בלאט 1 פון 1

רבי ר׳ מיילעך - הער שוין אויף האראססען!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 3:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ברררינג בררררינג!

"האלו? יעס?"

"הערט דער וויי געשריי פון א משפחה פון יתומים אייניקלעט פון דער רבי ר׳ מיילעך, וואס היינט פאלט אויס זיין יארצייט. שיקט אריין אייער ברייטהארציגע נדבה דורך דרוקען איינס"

ברררינג ברררינג!

"האלו? יעס?"

"היינט אויף דעם יומא דהילולא קדישא פון דער צדיק הדורות דער רבי ר׳ מיילעך זכית.......

טראק!

ברררינג ברררינג!

"האלו? יעס?"

"ווען משיח וועט קומען וועט ער פרעגן צו מ׳האט געשטיצט די אייניקלעך פון דער רבי ר׳......"

טראק!

--------------------------

איינער קען מיר טרעפן אן עצה? זיי הערן נישט אויף צו קלינגען און דרייען א קאפ! ווייל א חדר הייסט נועם אלימלך, מיינט אז אויף די טאג מעגן זיי קלינגען און מוטשען? איך האב נישט מזונות׳ד נאכ׳ן דאווענען, דארף איך נישט געבן קיין דאללאר צו ענקער מוסד, וואס מצדי מעג זיך פארמאכען היינט, אויף די יומא דהילולא קדישא (וואדעווער דעט מיענס).
איך גיי עפעס געבן א דין וחשבון פאר משיח? ניין, ער איז נישט מיין גאט, נישט איהם דין איך. און א משיח וואס פאדערט שטיצען יענעמ׳ס אייניקלעך דארף איך בכלל נישט אז ער זאל קומען.

מיין ווייב פארשטייט נישט קיין ווארט אידיש. זי הערט נאר אגאנצע טאג אויפ׳ן טלפון נאך א קרעציגע מאנסי שטימע און דער רבירעבמיילעך, כאילו עס איז איין לאנגע ווארט. אונז האבען מיר וואס צו טון, און די אלע דרשות שטערן די ארבעט.

ביטע הערט׳ס אויף צו קלינגען, אז איך האב וואס צו געבן, האב איך וואו צו געבן אויך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk