הימל שרייענדיגע פרייז פאר האנט מצות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הימל שרייענדיגע פרייז פאר האנט מצות

הודעהדורך זאפטיג » זונטאג אפריל 14, 2019 5:09 pm

ב''ה דעם אזוי גערופענע אליעזר קרויס פון קו''מ האט זיך ב''ה אנגערופין איבער דעם מעכיטיגע עוולה פון דעם הימל שרייענדיגע פרייזן פון די האנט מצות.
ענדליך איינע רופט זיך אן
ער מאכט א חשבון אז עס קאסט נישט פארן פאבריק מער ווי 10 דולר א פונט אופ פאר אינ זפארקויפן זיי פאר 30 דולר א פונט!!
ביי אינז אין ישראל גארנישט בעסער 200 - 300 שקל פאר א קילו!!!
וואס זאל מען טוהן? מע מוה דאך עסן מצות
עס דארף קומען איינער א חברהמאן זאל מאכן עפעס דראסטיש דאס אפצישטעלן נאך היי יאר!!
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אפריל 14, 2019 7:02 pm

שווער צו גלייבן אז דער מארדזשין איז אזוי גרויס. אויב עס איז אזוי, פארוואס עפענען נישט נאך מענטשן און קהילות מצה-בעקערייען? אבער כ'בין זיכער אז די פרייזן קענען זיין ביליגער, און די בעלי-בתים פון מצה-בעקערייען זענען נישט קיין ארימעלייט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2373
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2919 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9222 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג אפריל 14, 2019 7:33 pm

די צייטן וואס א מצה בעקעריי הייבט אן חנוכה איז שוין לאנג פאריבער. מען הייבט היינט אן באקן ראש השנה און די גאר ביזי בעקערייען אפילו פאר דעם.


עס קאסט וועל אווער א מיליאן דאלער עקספענסעס פאר א מיד-סייז בעקעריי במשך דעם גאנצן ווינטער פאר מען זעהט צוריק עפעס געלט, שוין אפגערעדט פון די גרויסע קליענטן ווי האטעלס וכדו. וואס חוץ וואס זיי האקן שטארק אראפ די פרייז איז נישט קיין אויסנאם זיי זאלן זיך דערמאנען צו צאלט ערשט פארען מאכן נעקסטע יאריגן ארדער, ממילא מובן אז זיי קענען נישט ארבייטן אויף 30-40 פראצענט ווי א גראסערי.


גראדע קען מען באקומען אוקראינישע מצות, וואס עס הייסט די גרעסטע מצה בעקעריי אויפן וועלט און עס טראגט גאנצע 6 הכשרים. עס דארף צו קאסטן $15-$18.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5583
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2518 מאל

Re: הימל שרייענדיגע פרייז פאר האנט מצות

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:16 am

ראובן האט געשריבן:שווער צו גלייבן אז דער מארדזשין איז אזוי גרויס. אויב עס איז אזוי, פארוואס עפענען נישט נאך מענטשן און קהילות מצה-בעקערייען? אבער כ'בין זיכער אז די פרייזן קענען זיין ביליגער, און די בעלי-בתים פון מצה-בעקערייען זענען נישט קיין ארימעלייט.
פארוואס פריוואטע מענטשן עפענען נישט קיין מצה בעקעריס איז נישט קיין קשיא ווייל ווער גייט דען קויפן ביי זיי, רוב חסידישע אידן קויפן נאר ביי זייערע בעקעריס וואו סאטמאר ביידע, פאפא צעהלים וכדומה וואס כאטשיג סיי די ארונישע סאטמאר מיט פאפא צעהלים און קען זיין נאך אנדערע זענען די בעלי בתים פריוואטע אינוועסטירערס, מוזן זיי אבער האבן א געוויסע קהילה/פארטיי פארבינדונג כדי צו קענען ארויספרעסן דו מערסטע געלט פון זייערע נאכפאלגערס, און דורך מאכן א מצב ווי נאר ביינינז קען מען האבן די מצות מיט די מערסטע חומרות ווי אזוי מ'האט זיך געפירט שוין מיליאנען יארן, און דאס קען מען נאר טוען אויב איז דא א שותפות צווישן די מוסדות/קהילה/פארטיי.
ווען סתם א יחיד זאל קומען עפענען א מצה בעקעריי און געבן פאר ביליגער וואלט מען יענעם מסדר געווען אזוי ווי מ'האט פאר איאר געטוהן מיט די צען דולארדיגע מצות פון בינגא ווי מ'האט ארויסגעלאזט א שם אז ס'איז מאשין מצות און דער עולם האט עס טאקע נישט געקויפט.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 636
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1209 מאל

Re: הימל שרייענדיגע פרייז פאר האנט מצות

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:23 am

ראובן האט געשריבן:שווער צו גלייבן אז דער מארדזשין איז אזוי גרויס. אויב עס איז אזוי, פארוואס עפענען נישט נאך מענטשן און קהילות מצה-בעקערייען? אבער כ'בין זיכער אז די פרייזן קענען זיין ביליגער, און די בעלי-בתים פון מצה-בעקערייען זענען נישט קיין ארימעלייט.
פארוואס ביי עווערגרין קען מען באקומע פיינע סקווירא מצות וואס איז געבאקן געווארן תיכף פאר פורים פאר $14.00 דאללאר א פונט??

פארוואס קען מען קויפן ביי בינגא מצות פון א"י פאר $10.00 דאללאר א פונט און אין דעם איז שוין אריינגערעכנט די שפעזן פון אהער ברענגן פון א"י??

פארוואס קען מען באקומען אין כולל גראסערי פאר $11.00 דאללאר א פונט??

אלא מאי דער תירץ אז מ'קען יא שיין פארדינען ביי אפילו אויב רעכענט מען 14-15 דאללאר א פונט און די מארדזינז זענען יא גאר גרויס און קיינער פארלירט נישט קיין געלט, נאר דער תירץ צו דעם אלעם איז אז עבדים היינו דעמאלטס פאר פרעה און היינט פאר די פארטייען/קהילות/חסידות
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 636
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1209 מאל

הודעהדורך יואלי וואלפסאן » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:28 am

די בינגא מצות איז נישט געווען אין מויל צו נעמען. כ'ווייס איינער וואס האט זיך איינגעקויפט ווייל ס'איז געווען 10 דאלער ער האט עס נישט געקענט עסן קיין אידישן טעם נישט געהאט.
U get what u pay for usually
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: הימל שרייענדיגע פרייז פאר האנט מצות

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:30 am

יואלי וואלפסאן האט געשריבן:די בינגא מצות איז נישט געווען אין מויל צו נעמען. כ'ווייס איינער וואס האט זיך איינגעקויפט ווייל ס'איז געווען 10 דאלער ער האט עס נישט געקענט עסן קיין אידישן טעם נישט געהאט.
U get what u pay for usually
איך האב געקויפט די אכט דאלאר א פונט און ס'געווען דעלישעס, הלוואי האט ער עס דאס יאר אויך, כ'בין נאגנישט דארט געווען היי יאר
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 636
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1209 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:55 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:שווער צו גלייבן אז דער מארדזשין איז אזוי גרויס. אויב עס איז אזוי, פארוואס עפענען נישט נאך מענטשן און קהילות מצה-בעקערייען? אבער כ'בין זיכער אז די פרייזן קענען זיין ביליגער, און די בעלי-בתים פון מצה-בעקערייען זענען נישט קיין ארימעלייט.
פארוואס ביי עווערגרין קען מען באקומע פיינע סקווירא מצות וואס איז געבאקן געווארן תיכף פאר פורים פאר $14.00 דאללאר א פונט??

פארוואס קען מען קויפן ביי בינגא מצות פון א"י פאר $10.00 דאללאר א פונט און אין דעם איז שוין אריינגערעכנט די שפעזן פון אהער ברענגן פון א"י??

פארוואס קען מען באקומען אין כולל גראסערי פאר $11.00 דאללאר א פונט??

אלא מאי דער תירץ אז מ'קען יא שיין פארדינען ביי אפילו אויב רעכענט מען 14-15 דאללאר א פונט און די מארדזינז זענען יא גאר גרויס און קיינער פארלירט נישט קיין געלט, נאר דער תירץ צו דעם אלעם איז אז עבדים היינו דעמאלטס פאר פרעה און היינט פאר די פארטייען/קהילות/חסידות

שיינע חשבונות מיט קל וחומר'ס, ווילאנג דו זעהסט נישט זייערע ביכער ווייסטו נישט דעם אמת, און ווי ווייט איך ווייס מאכן זיי נישט קיין גרויס געלט
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג אפריל 15, 2019 2:11 pm

דער גאלדענער אדלער, איך קען נישט זאגן בבירור אבער כ'מיין אז דו ביזט נישט גערעכט. פאר עטליכע יאר צוריק האט מיר א בעל הבית פון א מצה בעקעריי געוויזן אז אין א shift מיט גאר אסאך חומרות, ווי לדוגמא, נאר היימישע מענער מיט א חתימת זקן, בלי שהייה ממש, רחיים של יד וכו' וכו' קאסט אים א פונט פונקט דאפעלט פון וואס עס קאסט אים זיינע פשוט'ע מצות וואס ווערן געמאכט דורך פרויען/מיידלעך אן די אלע חומרות. דהיינו, סיי די פעיראל און אווערהעד איז ביליגער און סיי עס קומען ארויס פיל מער פונט פער שעה. צוליב דעם טשארדשד ער דאפעלט פאר די חומרא'דיגע מצות ווי די פשוט'ע.

בכלל זעה איך נישט וואו עס איז שייך צו האבן טענות. ווער עס וויל ביליגער מצות ווייסט וואו זיי צו געפונען.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2786
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6302 מאל

הודעהדורך צפור בודד » מאנטאג אפריל 15, 2019 4:03 pm

הוגה האט געשריבן:
בכלל זעה איך נישט וואו עס איז שייך צו האבן טענות. ווער עס וויל ביליגער מצות ווייסט וואו זיי צו געפונען.


איך קען מיט דיר נישט מסכים זיין. די עיני העדה וואס נאשן דורך השגחה געלט האבן אן אחריות צום דעם עולם צוצושטעלן מצוות אויף מעסיגע פרייזן. אז מאשין מצות זענען 'חמץ גמור' און דער צאנזער'ס טעם הכמוס מוז שטיין עד ביאת גואל זאלן זיי זארגן צוצושטעלן האנט מצות במחיר השווה לכל נפש. זאל קהל באקן מצות. זאלן זיי קובע זיין פרייזן און אסר'ן די וואס האלטן עס נישט אן. זאלן זיי עס סובסידירן. ווען עס לוינט זיי האבן זיי שוין עצות.

פון מיין איינגענער עקספיריעננס ווייס איך אז אלס אינגערמאן פלעג איך באקן אין א חבורה און די מצות זענען נאך אלץ געווען גאר טייער פאר אביסל מעל און וואסער. מיין טענה איז געווען אז דער עיקר קאסט פון האנט מצות איז דער 'לעיבער' און ביי די חבורות איז דער ארבעט בחנם. נאר די תשובה איז דער זעלבער איבעראל. מען קען ביי אונז נאשן וויפל מען וויל און די עושקים וחומסים וואס זענען פארנומען מיט טעלעפאנען, און תקנות אויף חתונות, און איסורים, און פארמיידן קינדער פון מוסדות געבן נישט א ש*ט איבער פשוטע פרייזן פון ברויט און פוטער און פלייש און וויין און מצות וואס מען מעלקט ביי אונז אויס טאג איין טאג אויס.
צפור בודד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

הודעהדורך מיימון » מאנטאג אפריל 15, 2019 6:49 pm

עס איז מיר א פלא וויאזוי מענטשן שרייבן און רעדן און קיינער באמיט זיך נישט צו מברר זיין פאקטן. דער פותח האשכול הייבט אן מיט א ציטאט פון אליעזר קרויס און איז שוין אפילו ציטירט געווארן דורכן טוויטערער חסידיק1 אבער להד"ם... ווי ווייט אינעם שמועס איך האב אויסגעהערט זאגט ער פונקט פארקערט. אז מצות קאסט היבש אסאך פאר די פראדוצירער בנוסף צו דעם אז מען דארף אויסלייגן געלט פון פאראויס פון אנהייב ווינטער. אליעזר קרויס האט א שיטה בכלל אז מען קען זיך נישט אריינמישן אין יענעמס ביזנעס און די עצה איז נישט צו מאכן תקנות נאר יעדער יחיד זאל טון צום זאך וואס ער האלט פאר פאסיג פאר אים. אז די בינגא מצות איז נישט אין מויל צו נעמען מאך א חשבון אויב דו ווילסט און קענסט צאלן דריי מאל די פרייז פאר א גוט מאכל פאר די גאנצע משפחה. אז דו קענסט נישט עס פאטעיטאס. דאס איז וויאזוי איך פארשטיי פון זיין חתונה מאכן שמועס. וואס איז זייער א לאגישער מהלך. קיינער איז דיר גארנישט שולדיג און אז דו האסט נישט קיין געלט קויף נאר וואס דו מוזסט.

בנוגע מצות איז דא א זאך אז מען רעדט פון קהילות וואס וואלט געמאכט סענס אז זיי זאלן זיך רעכענען מיט זייער ציבור. אבער כמיין ווען דאס וואלט געווען דער איינציגסטער אומיושר פון זיי וואלט מען געקענט רעדן...
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך צפור בודד » מאנטאג אפריל 15, 2019 7:04 pm

אז א פונט קרעקערס קאסט ארום $30 דארף מען גארנישט פרעגן און זאלן זיי מסביר זיין. נישט קיין חילוק ווער ס'מאכט דער געלט, עמעצער בארויבט דא דעם עולם בגדול אדער מחמת צו ווייניג קאמפעטישן אדער איבער א קארטעל צווישן די פאבריצירער.

דער מקור פארוואס דאס אלעס איז שייך איז דירעקט פון דער איסור פון מאשין מצות וואס דורך דעם זענען האנט מצות פאר רוב עולם א לכתחילה און בדיעבד און די אנדערע זענען "חמץ". הייסט עס אז זיי האבן אנגעמאכט דעם חורבן איז זאלן זיי אהערשטעלן א תיקון. איבער איסורים קענען זיי אויפקומען מיט כל מיני המצאות נאר אויף העלפן אידן בדרך כבוד אן קמחא דפסחא און שנארעריי זענען זיי נעבעך הילפלאז.
צפור בודד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

הודעהדורך זאפטיג » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:39 am

צפור בודד האט געשריבן:אז א פונט קרעקערס קאסט ארום $30 דארף מען גארנישט פרעגן און זאלן זיי מסביר זיין. נישט קיין חילוק ווער ס'מאכט דער געלט, עמעצער בארויבט דא דעם עולם בגדול אדער מחמת צו ווייניג קאמפעטישן אדער איבער א קארטעל צווישן די פאבריצירער.

דער מקור פארוואס דאס אלעס איז שייך איז דירעקט פון דער איסור פון מאשין מצות וואס דורך דעם זענען האנט מצות פאר רוב עולם א לכתחילה און בדיעבד און די אנדערע זענען "חמץ". הייסט עס אז זיי האבן אנגעמאכט דעם חורבן איז זאלן זיי אהערשטעלן א תיקון. איבער איסורים קענען זיי אויפקומען מיט כל מיני המצאות נאר אויף העלפן אידן בדרך כבוד אן קמחא דפסחא און שנארעריי זענען זיי נעבעך הילפלאז.


עס האט איינער אמאל געזאגט אז דער טעם הכמוס איז געווען דער געפאר פון פארלירן פרנסה פון די אלטיטשעקס וואס האבן געוועלגערט ....

בכל אופן מצות איז נישט קיין לוקסוס! מצות דארף זיין בהישג יד פאר יעדער איד כאשטיג ווי א פילטער פארן קאמפיוטער.

דער שאלה איז פארוואס איז טאקע דא אזא חילוק אין פרייזן ציווישען איין פאבריק און דער צווייטע
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך זאפטיג » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:41 am

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:שווער צו גלייבן אז דער מארדזשין איז אזוי גרויס. אויב עס איז אזוי, פארוואס עפענען נישט נאך מענטשן און קהילות מצה-בעקערייען? אבער כ'בין זיכער אז די פרייזן קענען זיין ביליגער, און די בעלי-בתים פון מצה-בעקערייען זענען נישט קיין ארימעלייט.
פארוואס ביי עווערגרין קען מען באקומע פיינע סקווירא מצות וואס איז געבאקן געווארן תיכף פאר פורים פאר $14.00 דאללאר א פונט??
פארוואס טאקע? ווייניגע מהודר?
פארוואס קען מען קויפן ביי בינגא מצות פון א"י פאר $10.00 דאללאר א פונט און אין דעם איז שוין אריינגערעכנט די שפעזן פון אהער ברענגן פון א"י??
פארוואס טאקע?
פארוואס קען מען באקומען אין כולל גראסערי פאר $11.00 דאללאר א פונט??
פארוואס טאקע?
אלא מאי דער תירץ אז מ'קען יא שיין פארדינען ביי אפילו אויב רעכענט מען 14-15 דאללאר א פונט און די מארדזינז זענען יא גאר גרויס און קיינער פארלירט נישט קיין געלט, נאר דער תירץ צו דעם אלעם איז אז עבדים היינו דעמאלטס פאר פרעה און היינט פאר די פארטייען/קהילות/חסידות
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:50 am

יעדער פארשטייט אז חרדים מעג רעכענען 42 דאלאר א פונט, אז עס געפעלט דיר נישט, קויף נישט.

ווער עס וויל פאר ביליג, קען טרעפען פאר ביליג. בינגא פארקויפט פאר ביליג, און יעדער קויפט, און דער פרייז גייט נישט אראפ פאר איין טעם, ווייל אונז בהמות קויפן.

רעגולירן די מוכרים שמעקט מיט קאמאניזים אדער לכל הפחות סאשעליזים. די קונים וועלען נישט קויפן נאר די ביליגערע, וועט די פרייז אליין אראפ גיין.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1588
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מיטוואך אפריל 17, 2019 9:39 am

וואס א הכשר האט בינגא?
וואס דארפן אחינו בני ארץ ישראל טוהן? ווי דארפן אינז קויפן מצות?

מען דארף קאמפראמייזן אויף א שוואכערע הכשר??
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך אפריל 17, 2019 4:45 pm

זאפטיג האט געשריבן:וואס א הכשר האט בינגא?
וואס דארפן אחינו בני ארץ ישראל טוהן? ווי דארפן אינז קויפן מצות?

מען דארף קאמפראמייזן אויף א שוואכערע הכשר??


ניין, מ'דארף איינפירן דעם ליסקא מנהג וואס שטאמט פון גאנץ א פיינע איד דער ארויסגעבער פון גאנץ א באקאנטע ספר מיטן נאמען 'ישמח משה', ער איז געווען רב אין שטאט איהעל, בקיצור המעשה וואס איז פארבליבען באוויסט אלץ דער ליסקא מנהג פון נישט עסן מצות אין פסח, אויסער בלילי הסדרים, (קען זיין אז עס שוין דא א אשכול דערויף).

עכ"פ דער חומרא וואלט אונז איינגעשפארט אסאך געלט...
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2632
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1760 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך אפריל 17, 2019 5:13 pm

זאפטיג האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:יעדער פארשטייט אז חרדים מעג רעכענען 42 דאלאר א פונט, אז עס געפעלט דיר נישט, קויף נישט.

ווער עס וויל פאר ביליג, קען טרעפען פאר ביליג. בינגא פארקויפט פאר ביליג, און יעדער קויפט, און דער פרייז גייט נישט אראפ פאר איין טעם, ווייל אונז בהמות קויפן.

רעגולירן די מוכרים שמעקט מיט קאמאניזים אדער לכל הפחות סאשעליזים. די קונים וועלען נישט קויפן נאר די ביליגערע, וועט די פרייז אליין אראפ גיין.[/q

וואס א הכשר האט בינגא?
וואס דארפן אחינו בני ארץ ישראל טוהן? ווי דארפן אינז קויפן מצות?

מען דארף קאמפראמייזן אויף א שוואכערע הכשר??

דאכט זיך אז קוממיות האט בד"ץ הכשר, און בינגא האט סקווירא הכשר (הרב וואגשאהל?) בכלל נישט קיין שוואכע הכשר, ס'איז ווארשיינליך א העכערע דרגא כשרות ווי א קענדי פונעם וואלאווער. מצות איז נישט קיין קאמפליצירטע זאך צו געבן א הכשר
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מיטוואך אפריל 17, 2019 5:50 pm

אוקריינא מצות מיט 5!! הכשרים קאסט 10 דולר!
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט