ישיבה חתן סופר אין די 1970-יארן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ישיבה חתן סופר אין די 1970-יארן

הודעהדורך ראובן » זונטאג אפריל 14, 2019 7:37 pm

אין די לעצטע חדשים האבן עטליכע מאדערנע-חרדישע ישיבות אין ניו יארק אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן די סיטי אוו ניו יארק, הלמאי זיי מישן זיך אין דעם חינוך פון אונזערע קינדער.

הגם די נייע רעגולאציעס פון דער רעגירונג צילן בעיקר די חסידישע מוסדות, וואו די קינדער באקומען גאר א שוואכן עדיוקעישאן, זענען די קלאגעס דווקא אריינגעגעבן געווארן דורך די מער מאדערנע-חרדישע מוסדות, אריינגערעכנט ישיבה חתן סופר פון בארא פארק.

פארשטייט זיך אז די סברא וואלט געווען אז אזא מוסד ווי סאטמאר זאל זיין דער וואס קלאגט – ווייל דאס איז דאך דער גרעסטער מוסד וואס שטייט אויס צו ליידן פון די נייע רעגולאציעס. אבער סאטמאר איז גענוג קלוג צו וויסן אז אזא קלאגע וועט ברענגען נאך מער אויפמערקזאמקייט און סקרוטיני וואס א מוסד מיט א שוואכן עדיוקעישאן קען זיך נישט ערלויבן.

די אנדערע מוסדות קען זיך דאס ערלויבן, וויבאלד זיי פארמאגן טאקע א כמעשה'דיגן עדיוקעישאן, און האבן באוויליגט צו זיין דעם פנים וואס באשיצט די אלע חסידישע מוסדות וואס ווילן נישט אהערשטעלן א נארמאלן עדיוקעישאן.

אפיציעל האבן די קלעגערס געזאגט אז דער טעם פארוואס דווקא אט די מוסדות האבן זיך ארויסגעשטעלט פאר דער קלאגע איז וויבאלד דאס זענען אור-אלטע מוסדות וואס פונקציאנירן שוין גאר לאנגע יארן אין אמעריקע, און מיט דעם ווילן זיי טענה'ן אז מיט די נייע רעגולאציעס וויל די רעגירונג צעשטערן א סיסטעם וואס פארט שוין איבער הונדערט יאר אין אמעריקע.

דער אמת איז אז דער מצב אין אונזערע חדרים טויגט נישט. אבער דאס איז גאנץ א נייער מציאות. פאר 30-40 יאר צוריק, און פריער, האבן אלע חסידישע מוסדות פארשטאנען אז מ'דארף צושטעלן א נארמאלן עדיוקעישאן, און אזוי האט אויך פארשטאנען האדמו"ר מסאטמאר ז"ל. דאס מיינט נישט אז מיר דארפן דערפאר שטיצן יאפפעד, אבער מיר דארפן אויפפאדערן די מנהלי המוסדות אז חוץ לוחם זיין קעגן יאפפעד, דארפן זיי אויך זיך געבן א שאקל און פאררעכטן דעם מצב אין אונזערע מוסדות.

כ'וויל דא ארויפלייגן אן אינטערעסאנטן דאקומענט, וואס ווייזט אז ישיבה חתן סופר, די וואס שלאגט זיך היינט קעגן צושטעלן א נארמאלן עדיוקעישאן, האט פאר פערציג יאר צוריק זיך גאר געגרויסט מיט איר סעקולערער עדיוקעישאן, מיט איר סייענס לאבאראטאריע, מיט די דאקטוירים וועלכע האבן גראדואירט פון דער ישיבה, און אז די "ענגלישע שטודיעס שטעלן זיך צו צו די אפיציעלע פארלאנגען פון דער אלגעמיינער סעקולערער סקול-סיסטעם אין אמעריקע."

אינטערעסאנט ווי דער זעלבער מוסד קען היינט שרייען אז גענוי אזא עדיוקעישאן קען אונטערברענגען דעם עולם הישיבות.
בייגעלייגטע פיילס
401.JPG
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2376
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9232 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אפריל 14, 2019 7:41 pm

דאס איז פון א ביכל וואס ישיבה חתן סופר האט ארויסגעגעבן אין די שנות תש"ל.

דער מוסד איז געווידמעט פאר ביידע, רעליגיעזע און סעקולערע שטודיעס, עפ"י דרך התורה
403.JPG



דער סעקולער עדיוקעישאן פאלגט נאך וואס עס פארלאנגט זיך אינעם פובליק סקול סיסטעם אין אמעריקע.
402.JPG



די כעמישע לאבאראטאריע
405.JPG



די ישיבה דערציילט מיט שטאלץ אז יוצאי הישיבה זענען רבנים, אדוואקאטן, דאקטוירים, וויסנשאפטלער.
406.JPG
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2376
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9232 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג אפריל 14, 2019 11:46 pm

אמאל ווען די רעגירונג האט זיך נישט אזוי פארלייגט איז האט מען זיך געקענט וועילן וועלכע סובזשעקט מ'וויל לערנען און אויסשניידן חלקים וואס טויגן נישט, אבער מיט די איצטיגע גזירה איז דאס סאך שווערער און נאכצוקומען די רעגירונג'ס פארלאנגן וועט מען מוזן לערנען אזעלכע ענינים וואס מ'האט אמאל אויסגעלאזט.
בכלל דארף מען וויסן פארוועם זיי האבן דאס געשריבן. די מאטערסדארפ'ע רב'ס זון, ר' עקיבא, איז געווען א גאר געלונגענע פאנד רעיזאר (ווי די סאטמאר רב האט זיך אויסגעדריקט ווען מ'האט גערעדט אז מענטשן גייען לאנדן אויף די לבנה, האט ער געזאגט אז טאמער וואלט עס געווען מעגליך וואלט די פאנעוויזשע רב מיט ר' עקיבא ערענפעלד שוין דארט געווען...). איז זייער מעגליך מ'האט דאס אפגעדריקט בלויז צו באקומען עפעס א גרענט פון די רעגירונג וכדומה
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2485
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2601 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 15, 2019 3:09 am

זאגסטו אז היינט פונקט ווי דאמאלט זענען זיי פאפערס געווען? דרייען דעם דאשיק צו וועלכער ריכטונג די געלט קומט פון?!
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2753 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מאנטאג אפריל 15, 2019 4:59 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:אמאל ווען די רעגירונג האט זיך נישט אזוי פארלייגט איז האט מען זיך געקענט וועילן וועלכע סובזשעקט מ'וויל לערנען און אויסשניידן חלקים וואס טויגן נישט, אבער מיט די איצטיגע גזירה איז דאס סאך שווערער און נאכצוקומען די רעגירונג'ס פארלאנגן וועט מען מוזן לערנען אזעלכע ענינים וואס מ'האט אמאל אויסגעלאזט.
בכלל דארף מען וויסן פארוועם זיי האבן דאס געשריבן. די מאטערסדארפ'ע רב'ס זון, ר' עקיבא, איז געווען א גאר געלונגענע פאנד רעיזאר (ווי די סאטמאר רב האט זיך אויסגעדריקט ווען מ'האט גערעדט אז מענטשן גייען לאנדן אויף די לבנה, האט ער געזאגט אז טאמער וואלט עס געווען מעגליך וואלט די פאנעוויזשע רב מיט ר' עקיבא ערענפעלד שוין דארט געווען...). איז זייער מעגליך מ'האט דאס אפגעדריקט בלויז צו באקומען עפעס א גרענט פון די רעגירונג וכדומה


קליינע תיקון טעות.

בשעת די אמעריקאנער האבן זיך געגרייט צו לאנדן אויף די לבנה האבן פארשידענע מענטשן דעבאטירט אויב עס איז פארהאן מענטשן דארט.

אויף דעם האט זיך דער סאטמאר רב ז"ל אויסגעדריקט אז אויב יא וואלטן די צוויי שוין דארט געווען צו שאפן געלט.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 637
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 770 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט