געדאנקן אחרי מטתו פון די סקולענע רבי זי"ע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3537
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3924 מאל

געדאנקן אחרי מטתו פון די סקולענע רבי זי"ע

שליחה דורך שמעון וואלף »

צענדליגע טויזענטע אידן זענען ארויסגעקומען אפגיבן די לעצטע כבוד פאר'ן גרויסן צדיק וואס איז נסתלק געווארן פארגאנגענעם מאנטאג לדאבון לב כל בית ישראל. נאך צענדליגע טויזענטע וואס האבן זיך נישט געקענט פערזענדליך באטייליגן האבן מיטגעהאלטן מריחוק מקום ובקירוב הלב. פון אלעמענס מיילער האט ארויסגעקרעכצט דעם גלה כבוד מישראל און יעדער האט געשפירט אז מ'האמיר פארלוירן א צדיק וואס האט באלאכטן די גאנצע ארום.

די סקולענע רבי האט נישט געבויעט קיין אימפעריע פאר זיין טאטע און נישט פאר זיך. ער איז געזעצן אין זיינע ד' אמות און געזיכט מקרב צו זיין אידן לאביהם שבשמים און אנווארעמען אידישע נשמות. אידן וועלכע זענען געקומען במחוצתו האבן געשפירט א לויטערקייט אז פאר זיי זיצט איינער וואס דינט די באשעפער בכל לבבו ובכל נפשו ובכל מאודו און איינער וואס איז גרייט זיך אויסציטון זיין העמד פאר א צווייטן איד. איינער וואס האט באמת מיטגעוויינט מיט א צווייטענס צער אן קיין חכמה'לעך און חשבונות.

דער וואס האט געהאט שכל און געווען א מבין אויף אן ערליכע איד, האט איבערגעלאזט אלע א. ג. מנהיגים מיט זייערע הויך שטאקיגע פארענטשעס און געקומען קיין 54 סטריט זעהן ווי א צדיק אמת פראוועט זיין עבודת השם מיט א 10-20 מענטשן. ווען מ'איז ארויסגעגאנגן פון דארט האט מען געשפירט א דערהויבענקייט און אנגעזעטיגט מיט יראת שמים.

זענען געקומען אפאר ליידיגגייער, שליחים פון די סטרא אחרא און גענומען דעם צדיק אויף די עלטער און אנגעהויבן פארדרייען א קאפ מיט אלע נער'ישע מערכות. זיי האבן גענומען עדווענטיזש פון זיין תמימות און אים אריינגעמישט און כל מיני נערישקייטן ווי נעמען א צד אין די עירוב אדער ראטעווען יהדות תימן כהנה וכהנה. ואחרון הכביד ווי אויף דער עלטער האט מען אים עקספלאידעט פאר די סמארטפאון / אינטערנעט מערכה און פאר אייגענע אינטערעסן האט מען אים ארימגעשלעפט און משוגע געמאכט. אנשטאטס אים לאזן אנגיין מיט זיין עבודת הקודש אריינצוגיבן חיות אין אידישע נשמות, האט מען קוים געקענט אריינגיין צו אים ווייל ער איז דאך פארנומען אפראטעווען דעם דור פון אינטערנעט.

ס'איז א טעות וואס אסאך מענטשן מאכן און זיי מיינען אז יעדע צדיק דארף אויטאמאטיש ווערן א מנהיג הדור און נעמען א שטעלונג און אלע ענינים העומדים על הפרק. ס'פעלט זיך אויס ספעציעלע קוואליפיקאציעס און נישט יעדע צדיק איז געאייגענט דערפאר. כמה וכמה תלמידי בעל שם צדיקים וקדושים האבן משפיע געווען קדושה וטהרה אבער נישט געהאט קיין שייכות מיט הנהגת הדור און זיך נישט געמישט אין די אלע זאכן.

זאל דער אייבירשטער העלפן אז מ'זאל מיר זוכה זיין זיך מתדבק זיין אין צדיקי אמת און אזוי ווערן דבוק אין באשעפער ובתורתו, כי הם חיינו ואורך ימינו.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר