די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 6:21 pm

די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

פון: העניך


די וואקסינאציע דעבאטע פלאמט אין דער היימישער געמיינדע. מיר האבן שוין געמאכט נאציאנאלע נייעס מיט אונזער מיזעלס-מגיפה, און די מידיא האט זיך א לאז געטון קיין וויליאמסבורג צו הערן די פערל-רייד פון דעם עם חכם ונבון.

די היימישע אקטיוויסטן אויף דער זייט פון וואקסינען רייסן אראפ די אנטי-וואקסערס ווי שוטים און משוגעים, וועלכע גלייבן פוסטע נארישקייטן וואס זיי האבן געהערט פון דעם נארישן כמו-דאקטאר-ראבינער אויף א האטליין, און פארשטייען נישט די פשוט'ע יסודות פון סייענס און דרכי הרפואה. זיי שפעטן אפ פון די צניעות'דיגע חסידישע פרויען וועלכע האבן געלאזט לופטערן זייערע אנטי-וואקסינאציע מיינונגען אויף דער טעלעוויזיע, און מאכן חוזק פון דאס טפשות פון זייערע ווערטער.

אויב איינער זאל נעמען די מי צו רעדן פערזענליך צו אן אנטי-וואקסער, וועט ער זיך איבערצייגן אז דאס אראפגעמאלן בילד איז לאו דווקא אזוי אקוראט. טייל פון זיי זענען היבש קלוגע מענטשן, מיט אן אינטעליגענץ העכער פונעם דורכשניט. כאפט נאר א בליק אויף די פרויען וועלכע האבן זיך געלאזט אינטערוויוען דורך רעפארטערס. די איידעלע אשה כשרה מיט א היטל איבער איר קורצן שייטל, רעדט בעסער, קלארער און מער עלעקוואנט פון אנדערע דורכשניטליכע חסידישע פרויען. דאס אינגע ווייבל מיט א שפיצל איבער איר אומגעפארבטן פנים, האט מער קוראזש, איבערצייגונג, און דרייסטקייט ווי א דורכשניטליכער חסידישער פרוי.

איך האב גערעדט צו א שיינע צאל אנטי-וואקסערס, סיי אין פריוואטן לעבן, און סיי דא אויף "קאווע שטיבל". איך האב זיי געפונען מער אינטעליגענט און מער דורשטיג און נייגעריג פאר חכמה און אמת ווי דעם דורכשניטליכן חסידישן מענטש.

זיי זענען נישט קיינע משוגעים. זיי זענען נישט קיין שוטים. רעדנדיג צו זיי האב איך מיך איבערצייגט אז א גרויס חלק פון זיי זענען מענטשן וואס זענען ארויסגעקראכן פון דעם שמאלן געדאנקענגאנג אין וועלכן מען האט זיי אריינגעצווינגען, און האבן באוויזן זיך צו זען ווי זעלבסטשטענדיגע ערוואקסענע וואס זענען בארעכטיגט צו האבן מיינונגען. דאס זענען מענטשן וואס אין זייער לעקסיקאן איז אריין א חידוש פון א מושג: א מענטש קען און מעג עפעס אליין "דורכטון". "האסט עס דורכגעטון?" פרעגן זיי די שטיצער פון וואקסינען.

די אנטי-וואקסערס זענען דווקא אזעלכע וועלכע האבן געכאפט אז אמת ווערט נישט באשטימט אין "דער איד" אדער אין "אייוועלט". נאר יעדער מענטש מעג און קען נישטערן און פארשן, און דאס וואס דער מעינסטרים פרעדיגט איז לאו דווקא דער אמת.

אויף דער אנדערער זייט פון דער וואקסינאציע דעבאטע האב איך גערעדט צו די וואס פירן א פייערדיגן קאמף לטובת וואקסינאציע. וואלט איר דאך אוודאי געמיינט אז דא האנדלט זיך פון מענטשן וואס זענען אינטעליגענט און פארשטייען דעם פשוט'ן אמת אז מ'קען נישט אוועקמאכן דאס וואס 99 פראצענט פון דער וויסנשאפטליכער וועלט זאגט.

אבער א נעכטיגן טאג. דאס זענען די זעלבע וואס לאכן זיך אויס ווען די וויסנשאפטליכע וועלט זאגט אז מציצה בפה קען אפשר זיין שעדליך; דאס זענען די זעלבע וואס שרייען אז דער פאקט אז פלוני אלמוני איז א מיליאנער איז א ראיה אז בארויבן אונזערע קינדער פון עדיוקעישאן שאדט נישט פאר פרנסה; דאס זענען די זעלבע וואס ווען די וויסנשאפטליכע וועלט איז זיך סותר מיט דער תורה שפירן זיי ניטאמאל א קיצל אז מ'דארף זיך ערנסט מטפל זיין מיט דער נושא.

פארוואס, אלזא, זענען זיי אזוי ווילד פאר דער וויסנשאפטליכער מיינונג איבער וואקסינאציע? ווייל אן א מיינונג אויף דער נושא, איז זיי ניחא צו שטופן די זייט וואס וועט אונז געבן א שענערן פנים פאר דער וועלט. עס שטערט אים נישט קיין סייענס און נישט קיין רפואה – ער וויל א שיינעם פנים. כ'מאך עס נישט אוועק, מיר טארן נישט אויסזען ווי שוטים. אבער מיר מעגן געדענקען אז דער גרויסער לוחם פאר וואקסינאציע איז לאו דווקא קליגער פון דער דרייסטער וויליאמסבורגער ווייבל וואס האט געלאזט הערן איר מיינונג ללא חת ומורא.

אונזערע אנטי-וואקסער ברידער און שוועסטער זענען פארלוירענע שעפעלעך. מענטשן וועלכע האבן זיך פלוצים דערזען מיט דעם אור פון זעלבסטשטענדיגקייט. זיי דראפען זיך אויף גראדע ווענט צו קענען נוצן זייער שכל און פאסן אייגענע באשליסן. זייער פראבלעם איז נישט אז זיי זענען נאריש, נאר אז זיי האבן נישט די געצייגן צו אפטיילן צווישן אמת'ע אינפארמאציע און פאלשע, און פארשטייען נישט וויאזוי צו זיפן אינפארמאציע.

יא, זיי זענען בוך-קלוג, זיי לייענען ביכער מיט דורשט און הערן שיעורים מיט הונגער, אבער זיי ווערן באפאלן מיט כוואליעס פון אינפארמאציע וואס זיי ווייסן נישט וויאזוי בורר צו זיין אוכל מתוך הפסולת.

אונזערע פרואוון צו דערשטיקן אינפארמאציע ברענגט נישט נאר קרבנות ביי די וואס ווערן סוקסעספול דערשטיקט. נאר אפילו טייל פון די וואס באווייזן זיך אויסצורייסן – דאס הייסט דווקא די קליגערע – זענען עלול צו פאלן קרבנות צו פאלשע אינפארמאציע, ווייל זיי האבן קיינמאל נישט געלערנט וויאזוי צו אפשאצן און אפוועגן אינפארמאציע – פשוט'ע יסודות וואס ווערן געלערנט אין א געווענליכן פינפטן קלאס עדיוקעישאן.

פאר די מענער און פרויען וואס נעמען די מי "דורכצוטון" א נושא, און אליין קומען צו א זעלבסטשטענדיגער מסקנא – סיי וואספארא מסקנא, זאג איך בראווא! נאר לאמיר אויך לערנען וויאזוי ריכטיג פאנאנדערשיידן צווישן אמת און שקר.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 406
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2076 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 6:29 pm

אונטערררגראבן פון אינווייניג און פונדרויסן לול
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2753 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 7:46 pm

פארוואס זאל זיין א סתירה צווישן יא געבן וואקסינען און יא לאזן מציצה בפה? די סימפל סברה זאגט אז מען איז נישט חושש צו קיין מיעוטא דמיעוטא. לגבי וואקסינען אפשר איין פון פופציג טויזענט שאדט עס (אפילו לשיטתם..) מממילא קען זיך פארלאזן און עס געבן. ובכן לגבי מציצה בפה, צענדליגע טויזענטע קינדער האבן יערליך מציצה בפה, און מען האט אפשר געהערט 10 צו 15 פעלער סך הכל פון יארן לאנג אז עס האט געשאדט.

#איןחוששיןלמיעוטא
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1992
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4077 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2499 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 7:48 pm

ואדאתית להכי, קשיא על education, וצ"ע רב..
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1992
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4077 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2499 מאל

הודעהדורך שמערל » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 10:06 pm

די נקודה איז אמת, אבער מען ברויך קלארשטעלן אז דאס אז די אנטי וועקסערס זענען בדרך כלל מער אינטעלעקטואל פונעם סתם המון, מיינט נישט אז די אינטעלעקטואלען זענען בדרך כלל אקעגן וואקסינען. רוב אינטעליגענטע מענטשן וואס טוען אדורך די נושא קומען נאכאלטס צו צו די מסקנא אז וואקסינען זענען נישט שעדליך און וויכטיג פארן געזונט.
וואס יא, די פאקט אז די אנטי וואקסינען נאמכערס זענען אזוי שטארק ביי חרדים צייגט אן אויף די פארפוילקייט פון אונזער חינוך, אז מיר באקומען נישט די כלים צו קענען געהעריג אפשאצן אמת פון שקר, און די קריטיקל טינקינג פון די גמרא, ארבעט עפעס נישט אין פראקטיק, נאר פירט דערצו אז אינטעליגענטע מענטשן קויפן אפ פארפירערישע קאנספיראציעס אז וואקסינען זענען שעדליך. און דאס איז די סיבה פארוואס די עסטאבלישמעעט איז אזוי ברוגז אויף די אנטי וועקסערס. יונה ראפאפארט ווייסט פלוצלונג נישט וויאזוי צו ספינען אז די. הויכע געבילדעטע גמרא קעפ, זייען אן מגיפות אין ניו יארק.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1032
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1220 מאל

הודעהדורך מיימון » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 10:54 pm

זייער גוט געשריבן העניך, כדרכך.
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 11:27 pm

שמערל האט געשריבן:די נקודה איז אמת, אבער מען ברויך קלארשטעלן אז דאס אז די אנטי וועקסערס זענען בדרך כלל מער אינטעלעקטואל פונעם סתם המון, מיינט נישט אז די אינטעלעקטואלען זענען בדרך כלל אקעגן וואקסינען. רוב אינטעליגענטע מענטשן וואס טוען אדורך די נושא קומען נאכאלטס צו צו די מסקנא אז וואקסינען זענען נישט שעדליך און וויכטיג פארן געזונט.
וואס יא, די פאקט אז די אנטי וואקסינען נאמכערס זענען אזוי שטארק ביי חרדים צייגט אן אויף די פארפוילקייט פון אונזער חינוך, אז מיר באקומען נישט די כלים צו קענען געהעריג אפשאצן אמת פון שקר, און די קריטיקל טינקינג פון די גמרא, ארבעט עפעס נישט אין פראקטיק, נאר פירט דערצו אז אינטעליגענטע מענטשן קויפן אפ פארפירערישע קאנספיראציעס אז וואקסינען זענען שעדליך. און דאס איז די סיבה פארוואס די עסטאבלישמעעט איז אזוי ברוגז אויף די אנטי וועקסערס. יונה ראפאפארט ווייסט פלוצלונג נישט וויאזוי צו ספינען אז די. הויכע געבילדעטע גמרא קעפ, זייען אן מגיפות אין ניו יארק.

דאס איז גענוי וואס כ'האב געשריבן. כ'קום נישט אריין גענוג קלאר?
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 406
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2076 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 11:46 pm

יין שרף האט געשריבן:פארוואס זאל זיין א סתירה צווישן יא געבן וואקסינען און יא לאזן מציצה בפה? די סימפל סברה זאגט אז מען איז נישט חושש צו קיין מיעוטא דמיעוטא. לגבי וואקסינען אפשר איין פון פופציג טויזענט שאדט עס (אפילו לשיטתם..) מממילא קען זיך פארלאזן און עס געבן. ובכן לגבי מציצה בפה, צענדליגע טויזענטע קינדער האבן יערליך מציצה בפה, און מען האט אפשר געהערט 10 צו 15 פעלער סך הכל פון יארן לאנג אז עס האט געשאדט.

#איןחוששיןלמיעוטא

כ'האב נישט געזאגט אז מ'זאל נישט מאכן מציצה, נאר אז די מעדיצינישע וועלט זאגט אז דער חשש איז גענוג גרויס צו זיין באזארגט דערוועגן, און אז עס זענען פאקטיש געווען קעיסעס וואו קינדער זענען געשטארבן, דארף מען עס עכ"פ נעמען ערנסט, און טרעפן וועגן וויאזוי צו פארמיידן די פראבלעמען. למעשה האבן זיי זיך פיל מער געזארגט וועגן א נארישן קאנסענט צעטל ווי וועגן טויטע בעיביס.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 406
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2076 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 11:48 pm

הייסט אז דו זעסט קלוגשאפט אין אנטי עסטעבלעשמענט איך זע מער אנגעווייטאגטקייט דערין ווי קלוגשאפט.

די אנגעווייטאגקייט ברענגט שוין אויך די דרייסקייט וואס דו זעסט אין די שפיצלעך און היטלעך.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1964
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג אפריל 11, 2019 11:50 pm

העניך האט געשריבן:כ'האב נישט געזאגט אז מ'זאל נישט מאכן מציצה, נאר אז די מעדיצינישע וועלט זאגט אז דער חשש איז גענוג גרויס צו זיין באזארגט דערוועגן, און אז עס זענען פאקטיש געווען קעיסעס וואו קינדער זענען געשטארבן, דארף מען עס עכ"פ נעמען ערנסט, און טרעפן וועגן וויאזוי צו פארמיידן די פראבלעמען. למעשה האבן זיי זיך פיל מער געזארגט וועגן א נארישן קאנסענט צעטל ווי וועגן טויטע בעיביס.

ביי מציצה האט מען זיך יא געזארגט און התאחדות הרבנים האט באזייטיגט אלע מוהלים וואס האבן זיך נישט געלאזט טעסטן פאר הירפיס, ריזיגע לאנגיעריגע מוהלים זענען ארויס פון ביזנעס.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1964
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:26 am

העניך ביסט שוין א מודה במקצת באלדט וועסטו שוין מודה זיין אינגאנצן אז די אנטי וועקסערס האבן רעכט....
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1438
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 832 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 763 מאל

הודעהדורך ביבער » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:27 am

איסר האטלקי האט געשריבן:הייסט אז דו זעסט קלוגשאפט אין אנטי עסטעבלעשמענט איך זע מער אנגעווייטאגטקייט דערין ווי קלוגשאפט.


אוודאי אזוי א קלוגער וועט אייביג זיין אנגעווייטאגט ווען ער איז ארומגענומען מיט נערנים. ובפרט ווען די נערנים טיילן אים איין וואס צו טראכטן.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 701
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 656 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 705 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:32 am

מיימון האט געשריבן:זייער גוט געשריבן העניך, כדרכך.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3767
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4486 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1845 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:39 am

העניך, דו וואס גייען דורך א נארמאלע פיפטע קלאס, גלייבען דען נישט אין אזאלכע נארישקייטן? איך רעד פון אזא פראצענט וויפיל דו אנטי וועקס זענען ביי אונז.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3767
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4486 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1845 מאל

Re: די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

הודעהדורך אונטער חכם » פרייטאג אפריל 12, 2019 1:43 am

שמערל האט געשריבן:די נקודה איז אמת, אבער מען ברויך קלארשטעלן אז דאס אז די אנטי וועקסערס זענען בדרך כלל מער אינטעלעקטואל פונעם סתם המון, מיינט נישט אז די אינטעלעקטואלען זענען בדרך כלל אקעגן וואקסינען. רוב אינטעליגענטע מענטשן וואס טוען אדורך די נושא קומען נאכאלטס צו צו די מסקנא אז וואקסינען זענען נישט שעדליך און וויכטיג פארן געזונט.
וואס יא, די פאקט אז די אנטי וואקסינען נאמכערס זענען אזוי שטארק ביי חרדים צייגט אן אויף די פארפוילקייט פון אונזער חינוך, אז מיר באקומען נישט די כלים צו קענען געהעריג אפשאצן אמת פון שקר, און די קריטיקל טינקינג פון די גמרא, ארבעט עפעס נישט אין פראקטיק, נאר פירט דערצו אז אינטעליגענטע מענטשן קויפן אפ פארפירערישע קאנספיראציעס אז וואקסינען זענען שעדליך. און דאס איז די סיבה פארוואס די עסטאבלישמעעט איז אזוי ברוגז אויף די אנטי וועקסערס. יונה ראפאפארט ווייסט פלוצלונג נישט וויאזוי צו ספינען אז די. הויכע געבילדעטע גמרא קעפ, זייען אן מגיפות אין ניו יארק.
ויש לעיין פארוואס רוב אנטי וועקסערס ביי אונז זענען פרויען וואס באקומען עפ"י רוב א בעסערע סעקולערע חינוך ווי די מענער.

נאך א זאך, רובא דרובא אמעריקאנער, מיט זייער גוטע חינוך, האבן נישט קיין שום קריטיקעל טינקינג, זיי נעמען נאר אן דאס וואס זייער איד/אייוועלט, דהיינו טעלעוויזיע/צייטונג זאגט זיי, און א קליינע טייל טרעפן זיך עפעס א יוטובער און נעמען אן דעת קדשו אויף יעדן זאך.
עכט זעלבסשטענדיג טראכטן איז מסתמא ווייניגער ווי פינעף פראצענט אין יעדע סאסייעטי.

Sent from my XT1526 using Tapatalk
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך שמערל » פרייטאג אפריל 12, 2019 1:44 am

העניך, האסט עס געשריבן, און כאגעפילט אז כ'גברענג עס ארויס פון א אנדערע ענגל.

איסר, אנפאנג ווען בלומבערג האט אנגעהויבן מיט מציצה, האט מען פארריפן אסיפות און געשריגן אז מציצה איז בכלל נישט שעדליך און הערפיס איז א זאך וואס געפינט זיך נאר ביי די טמא'נע גויים, הערשט יארן נאכדעם ווען די רעגירונג האט געלייגט דרוק האבן די רבנים בלית ברירה זיך גענומען אין די הענט אריין און עפעס געמאכט (אדער זיך געמאכט ווי מ'מאכט) סדר.

און אזוי אויך יעצט ביי די מיזעלס, די מוסדות און עסטאבלישמעעט האבן נישט גארנישט געטוהן צולייגן פרעשור אז מ'זאל וואקסינירן, די סכנה פון מיזעלס האט קיינעם נישט געבאדערט, די רעגירונג האט געמוזט צווינגען די מוסדות צו ארויסווארפן די קינדער, און אפילו נאכדעם האבן רוב מוסדות נישט געפאלגט און ווייטער געלאזט די קינדער קומען און חדר און אנשטעקן אנדערע.
עס איז הימל שרייענדיג ווי די זעלבע מוסדות וואס וועט ארויסווארפן קינדער פאר די חטא אז זייער טאטע האט א סמארטפאון אדער טראגט מיט א עירוב, וועט פלוצלונג ווען עס קומט צו א געזונט פראגע, שטיין מיט פארלייגטע הענט און גארנישט טוהן ווילאנג די רעגירונג וועט נישט אריינקומען און אנהייבן טיילן שארפע געלט קנסות. און די חוצפה איז נאכמער אז נאר ווען אפאר שפיצל לעידיס שרייען אויף טי ווי, דעמאלטס ווערט מען צושוידערט און מען שרייבט א עדיטאריעל אין ענגליש וועגן מ'שעמט זיך וואס די גויים וועלן זאגן. איז דאס טאקע ענקער איינציגע דאגה אז מה יאמרו הבריות? זיך סתם אויפפירן ווי ציוויליזירטע מענטשן קענט עטש טאקע נישט נאר ווען די גויים קוקן דעמאלטס שפילט מען נארמאל??
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמערל אום פרייטאג אפריל 12, 2019 1:53 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1032
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1220 מאל

הודעהדורך שמערל » פרייטאג אפריל 12, 2019 1:48 am

אונטער חכם, רוב מענטשן אויף די וועלט זענען נישט קיין אינטעלעקטואלן, די וועג ווי דער וועלט לויפט איז אז די רוב פשוטע מענטשן פארלאזן זיך אויף דער מיינונג פון די מיעוט אינטעלעקטואלן, דער פראבלעם מיט אונזער סאסייעטי איז אז די אינטעלעקטואלן זענען ביזי מיט סמארטפאוןס און אויערבאך, און לאזן אזוינע נישטיגע שאלות ווי געזונט אין די הענט פון זייערע פרויען וואס קענען ליינען ענגליש און איבערטייטשן וואס די גויים אויף די אינטערנעט זאגן.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1032
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1220 מאל

Re: די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 12, 2019 6:44 am

די ארטיקל, ווי שיין געשריבען, קען זיך נישט שטעלן ריכטיג מיט די מציאות. ר׳ מלכיאל קוטלר זוכט זעלבסשטענדיגקייט? ר׳ שמואל קמנצקי? די אנטי וואקסערס זענען נישט געקנויטען פון יענער טייג, לויט די וואס איך קען. מרס זילבער פון מאנסי, דער אנפיהרער פון דער זאך, האט א פראבלעם מיט די בית רחל חינוך? זי איז עפעס א פארקוועטשטן פון שטוב וואס מוז ארויס גיין דערפון?

נאך א פיינע טעזע, אבער זעט נישט אויס אין איינקלאנג מיט די מציאות.

און למעשה, אז מ׳ליינט כתבי שש טעלער אדער נטורי קרתא, זעט מען אויך ׳דורכגעטון די נושא׳. ליין די אביעקטיווע ׳מקטוביץ ועד ה׳ אייר׳ און דו וועסט זען פארשידענע נאנסענס אונטער די שלייער. די אלע קאנספיראסי טעאריסטן האבען אסאך אינטעלעקטואלע חשבונות, קום אויף רעדדיט וועל איך דיר ווייזען הויפענעס פון פאנטאסטישע חשבונות, וואס קוקען אויס קלאר און אויסגערעכענט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מוצ"ש אפריל 13, 2019 10:35 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8440
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7902 מאל

הודעהדורך מיימון » פרייטאג אפריל 12, 2019 10:09 am

אפאר רויע געדאנקען. איינער ערווענט אז די פרויען האבן א בעסערע עדיוקעישאן. באמת איז דאס בכלל מאדנע, מיר ווייסן אז די פרויען ביי אונז זענען די מער תמימותדיגע שיכט און מער אויסגעשטעלט צו גלייבן אלע סארט בי. עס. פון יעדן משוגענעם בעת וואס די עמהארצישע מענער מאכן עס אוועק. דער אמת איז אז עדיוקעישאן אליין איז נישט גענוג ווי העניך ברענגט ארויס. מען דארף האבן א געוויסע חוש פון אויפכאפן וואס מאכט יא אדער נישט סענס. דאס באקומט מען לאו דוקא פון לערנען נאר פון זיין צווישן מענטשן און באקומען א שטיקל פערספעקטיוו וויאזוי די וועלט ארבעט. למשל ווען כולל יונגעלייט ווערן איבערגענומען יעדעס יאר נאכאמאל פון עפעס א מויל מאכער וואס וויל זיי פארקויפן דעם ברוקלין בריק (אינשורענס,לעקטעריק, וכו' MLM) און די עלטערע אחריותדיגע מענטשן רייסן זיך די האר פון קאפ און פרובירן מסביר צו זיין פארן עקסייטעד יונגערמאן וואס קומט מיט גאנצע לאגישע הסברים, און די איינציגסטע וואס זיי קענען זאגן איז טראסט מי איך בין עלטער ווי דיר. פשט איז אז נאכן זיין אין די ביזנעס וועלט כאפט מען אליין אויף ווער איז א שווינדלער. מען קען זען אסאך כולל יונגעלייט פאלן פאר עקסטרעמיזם און פרומקייט בעת וואס דער בעל הבתישער איד האט א געוויסן סענס וואס מיינט אידישקייט אפילו ער קען דיר נישט ברענגען קיין ראיות און גמרות. והא ראיה ווען דער כולל יונגערמאן גייט ארויס אויף די וועלט טוישט ער זיך אויך. ער פילט שוין אויך וואס איז וויכטיג. אסאך פון די ערסטרעמע קולטס באשטייען פון בעלי תשובה וכדו' וואס האבן נישט קיין מסורה און פרובירן ליטערלי אפצולערנען די מקורות.

הנוגע לענין. א מענטש וואס לעבט צווישן מענטשן האט א סארט חוש וואס זאגט אים וויאזוי אויסצוהערן מענטשן. געזעץ פון א לויער. געזונטהייט פון א דאקטער. נייעס פון א טראסטעד נייעס קוואל. ער קען דיר נישט אפפרעגן אלע קאנספיראציע טעאריעס מיט "פאקטן" און ארגומענטן עד הסוף כדרך הצולייגערס, אבער ער גיט א שאקל מיטן קאפ און זאגט לאז מיך אפ. ביי אונז איז נישט דא דאס. אדרבה דער דאקטער איז פרעמד און מאדנע. על אחת כמה וכמה "א.ג." סיינעטיסטן וואס ווילן עוקר זיין אידישקייט ממילא איז נישט דא קיין סיסטעם פון גלייבן און אלע מיני משוגעתן לייגן זיך גרינגער אן.
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » פרייטאג אפריל 12, 2019 7:17 pm

נולד מאוחר האט געשריבן:
מיימון האט געשריבן:זייער גוט געשריבן העניך, כדרכך.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

הודעהדורך החוקר » זונטאג אפריל 14, 2019 2:54 am

שמערל האט געשריבן: איז דאס טאקע ענקער איינציג דאגה אז מה יאמרו הבריות? זיך סתם אויפפירן ווי ציוויליזירטע מענטשן קענט עטש טאקע נישט נאר ווען די גויים קוקן דעמאלטס שפילט מען נארמאל??

אבי גערעדט. סתם ארויפגעווארפן א נאסען לאלעך אויף אונזער גאנצע קאמיוניטי. אונז טראכטן נישט 'נאר' פון מה יאמרו הבריות, מיר טראכטן אויך פון געלט. למשל ווען די גאווערמענט סטראשעט מיט געלט קנסות מאכט מען זיך אויך וואוסענדיג.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 571 מאל

Re: די אנטי-וואקסערס זענען די קליגערע!

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:45 am

אינטערסאנטע ארטיקל מיט די זעלבע געדאנק אין ABC NEWS.
https://abcnews.go.com/Health/parents-v ... d=60674519

Sent from my XT1526 using Tapatalk
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך קוקי » דאנערשטאג אפריל 18, 2019 5:40 pm

ר' הענעכ'קע אויך קורח איז געווען זייער קלוג, און אזעלכע האבן זיך געטראפן - מיט זייער חכמה גדולה - אין גרוב..
יענע וואס האקן קעגן די וואקסינירן, האבן נישט קיין מינדעסטע אמונה אין עני ווארט וואס קומט פון א רב בישראל, נאר אין זיך אליינס..
יענע זענען די זעלביגע וואס מאכן דעם ריס ביים כלל, אז רבנים זענען א פערזענליכקייט און האבן סייעתא דשמיא. מ'ווערט נישט געהיטן פון גאט, ווען מ'מאכט חוזק פון רבנים, און ווען מ'גייט אקעגן סיי וועלכע ציווי פון חכמת התורה. נישט דו ביסט תורה, נאר זיי, ווייל זיי האבן די סייעתא דשמיא.
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: מי אני און 3 געסט