקצאלן און אריינקויפן אין זיי!

יעצט דריי זיך אויס, און קוק צוריק וואס דא האט פאסירט:

1. אנשטאט דער מוסד זאל זיין וואלנערעבל פאר'ן ציבור, האט מען דיך ארויסגעשטעלט פאר פובליק צו שלעפן און שנארן נדבות.

2. יעדע פון די אתננ'ס איז געגאנגען פאר די מוסדות, און דו האסט גארנישט פארדינט דערפון.

3. די אלע וואס האבן אריינגעצאלט פאר דיין קאמפיין וועלן עווענטועל אויך מאכן קאמפיינס, און דו וועסט דארפן פאר יעדן פון זיי באצאלן.

4. בסך הכל, דו ביסט ארויס אין פובליק שנארן אנשטאט דיין מוסד, און נישט נאר וואס דו האסט גארנישט געהאט דערפון, נאר דו האסט זיך געמאכט א בעל חוב צוריקצוצאלן אלעס וואס איז אריינגעקומען "לכבודך".

הדא היא דכתיב, געגעסן פארשטינקענע פיש, און פון שטאט ארויסגעווארפן.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 639
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 676 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2917 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג מערץ 11, 2019 6:03 pm

פון וויפיל מענטשען איך האב נאר באקומען טשערידי לינקס, האבן אלע געהאט א געפיל צו די מוסד ארגענעזאציע, און האבן א אינטערעסע אין איר הצלחה.

זיי זענען נישט קיין פראפעסינאלע שנארער'ס און זענען גערן מסכים צו שאפן געלט פאר די מוסד אויב ס'קומט נישט אן שווער. און טשערידי וכל שום וחניכא דאית ליה (אפשר לה? ווייל לויט העניך רעדט מען דא פון א זנות אפערעישאן?) איז א געוואונטשענע פלאטפארמע וואס פילט אן דעם חלל.

זיי ערווארטן נישט גארנישט אין אויסטויש, און דאס זיי באצייכענען ווי זונה'ס איז נידריג און אומריכטיג.

דאס יא, ס'וועפט שוין אין גרויסן, און רוב גאול'ס ווערן קיינמאל עררייכט (איך ווייס דאס בידיעה) און ס'איז נישטא קיין שום אינטעגריטי אין דעם סיסטעם (וואס איז גראדע די סיבה פארוואס ס'גייט נאך אן)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך איש חזון » מאנטאג מערץ 11, 2019 7:29 pm

יל"ע מצד הדין אם מותר לבקש ממי שאינו יכול לסרב
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 672 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג מערץ 11, 2019 11:26 pm

די עהרע-מיטל איז אן אלטע געדאנק פון דינער דזשורנאלס וכדומה, ווי מ'האט איינגעצאלט אלס חבר'שאפט, די חילוק מיט אינטערנעט קטמפיינס איז נאר בכמות ווייל ס'געווארן א פארפלייצונג.

דאס וואס די טענה'סט אז מ'באקומט גארנישט צירוק איז נישט אזוי אמת, ווייל איינער וואס האט קינדער אין א מוסד באקומט חינוך פאר זיינע קינדער דורך די צדקה ווייל שכר לימוד דעקט בדרך כלל נישט די הוצאות פער קינד אין א מוסד. אזוי אויך א גרויסע חלק פון די טשערידי קאמפיינס זענען נאנט צו דער מבקש און ס'נישט אבי געהאקט ווייל ער האט אן אינטערעסע דערין.

בכל אופן איז דאס ארויס פון פראפארשען לעצטענס, ווארט צו אביסל ס'וועט זיך בארוהיגען ווייל ס'סיי ווי נישט געדרוקט געווארן קיין נייע געלט וואס איז בחינם אריינגעלייגט געווארן אין כלל ישראל'ס אקאונט. צוביסלעך וועט זיך די שפיל סטאפ'ן ווען מ'וועט עס אנהייבן איגנארירן, פונקט אזוי ווי דזשאוקס אויף טעקסט און אימעיל האט זיך בארוהיגט די לעצטע פאר יאר נאכדעם וואס ס'געווען א נייע געדאנק פאר א תקופה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך וואלווי אום מיטוואך מערץ 13, 2019 5:17 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2537
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3338 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג מערץ 12, 2019 4:39 pm

ר' איד, האסט געגליכן מיין ארטיקל, איז אנשטאט ארומשיקן א לינק דערצו, האסטו מחליט געווען עס צו קאפירן, און ארומשיקן אויף וואטסעפפ אן די אינפארמאציע פון וואנעט דו האסט עס גענומען, און אן מיין נאמען. זאלסטו וויסן אז דו האסט געטון אן אוממענטשליכע זאך, און דו אנטמוטיגסט מיר פון שרייבן.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 639
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 676 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2917 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג מערץ 12, 2019 7:55 pm

עלעקוואנטער ארגומענט דער ארטיקל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2560
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7354 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 13, 2019 2:11 pm

מיין ברודער האט געשריבען אויף זיין סטאטוס: אין ליכט פון די אלע מעטשינג קאמפעינס, דארף מען טוישן די תפלה אויף 'ותצילני מחבר טוב ומשכן טוב', ודפח"ח.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9129 מאל

Re: דו ווערסט די קהילה'ס זונה, און דו באצאלסט נאך דערפאר!

הודעהדורך מיינונגזאגער » מוצ"ש מערץ 16, 2019 10:04 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:פון וויפיל מענטשען איך האב נאר באקומען טשערידי לינקס, האבן אלע געהאט א געפיל צו די מוסד ארגענעזאציע, און האבן א אינטערעסע אין איר הצלחה.

זיי זענען נישט קיין פראפעסינאלע שנארער'ס און זענען גערן מסכים צו שאפן געלט פאר די מוסד אויב ס'קומט נישט אן שווער. און טשערידי וכל שום וחניכא דאית ליה (אפשר לה? ווייל לויט העניך רעדט מען דא פון א זנות אפערעישאן?) איז א געוואונטשענע פלאטפארמע וואס פילט אן דעם חלל.

זיי ערווארטן נישט גארנישט אין אויסטויש, און דאס זיי באצייכענען ווי זונה'ס איז נידריג און אומריכטיג.

דאס יא, ס'וועפט שוין אין גרויסן, און רוב גאול'ס ווערן קיינמאל עררייכט (איך ווייס דאס בידיעה) און ס'איז נישטא קיין שום אינטעגריטי אין דעם סיסטעם (וואס איז גראדע די סיבה פארוואס ס'גייט נאך אן)
אני הקטן (גדול) דיסעגרי זיכער שטארק צו דיין הנחה.
אני כשל עצמי באקומט א יעדן טאג באזונדער זינט די מכה טשערעדי האט זיך אנגעהויבן א יעדן טאג כאטשיג איין ריקוועסט וואס איך קען נישט צירוק ווייזן, פאר סיי וואספארא סיבה, צו איז דער בעטער א גוטער קליענט אדער מיין פירסט קאזין וואס האלט זיך זייער נאנט, אדער גאר מיין חברותא מיט וועמען איך הענג ארום א יעדער נאכט (וויל אונז ביידע האמיר די זעלבער פראבלעים, מען דארף ארויס גיין א יעדע נאכט פון שטוב פאר א שעה צוויי) עכ"פ ער איז א בעלזער און איך א סאטמערער און איך האב נישט קיין שום אינטערעסע אין די בעלזער מוסד וכ"ו. מיין פלאן איז נישט אדורך צו גיין א יעדע טשערעדי קאמפיין וואס איז לעצטענס פארגעקומען און ארויס ברענגען די דיסאינטרעסט וואס איך האב אין די מוסד.
אדער מחילת כבוד הרמה עס איז נישט ריכטיג מען לייגט מענטשען אין ספאט ווי מען קען זיך נישט ארויס זעהן.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג מערץ 17, 2019 7:06 am

אני הקטן האב באקומען א פארלאנג צו שאפן פארן מוסד וואו מיין קינד לערנט. מען האט עס פרובירט ארויפצוצווינגען אויף אסאך עלטערן, אבער נאר ווער ס'איז די געווען מיטן מוסד צופרידן האט געזאגט יא.

איך, און נאך אסאך אנדערע האבן געזאגט לא מיט אן אלף. יעדער האט א וועג ארויס און ווער ס'וועל נישט קען אייביג זאגן ניין, חוץ אין גור וואו מ'לאזט נישט טראכטן.

דער אטענשען זוכער איז געווען אמאל אויך, די איינציגסטע חילוק איז, האנעריס ביים דינער זענען אמאל געווען גבירים, היינט זענען די אנליין פעיגערס אויך ארימעלייט, זהו.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

Re: דו ווערסט די קהילה'ס זונה, און דו באצאלסט נאך דערפאר!

הודעהדורך מיינונגזאגער » זונטאג מערץ 17, 2019 10:46 am

איסר האטלקי האט געשריבן:אני הקטן האב באקומען א פארלאנג צו שאפן פארן מוסד וואו מיין קינד לערנט. מען האט עס פרובירט ארויפצוצווינגען אויף אסאך עלטערן, אבער נאר ווער ס'איז די געווען מיטן מוסד צופרידן האט געזאגט יא.

איך, און נאך אסאך אנדערע האבן געזאגט לא מיט אן אלף. יעדער האט א וועג ארויס און ווער ס'וועל נישט קען אייביג זאגן ניין, חוץ אין גור וואו מ'לאזט נישט טראכטן.

דער אטענשען זוכער איז געווען אמאל אויך, די איינציגסטע חילוק איז, האנעריס ביים דינער זענען אמאל געווען גבירים, היינט זענען די אנליין פעיגערס אויך ארימעלייט, זהו.
דיינע קליענטן וואס געבן דיר א שיינער אמאונט פון ביזנעס א יאר קענסטו דען זאגן ניין? עס איז א אומגעזעהנער פרעשאר וואס טרייבט די סאבקאונטשעס מיינד צו זאגן איך האב נישט קיין ברירה איך מוז דאס טוהן פאר מיין קליענט.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

הודעהדורך בן ישי » זונטאג מערץ 17, 2019 11:26 am

מיינונגזאגער האט געשריבן:

פאר קליענטן וואס געבן דיר ביזנעס האט מען אייביג געדארפט געבן ווען מ'האט זיי געהאנערט ביים דינער אדער ווען זיי האבן גערופן צו א מסיבה של מצוה טיי אווענט וכ'ו
די חילוק איז יעצט ווי איסר האט געזאגט אז די ארעמעלייט ווערן אויך געהאנערט אין ס'איז דא מער קאמפיינס.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1589
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 686 מאל

Re: דו ווערסט די קהילה'ס זונה, און דו באצאלסט נאך דערפאר!

הודעהדורך מיינונגזאגער » זונטאג מערץ 17, 2019 11:40 am

בן ישי האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אני הקטן האב באקומען א פארלאנג צו שאפן פארן מוסד וואו מיין קינד לערנט. מען האט עס פרובירט ארויפצוצווינגען אויף אסאך עלטערן, אבער נאר ווער ס'איז די געווען מיטן מוסד צופרידן האט געזאגט יא.

איך, און נאך אסאך אנדערע האבן געזאגט לא מיט אן אלף. יעדער האט א וועג ארויס און ווער ס'וועל נישט קען אייביג זאגן ניין, חוץ אין גור וואו מ'לאזט נישט טראכטן.

דער אטענשען זוכער איז געווען אמאל אויך, די איינציגסטע חילוק איז, האנעריס ביים דינער זענען אמאל געווען גבירים, היינט זענען די אנליין פעיגערס אויך ארימעלייט, זהו.
דיינע קליענטן וואס געבן דיר א שיינער אמאונט פון ביזנעס א יאר קענסטו דען זאגן ניין? עס איז א אומגעזעהנער פרעשאר וואס טרייבט די סאבקאונטשעס מיינד צו זאגן איך האב נישט קיין ברירה איך מוז דאס טוהן פאר מיין קליענט.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

פאר קליענטן וואס געבן דיר ביזנעס האט מען אייביג געדארפט געבן ווען מ'האט זיי געהאנערט ביים דינער אדער ווען זיי האבן גערופן צו א מסיבה של מצוה טיי אווענט וכ'ו
די חילוק איז יעצט ווי איסר האט געזאגט אז די ארעמעלייט ווערן אויך געהאנערט אין ס'איז דא מער קאמפיינס.
א יעדן טאג א פרישער אורח. א קליענט איז געווארן געהאנערט איין מאל א יאר, עס איז נאך צום אויסהאלטן. אבער א יעדן טאג טאטע אין הימעל.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג מערץ 17, 2019 12:03 pm

מיינונגזאגער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אני הקטן האב באקומען א פארלאנג צו שאפן פארן מוסד וואו מיין קינד לערנט. מען האט עס פרובירט ארויפצוצווינגען אויף אסאך עלטערן, אבער נאר ווער ס'איז די געווען מיטן מוסד צופרידן האט געזאגט יא.

איך, און נאך אסאך אנדערע האבן געזאגט לא מיט אן אלף. יעדער האט א וועג ארויס און ווער ס'וועל נישט קען אייביג זאגן ניין, חוץ אין גור וואו מ'לאזט נישט טראכטן.

דער אטענשען זוכער איז געווען אמאל אויך, די איינציגסטע חילוק איז, האנעריס ביים דינער זענען אמאל געווען גבירים, היינט זענען די אנליין פעיגערס אויך ארימעלייט, זהו.
דיינע קליענטן וואס געבן דיר א שיינער אמאונט פון ביזנעס א יאר קענסטו דען זאגן ניין? עס איז א אומגעזעהנער פרעשאר וואס טרייבט די סאבקאונטשעס מיינד צו זאגן איך האב נישט קיין ברירה איך מוז דאס טוהן פאר מיין קליענט.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

דו רעדסט פון גאנץ א אנדערע זאך און האט גארנישט מיט טשערידי, נאך פאר טשערידי האט עקזעסטירט האבן שוין די ארגענעזאציעס/גבאי צדקה אנגענומען דעם נייעם מיטל פון נוצן איינעם מיט אסאך ביזנעס קאנטאקטן וואס דארפן צוקומען צו אים און 'מאכן' יעדן ביישטייערן, בעיקר איז עס אין די קאנסטראקשן ליין ווי דיין ביזנעס באשטייט פון אננעמען ארבעט פון א קליינע גרופע קאנטראקטאר/דעוועלעפאר, און דיין יא אדער נישט געבן קען מאכן זאלסט יא אדער נישט באקומען דעם דזשאב. און היינט גייט עס שוין אזוי ווייט אז מ'נעמט זיך אויס פון פאראויס איך גיי געבן 5 אלפים פאר דיין צוועק און גיב מיר די פרעימינג/פעינטינג פון די און די פראדזשעקט, און מ'לייגט עס שוין אריין אין דעם ביזנעס עקספענס.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

Re: דו ווערסט די קהילה'ס זונה, און דו באצאלסט נאך דערפאר!

הודעהדורך מיינונגזאגער » זונטאג מערץ 17, 2019 12:21 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:

יעקב, קודם האסטו מיך אריינגעלייגט אין א נייער ביזנעס פון קאנסטראקשען. ישר כחכם!!
דאס געשעהט נישט נאר אין קאנסטראקשען, דאס געשעהט אין אינשורענס און אפי אין אמעזאן. גיי ווייס פארוואס.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג מערץ 17, 2019 2:04 pm

מיינונגזאגער האט געשריבן:א יעדן טאג א פרישער אורח. א קליענט איז געווארן געהאנערט איין מאל א יאר, עס איז נאך צום אויסהאלטן. אבער א יעדן טאג טאטע אין הימעל.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

אין אנדערע ווערטער ביסטו מודה צו מיר אז גארנישט האט זיך געטוישט פון ביז היינט, נאר ס'איז געווארן מער אפט - וואס איז א שטיקל מעלה ווייל אמאל האסטו נישט געקענט איגנארירן דיין חבר און היינט מאכט מען זיך נישט וואוסנדיג.

תמצית הדברים איז קיינער נישט קיין זונה...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

Re: דו ווערסט די קהילה'ס זונה, און דו באצאלסט נאך דערפאר!

הודעהדורך מיינונגזאגער » זונטאג מערץ 17, 2019 2:28 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:א יעדן טאג א פרישער אורח. א קליענט איז געווארן געהאנערט איין מאל א יאר, עס איז נאך צום אויסהאלטן. אבער א יעדן טאג טאטע אין הימעל.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

אין אנדערע ווערטער ביסטו מודה צו מיר אז גארנישט האט זיך געטוישט פון ביז היינט, נאר ס'איז געווארן מער אפט - וואס איז א שטיקל מעלה ווייל אמאל האסטו נישט געקענט איגנארירן דיין חבר און היינט מאכט מען זיך נישט וואוסנדיג.

תמצית הדברים איז קיינער נישט קיין זונה...
אדרבה סיי מיר מסביר ווי-אזוי מען מאכט זיך נישט וויסענדיג.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג מערץ 18, 2019 12:02 pm

וויאזוי?

פאריגע וואך האט זיך מיר איינער אפגערעדט אויף סטאטוס אז פון 134 views האבן אינגאנצן 4 חברה געגעבן, ווילסט נאך א מיטל, הייב אן צו טיילן פינעווער'ס אנשטאט אכצן, און קיינער לויפט דיר מער נישט נאך
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

Re: דו ווערסט די קהילה'ס זונה, און דו באצאלסט נאך דערפאר!

הודעהדורך מיינונגזאגער » מאנטאג מערץ 18, 2019 12:04 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:א יעדן טאג א פרישער אורח. א קליענט איז געווארן געהאנערט איין מאל א יאר, עס איז נאך צום אויסהאלטן. אבער א יעדן טאג טאטע אין הימעל.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

אין אנדערע ווערטער ביסטו מודה צו מיר אז גארנישט האט זיך געטוישט פון ביז היינט, נאר ס'איז געווארן מער אפט - וואס איז א שטיקל מעלה ווייל אמאל האסטו נישט געקענט איגנארירן דיין חבר און היינט מאכט מען זיך נישט וואוסנדיג.

תמצית הדברים איז קיינער נישט קיין זונה...
אדרבה סיי מיר מסביר ווי-אזוי מען מאכט זיך נישט וויסענדיג.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

וויאזוי?

פאריגע וואך האט זיך מיר איינער אפגערעדט אויף סטאטוס אז פון 134 views האבן אינגאנצן 4 חברה געגעבן, ווילסט נאך א מיטל, הייב אן צו טיילן פינעווער'ס אנשטאט אכצן, און קיינער לויפט דיר מער נישט נאך
גאנץ פיין. דאס איז א גוטער געדאנק. ישר כח

Sent from my SM-N960U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מיינונגזאגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Trendictionbot [Bot] און 2 געסט