געדאנקן אחרי מטתו פון די סקולענע רבי זי"ע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

געדאנקן אחרי מטתו פון די סקולענע רבי זי"ע

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 03, 2019 11:53 pm

צענדליגע טויזענטע אידן זענען ארויסגעקומען אפגיבן די לעצטע כבוד פאר'ן גרויסן צדיק וואס איז נסתלק געווארן פארגאנגענעם מאנטאג לדאבון לב כל בית ישראל. נאך צענדליגע טויזענטע וואס האבן זיך נישט געקענט פערזענדליך באטייליגן האבן מיטגעהאלטן מריחוק מקום ובקירוב הלב. פון אלעמענס מיילער האט ארויסגעקרעכצט דעם גלה כבוד מישראל און יעדער האט געשפירט אז מ'האמיר פארלוירן א צדיק וואס האט באלאכטן די גאנצע ארום.

די סקולענע רבי האט נישט געבויעט קיין אימפעריע פאר זיין טאטע און נישט פאר זיך. ער איז געזעצן אין זיינע ד' אמות און געזיכט מקרב צו זיין אידן לאביהם שבשמים און אנווארעמען אידישע נשמות. אידן וועלכע זענען געקומען במחוצתו האבן געשפירט א לויטערקייט אז פאר זיי זיצט איינער וואס דינט די באשעפער בכל לבבו ובכל נפשו ובכל מאודו און איינער וואס איז גרייט זיך אויסציטון זיין העמד פאר א צווייטן איד. איינער וואס האט באמת מיטגעוויינט מיט א צווייטענס צער אן קיין חכמה'לעך און חשבונות.

דער וואס האט געהאט שכל און געווען א מבין אויף אן ערליכע איד, האט איבערגעלאזט אלע א. ג. מנהיגים מיט זייערע הויך שטאקיגע פארענטשעס און געקומען קיין 54 סטריט זעהן ווי א צדיק אמת פראוועט זיין עבודת השם מיט א 10-20 מענטשן. ווען מ'איז ארויסגעגאנגן פון דארט האט מען געשפירט א דערהויבענקייט און אנגעזעטיגט מיט יראת שמים.

זענען געקומען אפאר ליידיגגייער, שליחים פון די סטרא אחרא און גענומען דעם צדיק אויף די עלטער און אנגעהויבן פארדרייען א קאפ מיט אלע נער'ישע מערכות. זיי האבן גענומען עדווענטיזש פון זיין תמימות און אים אריינגעמישט און כל מיני נערישקייטן ווי נעמען א צד אין די עירוב אדער ראטעווען יהדות תימן כהנה וכהנה. ואחרון הכביד ווי אויף דער עלטער האט מען אים עקספלאידעט פאר די סמארטפאון / אינטערנעט מערכה און פאר אייגענע אינטערעסן האט מען אים ארימגעשלעפט און משוגע געמאכט. אנשטאטס אים לאזן אנגיין מיט זיין עבודת הקודש אריינצוגיבן חיות אין אידישע נשמות, האט מען קוים געקענט אריינגיין צו אים ווייל ער איז דאך פארנומען אפראטעווען דעם דור פון אינטערנעט.

ס'איז א טעות וואס אסאך מענטשן מאכן און זיי מיינען אז יעדע צדיק דארף אויטאמאטיש ווערן א מנהיג הדור און נעמען א שטעלונג און אלע ענינים העומדים על הפרק. ס'פעלט זיך אויס ספעציעלע קוואליפיקאציעס און נישט יעדע צדיק איז געאייגענט דערפאר. כמה וכמה תלמידי בעל שם צדיקים וקדושים האבן משפיע געווען קדושה וטהרה אבער נישט געהאט קיין שייכות מיט הנהגת הדור און זיך נישט געמישט אין די אלע זאכן.

זאל דער אייבירשטער העלפן אז מ'זאל מיר זוכה זיין זיך מתדבק זיין אין צדיקי אמת און אזוי ווערן דבוק אין באשעפער ובתורתו, כי הם חיינו ואורך ימינו.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2596 מאל

הודעהדורך קומזיץ » דאנערשטאג אפריל 04, 2019 1:42 am

שיין באשריבען,
אבער פארוואס דארף מען אראפרייסען יעדעם כדי עם צו מאכן פאר א ערליכע יוד,
א רבי וואס באקומט גלייך ביים ווערן רבי טויזענטער צו הינדערטער חסידים און דארף זיך זארגען פאר זיי און זייערע קינדערפאר מוסדות וכד' האט מער נישט קיין שאנס צו זיין א ערליכע יוד? און אז ער איז נישט אזא עובד השם ווי סקולענע רבי מיינט נישט אז ער האט נישט וואס צו פארקויפען פאר זיינע מענטשען ער קען זיין א ערליכע יוד אבער אויף א קלענערע דרגה אדער אויף א אנדערע מהלך,

בנוגע די אינטערנעט מערכה איז שווער צו גלייבען אז אלעס איז אדאנק זיין תמימות , ער איז געוועהן א מסירות נפש יוד און ווען עס איז געקומען צו אידישקייט האט ער נישט געוויסט פון קיין פשרות , און אפילו מיט'ן פירן די מערכה האט ער ווייטער אריינגעגעבען א חיות אין יודישע קינדער און אנגעגאנגען מיט'ן זיין עבודה , איך זעה נישט וואס די מערכה האט עם צוגענומען.
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 276
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 464 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 324 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג אפריל 04, 2019 1:58 am

זייער שיין.

קעגן שמירן די אויגן, נישט גיין לאנגע שייטלעך, קיין לאנגע בגדים, ערליכע ניגונים אא"וו האט מען אים אויך איינגערעדט און ער האט זיך געלאזט מרוב תמימותו?

דזשאסט_עסקינק.

כ'נעם נישט קיין שטעלונג אום כ'שרייב נישט מיין מיינוג. כ'פרעג נאר.
הָבָה נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה, הָבָה נְרַנְּנָה, עוּרוּ אַחִים בְּלֵב שָׂמֵחַ.
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 06, 2019 10:49 pm

קומזיץ: דו האסט נישט געכאפט די נקודה פון דעם פותח האשכול, שמעון וואלף. ער האט נישט אוועקגענומען קיין שום גדלות און נוצליכקייט פון קיין איין מנהיג פון חסידות. זיין נקודה איז געווען אז הרהצה"ק מ'סקולען זצוק"ל איז געווען א צדיק תמים. פון די געציילטע צדיקים אין אונזער דור. וועלכער האט געדינט דעם אייבישטן און באלאכטן דעם דור. אבער קיין מנהיג איז ער נישט געווען. און מענטשן וועלכע האבן געהאט אן אדזשענדא האבן איהם פארדרייט דעם קאפ. ספעציעל אויף זיינע עלטערע יארן אז ער זאלל זיך אריינלאזן אין מערכות. וועלכע האבן סייווי נישט אויפגעטהון. נאר זיי האבן איהם געשטערט פון זיין עבודת ה'. און אויך געשטערט מענטשן פון האבן צוטריט צום צדיק ווען זיי האבן זייער שטארק געדארפט חיזוק...!

נ.ב.: מ'קען נישט זאגן אז די מערכות אין וועלכע ער איז געווען אריינגעטון האבן גארנישט אויפגעטוהן. אפילו נאר טיילווייז. האטציך עס שוין אויך אפשר געלוינט. אבער ס'זענען געווען א סאך אומ-אנגענעמע זייט ערשיינונגען (סייד עפעקטס). ואכמ"ל...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מוצ"ש אפריל 06, 2019 11:29 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12905
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך יין שרף » מוצ"ש אפריל 06, 2019 10:51 pm

!!Welcome back Berl
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1981
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4050 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 06, 2019 11:33 pm

יין שרף: ייש"כ פאר דיין ברוך הבא. איך בין קיינמאל נישט אוועקגעפארן פון מיין (געוועזענעם?) באליבטן קאווע שטיבל. בבחינת..."אם תעזבני יום, יומיים אעזבך"... נאר איך האבמיך א ביסל אפגערוהט פון דעם רויעך און די טשאדע וואס עטליכע אינשי דלא מעלי האבן דא אנגעמאכט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12905
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך יין שרף » מוצ"ש אפריל 06, 2019 11:56 pm

חזור בך, עס איז גאנץ רואיג דא. אה, די פארע? ס'איז פון די פרישע קאווע וואס ווערט דא brewed טעגליך..

In a side note, מיין טערעפיסט האט מיר שוין לאנג אויסגעלערנט נישט צו צוהיצט ווערן פון יענעמס ווערטער, קאמענטס אדער אויפירונג... פאר מער אינפא, $150 א שעה..
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1981
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4050 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג אפריל 07, 2019 12:08 am

תשובת המשקל פארן פארדרייען די אשכול.. אין סקולענע בתי מדרשים האט מען נאכן כינוס כלל ישראל געהאנגן צעטלעך מיט תקנות וועגן אינטערנעט בכלל, און בפרט בנוגע עליות, שליח ציבור וכדו', פארשטייט זיך עקסטרים.

די רבי האט געזאגט אז נישט דאס זענען געווען די תקנות! און מען זאל אראפנעמען די צעטל! ע"פ הוראתו איז געשטאנען נאר ווער עס האט "אום-געפילטערטע" אינטערנעט קען נישט זיין קיין שליח ציבור אדער האבן אן עליה דא אין ביהמ"ד. (נישט קיין נפק"מ סמארטפאון אדער קאמפיוטער וכדו'. די סמארטפון מערכה האט זיך אנגעפאנגן אסאך שפעטער).

ולשבחו פון האדמו"ר מסקולען-מונסי שליט"א (ר' אפרים יודא'לע) ווי עקסטרים ער זאל נאר זיין, ווען א עמעטור אינגע סקולענע עסקן האט על דעת עצמו געהאנגן צעטעלעך אין זיין ביהמ"ד, האט ער עס געהייסן אראפנעמען!

(איך וועל בל"נ פרובירן צו באקומען א קאפי פון ביידע מודעות)
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1981
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4050 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג אפריל 07, 2019 12:14 am

יין שרף האט געשריבן:די רבי האט געזאגט אז נישט דאס זענען געווען די תקנות! און מען זאל אראפנעמען די צעטל! ע"פ הוראתו איז געשטאנען נאר ווער עס האט "אום-געפילטערטע" אינטערנעט קען נישט זיין קיין שליח ציבור אדער האבן אן עליה דא אין ביהמ"ד.

די אגרות שניות..
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20190407_001213_696.jpg
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1981
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4050 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2477 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 07, 2019 12:16 am

יין שרף: דאס הייסט בכלל נישט פארדרייט די אשכול. ס'איז מענייני דיומא. ווייל די עקסטרעמיסטן מאכן אן די אלע צרות. ווילאנג ס'קומט ארויס א תקנה וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל וועט עס דער עולם מקבל זיין. אבער נישט א זאך וואס מאכט אינגאנצן נישט קיין סענס. ספעציעל אז די רבי'ס כונה איז בכלל נישט געווען דאס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12905
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג אפריל 07, 2019 3:08 am

berlbalaguleh האט געשריבן:קומזיץ: דו האסט נישט געכאפט די נקודה פון דעם פותח האשכול, שמעון וואלף. ער האט נישט אוועקגענומען קיין שום גדלות און נוצליכקייט פון קיין איין מנהיג פון חסידות. זיין נקודה איז געווען אז הרהצה"ק מ'סקולען זצוק"ל איז געווען א צדיק תמים. פון די געציילטע צדיקים אין אונזער דור. וועלכער האט געדינט דעם אייבישטן און באלאכטן דעם דור. אבער קיין מנהיג איז ער נישט געווען. און מענטשן וועלכע האבן געהאט אן אדזשענדא האבן איהם פארדרייט דעם קאפ. ספעציעל אויף זיינע עלטערע יארן אז ער זאלל זיך אריינלאזן אין מערכות. וועלכע האבן סייווי נישט אויפגעטהון. נאר זיי האבן איהם געשטערט פון זיין עבודת ה'. און אויך געשטערט מענטשן פון האבן צוטריט צום צדיק ווען זיי האבן זייער שטארק געדארפט חיזוק...!

נ.ב.: מ'קען נישט זאגן אז די מערכות אין וועלכע ער איז געווען אריינגעטון האבן גארנישט אויפגעטוהן. אפילו נאר טיילווייז. האטציך עס שוין אויך אפשר געלוינט. אבער ס'זענען געווען א סאך אומ-אנגענעמע זייט ערשיינונגען (סייד עפעקטס). ואכמ"ל...!

שכוח בערעלע. ווי האט נאר משה רבנו געזאגט פאר בצלאל? בצל קל היית. גענוי ווי די שרייבסט האב איך געטראכט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2596 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט