די וואס מיינען אז זיי בויען בריקן, פרושים און פשרה'ניקעס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

די וואס מיינען אז זיי בויען בריקן, פרושים און פשרה'ניקעס

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 15, 2019 8:58 am

עס וואונדערט מיר אפט ווי אזוי עס קענען געווענליכע אינגעלייט מיט שכל אין קאפ נישט איינזען וואו דער עיקר כח פון די רעבעס און די קהילה פירער ליגן, נעמליך די חדרים, די ישיבות און די מיידל שולעס. און דער גרעסער חידוש איז נאך אז מיר זענען פיהל שטארקער ווי מיר ווייסן און אפילו מיט באגרעניצטע שריט קענען מיר גיך ברענגען א ענדע צו דעם. איך וועל מסביר זיין מיט א משל.

ווען טראמפ איז געגאנגען 'אגאנזשירן' מיט קים פון נארט קארעא האט יעדער אין די מערב געשריגן היתכן. דהיינו, קים האט זיך ארויפגעצווינגען אויף זיינע אינטערטאנען מיט כח, וואו קענסטו אזוי באליידיגן זיינע בירגער מיט'ן אים גיבן סיי וואספארא אנערקענונג און נאך פארהאנדלען מיט אים. גיי גיב כח צו די וואס בונטעווען, די געפייניגטע און די פארווארפענע.

מיר דא, שרייען די זעלבע און דאס איז וואס די איינגעשטעלטע אין די מסדות צוזאמען מיט זייערע ברויט געבער האבן אזוי מורא: אינדרויסן וועט מען געוואויר ווערן דעם סוד אז די זענען נישט איינגעוועלט געווארן פון קיינעם, פארטרעטן נישט קיינעם און מען דארף זיי אויף מרור און חרוסת.

איר מיינט טאקע אז די אלע מוסדות וואלטן געקענט איין טאג לענגער אנגיין אהן דער שטענדיגער אקטיווער הילף פון די אפגעשוירענע מה-יפית אידן? אודאי נישט. נאר וואס דען, ווי אזוי טוען די לעצטיגע דזשאסטיפייען וואס זיי טיען? נאר אמתלא בפימייהו: 'אידישקייט מוז דאך האבן א קיום און דורך וועם דען אויב נישט דורך חרדים?' אוודאי ווייסן זיי אז ס'מוז א גרויסער תיקון, אבער כביכול ווי טראמפ זאגט "מען מוז דיעלן מיט וועם מ'האט," און די אנדערע? די גלות גייער און די רעבעלן? זיי זענען דאך סתם אגיטירער און ווידערשפעניגער, קענען זיך נישט אונטערווארפן אונטער אויטאריטעט. זיי וועלן זיין אפילו א סכנה אין די אלגעמיינע געזעלשאפט.

דאס איז דאך א מורא'דיגע באליידיגונג פאר אונז עלטערן וואס זענען געווארן אויפגעהאדעוועט און אויפגעוואקסן אויף די זעלבע ברכיים וועלכע די פירער זענען ערצויגן געווארן. די זעלבע תורה איז געלערנט געווארן מיט אונז ביידע. אויב רעבעלן און אויטאריטעט ווידערשפעניגער זענען דאס זיי אסאך מער פון אונז נאר די לעצטע טוען דאס דורכן זעלבסט קלעימען אויטאריטעט פאר זיך, משא"כ מיר ווילן זיך אונטערטעניגן אונטער דיע וועמען זיי האבן אראפגעווארפן פון זיך. אונטער דעם בורא און אונטער זיין חללה של רשות. מיר ביידע האבן מקבל געווען די לערע פון דינא דמלכותא דינא נאר די לעצטע זענען עס דיע וואס האבן משבש געווען און פון דאס גאנצע געמאכט א פורים שפיהל, א מיטל ווי אזוי רייך צו מאכן זיך און די קינדער, שאפן זיך שיינע שידוכים און געוועלטיגן אויף די אבריגע. אלץ אויפן תירוץ פון חינוך על טהרת הקודש.

איך מיין אז איר באגריפט גארנישט וואספארא פאוער און שליטה פארמאגן אייגענע שולעס גיבט אלץ, א קהילה פירער. אבער גלייכצייטיג באגריפט איר נישט ווי מערסטענס פון די פאוערס איז תלוי אין אונז עלטערן, מיר זענען שולדיג אין דעם, און ווי לייכט עס איז פאר אונז זיי צונישט מאכן. מער פון אלעמען דארף אייך אויפבראכן די אומגעהויערע חוצפה וואס די פירער פון די מוסדות און זייערע איינגעשטעלטע האבן, צו קלעימען א דיספראפארצינעלע מאס אייגענטומשאפט איבער אונזערע אייגענע קינדער אין פארגלייך צו דאס וואס מיר עלטערן האבן אין פאקט. איך גיי פרובירן נישט טרוקן איבערחזרן דאס וואס קטלא קניא אין זיין ותינוק ללמדו ספר האט געשריבן און וואס אנדערע האבן שוין מערערע מאל געשריבן אויף דער סייט. איך וועל אייך געבן מער ספעציפישע און אייגנארטיגע דוגמאות פון פעלער וואס האבן מיר אויפגעעפנט די אויגן ווי ווייט מען פאפט אונז.

נאך בעפאר מיין זוהן איז געקומען אויף עידזש אריינצוגיין אין חדר, ווען איך האב שוין אנגעהויבן שוואך ווערן אין דאווענען דוקא אין די שוהל פון די קהילה האב איך אנגעהויבן קריגן סטראשונקעס פון דער ראש הקהל פערזענליך, אז ס'וועט שאטן חלילה צו זיין אדמישן. דערנאך ווען עס איז געקומען אים איינצושרייבן האב איך געמוזט זיך פארפלוכטען אז איך וועל נישט נוצן א קאמפיוטער אין שטוב. שפעטער האב איך געהאט א הארד-טיים זיך אויסטענה'ן וויפיל איך זאל באצאלן פאר שכר לימוד בנוסף צו טראנספארטאציע ווען מיין אינקאם איז בכלל געווען א קליינע. ואין צורך להאריך בזה – די אלע תכסיסים ווייסט איר גוט.

וואס איך האב אבער עטליכע יאר שפעטער געלערנט איז געווען אן אויג-עפענער, לדוגמא: אז די חדר גיבט איין פאר די שטאט, דהיינו פאר די דעפארטמענט וואס גיבט זיך אפ מיט'ן אויפזעהען פריוואטע שולעס: אז די חדר ווערן אויפגעהאלטן דורך פרייע נדבות פון פריוואטע נדבנים.

אז די מוסדות באקומען באצאלט ריזיגע געלטער, גרענטס, פון לאקעל גאווערנמענטס, אויף אזוי גערופענע שוואכע תלמידים וועלכע קריגן א.ג פערפעסיאנאלע הילף און אז טאקע די מיליאנע כולל אינגעלייטלעך וואס איר זעט לערנען 'פריוואט' מיט קינדער און בחורים אין די ישיבות (און מסתמא ביי די מיידלעך ענליך) טאג טעגליך זענען אלע אויף די רעגירונג'ס וועידזש כאטש זיי עסן נאר א קליין טייל פון דער געלט –און דאס איבריגע געלט קומט אן ערגעץ אין א שיפע שווארצע טונקעלע ארט מסתמא צוזאמען מיט דעם רעבינ'ס געבענטשטע מטבע און א הויפן אויסגעבלאזענע טישוס.

אז פון די עיקר סיבות פארוואס די חדרים און מיידל שולעס ביי אונז קענען ממשיך זיין אזוי אומגעשטערט איז ווייל די אויפזעהער ווערט געזאגט אז אלע עלטערן ווילן פונקט דער חינוך און זיי זענען די וואס פארלאנגען פון די חדר די אלע מנהגים.

אז סטעיט שולעס זענען גענצליך בחינם, און אזוי אויכעט טראנספארטאציע.

אז אין אלגעמיין, יעדער וואס האט שייכות מיט קינדער אין א שולע מוז האבן א סערטיפיקעיט וואס באווייזט אז ער האט א ריינע רעקארד פאר א פעריאדע פון עטליכע יאר און יעדער וואס לערנט אדער טריעט (למשל א טעראפיסט עמפלויד אין שולע) קינדער ברויך זיין קוואליפיצירט צו דער לימוד אדער אקטיוויטי וואס ער טוהט מיט'ן קינד.

אז שולעס מוזן האלטן א רעקארד פון אטענדענס, שטראפן און טשעפע אינצידענטן אויף/פון יעדעס קינד.

אז אויב איך פארלאנג צו רעדן און זיך טרעפן מיט געוויסע איינגעשטעלטע אין די שולע, ווי למשל א מנהל/מנהלת וכדומה מעגן זיי נישט אנטזאגן, נישט קיין חילוק צו דאס איז א חדר אדער א מיידל שולע.

אז אין סטעיט שולעס קען מען נישט סתם אזוי ארויסנעמען די קינדער פאר א חתונה, זומער קעמפ אדער פארקילעכטס; די שולעס זענען אפיציעל אינדעפענדענט און נישט אונטערגעווארפן נישט אונטער די עלטערן און נישט אונטער די לאקאלע קהילה פירער. למשל, די שולע האט א רעכט צו אנטזאגן די עלטערנ'ס בקשה ארויסצונעמען די קינדער און האט אפילו א פליכט צו רעפארטן צו די אויפזעהער אויב דאס קינד פעלט צופיהל. געס וואט: די מוסדות נוצן דאס אויס, און ווען ס'לוינט זיך זיי שטעלט זי אן א פנים צו די שטאט ווי זי איז אינדעפענדענט אויכעט... למשל, עלטערן וואס זענען פארפרעמדעט געווארן אין די קהילה וועלן דענייד ווערן וויזיטעישן אויף דער באזיס אז די קינדער האבן חדר/סקול דעמאלטס. איר זעט די איראניע? בשעת ווען מיר ווייסן גאר גוט ווי לייכט עס איז ארויסצונעמען א קינד פון שולע פאר אפאר וואכן, שטעלן זיי דא אן א פנים ווי גלייך זיי זענען די בעלי בתים אין דער געביט.

אז איך קען מאכן אן אנאנימעס קאמפלעינט צו די אויפזעהער (נאכ'ן אדורכגיין א קאמפלעינט פראצעדור מיט די מוסד) און אין עטליכע טעג וועלן אינספעקטארס באזוכן די מוסד און קיינער וועט נישט וויסן ווער ס'האט געמאכט די קאמפלעינט.

אז שולעס ברויכן פובליצירן די דורכשניטליכע רעזאלטס פאר קינדער פון אלע עידזשעס אין זייער סקול, יעדע יאר, צו קענען פארגלייכן דאס מיט דער נאציאנאלע דורכשניט און מיט אנדערע שולעס. און אז אזוי ווי עס איז דא אן אויפזעהער וואס קומט זיכער מאכן אז די שולע איז פאסיג פאר באנוץ און די לערער זענען קוואליפיצירט צו טוהן זייערע ארבעט וכו' איז אויך דא אן אויפזעהער ואס מאכט זיכער אז די תוכן הלימוד איז פאסיג און גרייט אן די קינדער צו קענען פארדינען [אויך] אין די מאדערנע גאס ווען זיי ווערן עלטער.

אז עפ געזעץ מוזן קינדער קריגן א באשטימטע צאל האלידעי א יאר און די מוסדות פילן אויס דער קוואטער דורכ'ן עס דיסטריביוטן איבער די ימים טובים און די שטיקעלעך בעפאר און עפטער.

אז דער אויפזעהער לייגט אסאך מער א דגוש אויף סעיפטי, ריינקייט און התאמה פון דער בנין ווי למשל דער תוכן הלימוד זעלבסט. די זעלבע גיבט פאר איקוואליטי צו אנדערע גענדערן, א ידיעה איבער דאס לאנד'ס היסטאריע און העריטידזש און א פארשטענדעניש צו אנדערע קולטורן.

אז די אויפזעהער פובליצירט כסדר אנליין אנאנימע קוועשטאנעירס פאר עלטערן צו הערן זייערע פריוואטע מיינונגען ספעציפיש איבער די מוסד אין וועלכע זייערע קינדער לערנען און אז די הנהלה פון די מוסדות וועלן ארגאנאזירן א באנטש מיט באגוס קוועשטאנעירס אויסגעפילט דורך בחורים פון די ישיבה מיט אנשי שלומינו ביכל צו די האנט.

ווי פיהל מער פאווערפול עס איז א קאמפלעינט צו דער אויפזעהער – מיט א אמת'ער נאמען געחתמ'ט – וואס וועט פונדעסטוועגן געהאלטן ווערן אין געהיים ביי דער אויפזעהער אויב אין דער בקשה ווערט אזוי אוטליינד.

אז עלטערן קענען פארלאנגען פון די שולע אריינצוקומען אויף רענדאם באזוך און זיי זאלן שטענדיג האבן גרייט אן אויסוואהל פון פארשידענע סארט פאפירן, ווי פאליסיס, קוריקולעם (תוכן הלימודים), ליסטע פון פריערדיגע קאמפלעינטס, די אקעדעמיק פערפארמענס פון די פריעדיגע יאר, ליסטע פון איינגעשטעלטע מיט זייערע קוואליפיקאציעס און נאך.

די ליסטע איז לאנג אבער כדי לא להטריח על הקורא וועל איך זיך דא אפשטעלן. יו געט די פוינט וואס איז: אין די אלגעמיינע וועלט, און ספעציעל פריוואטע שולעס ווי עלטערן צאלן און קענען זיך אויסוועלן וועלכע, זענען שולעס שולדיג פאר די עלטערן און נישט פארקערט! די שולע דארף כסדר זיך אויסשטרעקן די האלדז כדי צו געפעלן פאר די עלטערן (נישט אז ס'איז נישט אמאל צופיהל, אבער סופארטן א פארקערטער עקסטרים איז אויכעט קיין דרך נישט) און נישט פארקערט.

די געדאנק איז, פארוואס זאלן אין די אלגעמיינע שולעס, א טיטשער ברויכן שוויצן יארן לאנג צו עררייכן א קוואליפיקאציע און אפילו נאכ'ן קריגן די דזשאב דארפן שוויצן נאכאנאנד מיט'ן זיך פראוון ווערטפול און קוואליפיצירט פאר די שולעס' הנהלה, די עלטערן און די שטאט און ביי אונז זאל דאס בלויז פארלאנגען א יאר קוועטשן די באנק אין כולל?

איר כאפט וואס דא טוט זיך? קומט זיך א פוילער ר' מעכיל און זוכט א דזשאב אבער וואו ער גייט זאגט מען אים אז מען וויל זעהן א קוריקולעם וויטא, וואס ער האט געטוהן אלע יארן ביז אהער און אויכעט א ריינע נישט-קרימינאלע רעקארד. אנשטאט ר' מעכיל זאל איינזען אז ער זאל כאטש אצינד נעמען דאס לעבן אין די הענט אריין כאפט ער זיך אז ער וועט דעם סיסטעם אויכעט אויסשפילן, ווי אזוי? ער וועט עפענען א חדר, א מיידל שולע, א ישיבה און א סעמינאר אוואו מען וועט נישט פארטיילן קיין קיקילעם וויטעס (אר וואטעווער דער גוי רופט עס) און מען וועט נישט בעטן פאר א ריינע רעקארד, ווי אויך וועט מען נישט האלטן א רעקארד פון די קינדער זעלבסט, און פון דארט וועלן אויסשטייגן בעלי בתים און בעלעבוסטעס וואס וועלן אויך נישט בעטן די אויבן-דערמאנטע און אזוי וחוזר חלילה, און דערווייל וועט רעב מעכיל האבן א דזשאב..

איך אלץ טאטע פון א קינד אין א מוסד, וואס איך האב נישט אויסגעוועלט נאר געבוירן געווארן דערין, קען דאס אמווייניגסטנס ארויסשרייען מיין 'איני מכיר' פאר ווער עס איז אינטערסירט צו הערן. און גענוג זענען אינטרעסירט צו הערן.

איינער זאגט נאך אז דאס איז וואס די עלטערן ווילן? איך זאג אז די עלטערן ווילן נישט. דאס איז דער אמת'ער פראבלעם.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2753 מאל

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט