איז פארהאן לשיטתיה אינעם אמעריקאנער פאליטיק?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

איז פארהאן לשיטתיה אינעם אמעריקאנער פאליטיק?

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 29, 2019 5:27 pm

אין תלמוד איז פארהאן א באגריף פון לשיטתיה. דאס באדייט אז תנאים אדער אמוראים ארגומענטירן זייערע מיינונגען אין הלכה באזירט אויף זייערע מיינונגען אין אנדערע ערטער אינעם תלמוד. אין פאליטיק איז אויך פארהאן אזא באגריף פון לשיטתיה, אבער אן קיין זאכליכע אונטערלאגע. אנהענגער פון ביידע פאליטישע פארטייען שאצן זייער ווירדן בלויז מיט פארטייאישע ברילן, און אניליזירן אינגאנצן נישט זייערע ווירדן אויף א ראציאנאלער פארנעם.

אין די פאראייניגטע שטאטן זענען היינט צוטאגס פארהאן צוויי הויפט שטערמונגען, די דעמעקראטישע-סאציאליסטן, און די רעפובליקאנער-קאנסערוואטיווען. ביידע שטערמונגען זענען מער-ווייניגער באזירט אויף געוויסע אנטשואונגען מיט וועלכע די ערשטע טאטעס פון די פאראייניגטע שטאטען זענען געווען פארקאכט. די ערשטע צוויי פאליטישע פארטייען אין די היסטאריע פון אמעריקע זענען געווען, די פעדעראַליסטן און די רעפובליקאנער.

דער ערשטער פינאנץ מיניסטער פון אמעריקע, אַלעקסאַנדער האַמילטאָן, איז געווען א אויסגעשפראכענער פעדעראַליסט. ער איז געווען ביי די מיינונג אז די פעדעראלע רעגירונג זאל זיין וואס שטערקער און מאכטפולער, הויפטזעכליך צוליב עקאנאמישע און פינאנציאלע מאטיווען. די פעדעראַליסטן האבן זיך אין אלגעמיין גאר שטארק צוגעהאלטן צו די ארגינעלקייט פון די קאנסטאטוציע, וואס שטעלט אראפ די מאכט און די פונקציעס פון די פעדעראלע רעגירונג. דער צווייטער אמעריקאנער פרעזידענט דזשאן אדעמס, איז געווען אזא שטארקע פעדעראַליסט, אזש ער האט אין א פרעצעדענטלאזע שריט ארויס געגעבן א פארבאט צו קריטיקירן די פעדעראלע רעגירונג. ער האט גאר איינגעשפארט אין טורמע קריטיקירער פון זיין רעזשים... ווי אויך זענען די פעדעראַליסטן געווען אויסן אז די פאראייניגטע שטאטן זאל פארמאגן גוטע און נאנטע באציאונגען מיט ענגלאנד, ווארשיינליך אויך צוליב עקאנאמישע מאטיווען. דאקעגן טאמעס דזשעפערסאַן, און זשעמס מאַדיסאָן האבן זיך זייער געפארכטן פון א שטארקע פעדעראלע רעגירונג, זיי האבן געוואלט אז די שטאטן זאלן זיין וואס מער זעלבסטשטענדיג און אז די פעדעראלע רעגירונג זאל זיך וואס ווייניגער אריינמישן אין אינערליכע אנגלעגנהייטן פונעם באפעלקערונג. דערפאר טאקע האבן זיי טאקע צוגעלייגט צו די קאנסטאטוציע דער ביל אוו רייטס, וואס פארזיכערט און באשוצט אינדיווידואלע פרייהייטן פון איטליכע אמעריקאנער בירגער און באשיצן די בירגער פון די פעדעראלע רעגירונג.

דזשעפערסאַן האט מיטן ציל צו באקעמפן די פעדעראַליסטן געגרינדעט די רעפובליקאנער פארטיי. די רעפובליקאנער זענען דאן געווען אויסגעשפראכן קעגן ענגלאנד, זיי האבן פולשטענדיג געשטיצט די פראנצויזן. די פראנצויזן זענען אייגענטליך געווען דאן אין קריגס צושטאנד מיט ענגלאנד. די רעפובליקאנער זענען געווען פייערדיגע שטיצער פון די פראנצויזישע רעוואלוציע וואס האט פארגעשטעלט מיט זיך אינדיווידואלע און רעליגיעזע פרייהייט, און גלייכבארעכטונג פאר יעדע באשעפעניש וואס איז בלויז באשאפן מיט ג-ט'ס געשטאלט. אפגעזען פון ראסע, רעליגיע, אדער גינעטישע פערזענליכקייט, יעדער איינער איז אייניג גלייך...

אין די שפעטערע יארן האט פרעזידענט זשעקסאן עטוואס מאָדיפיצירט די אנטשויאונגען פון די רעפובליקאנע פארטיי. ער האט שטארק געהויבן די איינפלוס פון די פעדעראַלע רעגירונג אויף די אמעריקאנע באפעלקערונג. זיין פילאזאפיע איז געווען אז די באפעלקערונג זאל זיין שפילן אן אינטערגראלער טייל אין די פעדעראַלע רעגירונג. אבער נישט יעדער... נאר בלויז די דורכשניטליכער קריסטליכע ווייסע לייט. ער האט געהאלטן אז די שווארצע און די אנדערע עטענישע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן קראפטירן די פעדעראַלע רעגירונג און די באפעלקערונג, דערפאר דארף מען זיין גענצליך אויסשליסן פון די אלגעמיינע געזעלטשאפט.

דער שפעטערדיגער לעגענדארער פרעזידענט דער שלאנקער אברהם לינקלאן, האט אומערמידליך געארבייט צוריקצושטעלן די רעפובליקאנער פארטיי צו איר אמאליגער גלאנץ אויף די רעלסן ווי אזוי אירע ערפונדערס דזשעפערסאַן און מאַדיסאָן האבן איר אראפגעשטעלט. ער האט שטארק איינגעצוימט די מאכט פון די פעדעראַלע רעגירונג, און שטארק פארברייטערט אינדיווידואלע פרייהייט, און געשאנקן גלייכבארעכטונג פאר אלע בירגער גלייך אפגעזען פון ראסע און קאליר.

די רעפובליקאנער פארטיי שטעלט מיט זיך פאר די נאבעלע אנטשואונגען און ווירדן פון פרעזידענט לינקלאן. און די דעמעקראטן שטעלן מיט זיך פאר די אנטשויאונגען און ווירדן פון פרעזידענט זשעקסאן. אפגעזען פון אפענע ראסיזם, דאס פראבירן זיי זייער שטארק צו באהאלטן, און זיי באשולדיגען גאר די רעפובליקאנער מיט די אמאליגע גרינד-פרינציפען פון זייער אייגענע פארטיי, ראסיזם. זעלבסטפארשטענליך אן קיין שום זאכליכע דעקונג.

דאס זענען מער-ווייניגער געווען די הויפט פרינציפן פון די אמאליגע רעפובליקאנער און דעמעקראטישע פארטייען.

*


היינט צו טאגס שטעלן זיך די רעפובליקאנער פאר אלס גלויביגע קריסטן, און זיי זענען אויסגעשפראכן קעגן אומאראלישקייט פון יעדע סארט, א שטייגער ווי האמאסעקסואליזם, הרג'נען קינדער אינעם מוטער-טראכט,פעמיניזם, אד''ג. זיי ארגומענטירטן פאר פרייהייט און גלייכבארעכטונג, און זענען אויסגעשפראכן קעגן יעדע סארט איינפלוס פון די פעדעראַלע רעגירונג אין אינערליכע נאציאנלע אנגעלגנהייטן. זיי זענען אויסגעשפראכן אז די רעגירונג זאל זיי בארויבן זייער געלט פאר וועלכע זיי האבן ביטער און שווער געהארעוועט, און עס אוועק שענקן פאר פארזיטן און ארבייטסלאזע לייט. זיי ווילן שטיצן די ארימע, זאגאר בלויז לויט זייער אייגענעם פארשטאנד, זיי וועלן זייער גערען אריינווארפן עטליכע גראשן אינעם קירכע פישקע פארן ארימער נאכבאר, אבער זיי זענען נישט איינשטומיג אז די רעגירונג זאל כאפן זייער געלט מיט די גיוואלד... זיי זענען אויך א שטארקע נאציאליסטן און זיי זענען אויסן אז אמעריקע זאל פארבלייבן מיט איר נאציאליסטישער גלאנץ. זיי זענען אויך זייער שטארק פאר יוסטיץ און גערעכטיקייט.

דאקעגן די דעמעקראטן, וואס פאר זיי איז רעליגיע און ג-ט אין גאנצן נישט מאסגעבענד, זיי ווילן נישט אז ג-ט זאל זיך מישן אין זייערע אנגעלעגנהייטן און זיי ווילן זיך נישט מישן אין די אנגעלעגנהייטן פון ג-ט. זיי פארמאגן נישט קיין שום פראבלעם מיט אומאראלישקייט,האמאסעקסואליזם און פעמיניזם און הרג'נען קינדער אינעם מוטער-טראכט. דאס אלעס איז ביי זיי העכסט-נארמאל, און וואס מער אלס בעסער... זיי ארבייטן אומערמידליך דאס צו נארמאליזירן אין די אויגן אלגעמיינע מענטשהייט, ביזדערווייל אן קיין ערפאלג. זיי זענען אנטשלאסן אז די פעדעראַלע רעגירונג זאל זיין שטארק און זאל זיך אויסשליסליך וואס מער אריינמישן אין אינערליכע אנגלעגנהייטן – נישט צוליב עקאנאמישע און פינאנציאלע מאטיווען ווי די פארצייטישע פעדעראַליסטן, נאר ווייל זיי ווילן אז די פעדעראַלע רעגירונג זאל פולשטענדיג קאנטראלירן יעדע עספעקט פון פונעם לעבן פון א מענטש, און זיי זענען אויסן אויסצורייסן יעדע טראפ פון אינדיווידואלע פרייהייט פאר וועלכע די אמעריקאנע גרינדונג טאטעס האבן אוועק געגעבן זייער לעבן. זיי זענען אנגעבליך ביי די מיינונג אז די רעגירונג פארמאגט די רעכטן צו בארויבן דאס געלט פון די אלגעמיינע באפעלקערונג, און עס צו פארטיילן פאר די ארימע שיכטן אין לאנד לויט זייער געשמאק. עס אינטערסירט זיי אינגאנצן נישט דאס וואוילזיין פונעם לאנד, דערפאר קימערן זיי זיך גאנץ קנאפע מיט געזעץ און ארדענונג, אדער מיט אומלעגאלע אימיגראציע. זיי זענען שטענדיג פארנומען מיט וויינען און זיך אפרעדן און אגענטורן פאר אלערליי זעלבסט-באשאפענע קרבנות.

*


וואס עס איז עטוואס שווער צו פארשטיין, ווי אזוי עס קען זיין אז סיי די קאנסערוואטיווער און סיי די ליבעראלן זענען אזוי לשיטתיה מיט זייער בליק אויף זייערע ווירדן. זיי גייען לשיטתיה אויף זאכן און אידילאגיעס וועלכע זענען גענצליך אומאָפּהענגיק איינס פונעם צווייטן, מיט דעם אלעמען האבן זיי אויף דעם דער זעלבער בליק. פארוואס זענען אלע ליבעראלן פאר האמאסעקסואליזם, פעמיניזם, און הרג'נען קינדער אינעם מוטער-טראכט, אנטי-געזעץ, אומלעגאלע אימיגראנטן, און די קאנסערוואטיווער קאפויער? וואס איז די לשיטתיה? וואס האבן די אלע זאכן צו טאן מיט די ארגינעלע אגרומענטן צווישן די פעדעראַליסטן און די רעפובליקאנער - וועלכע זענען די גרונד-קערליך פון ביידע פאליטישע פארטייען? די איינציגסטע צווישנשייד צווישן די צוויי פארטייען וואלט געדארפט זיין מער פעדעראלע רעגירונג איינפלוס, אדער ווייניגער, אבער אלע אנדערע זאכן וואלט ווען יעדע אינדיווידואלע מענטש געדארפט האבן זיין אייגענעם ראציאנאלער מיינונג, ווי אזוי קען דען דאס זיין אז אלע רעפובליקאנער קוקן אן די אויבנדערמאנטע ווירדן מיט די זעלבע ברילן, און אלע ליבעראלן מיט פונקט די פארקערטע בריללען?

ווי עס שיינט איז איז נישט פארהאן קיין ווירקליכע לשיטתיה אין פאליטיק, נאר ביידע פאליטישע פארטייען שאצן ווירדן מיט פארטייאישע בריללן, און נישט מיט קיין זעלבסט ראציאנאל...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1553
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1610 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מאנטאג אפריל 29, 2019 6:50 pm

ביי אינז אין ישראל איז עס נאך אסאך מער ווי דעם
צוויי כאילו בלוט שונאים אין דער פאליטישע וועלט קענען נאך א היציגע דעבאטע אין כנסת זיך טרעפן אין דער קאפע (מזנון הכנסת) און פאברענגן שבת אחים כאילו לא היה בשעת ווען אלע צייטונגן זענען פארנומען רעדן איבער דעם פייער אויסברוך. (אפילו פרומע פרייע)
אלע פאליטישע שיטות זענען אויבערפלעכעך, היינט לוינט זיך אזוי מארגן אנדערש
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

אנטיסמיטזם אין די פאליטשע פארטייען.

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך מאי 01, 2019 10:48 am

מיר האבן פריער עטוואס בארירט, אז פרעזידענט זשעקסאן, דער גרינדער פון די אידילאגיע פון די היינטיגע דעמעקראטישע פארטיי, איז געווען א אפענער ראסיסט. ער איז געווען ביי די מיינונג אז די שווארצע און די אנדערע עטענישע מינאָריטעטן פארגיפטן און קראפטירן די ריינע ווייסע קריסטליכע ראסע. און דאס איז געווען פון די סאמע הויפט גרינד-פרינציפן פון די ארגינעלע דעמעקראטישע פארטיי – דער פארטיי וואס פראבירט זיך היינט אראפצושטעלן אלס באשיצער פון מינאָריטעטן און ראסיזם, און באשוצן די באקריוועטע און די פארפאלגטע...

מיר האבן נישט אויסגעשמיעסט נאך א וויכטיגע פאקטאר, אנטיסמיטיזם. נעמליך, פרעזידענט זשעקסאן איז גלייכצייטיג געווען א געשוואוירענער אנטיסעמיט. ער האט טיף געגלויבט אין די לעגענדארע אנטיסמיטישע קאנספיראציע, אז די אונטערנאציאנאלער אידענטום מיט זייער לאנגע נעזער און שווענץ, קאנטראלירן די גלאבאלע עקאנאמיע. דערפאר האט ער געפירט א אימערמידליכער קאמף מיט די באנק פון אמעריקע, וועלכע איז נאך געגרינדעט געווארן דורך אַלעקסאַנדער האַמילטאָן. האַמילטאָן האט אייגענטליך געשטאמט פון אידן. ער האט ארגומענטירט אז דער רייכער אידישער באנקיר פון ענגלאנד, נתן ראטשילד, שטייט אונטער די פינאנצן פונעם באנק און באנוצט זיך מיטן באנק אויסצואיבן אידישע איינפלוס אויף די אמעריקאנע אקאנאמיע. ער האט דאן געזאגט אויף אידן: איר זענט א נארע פון רויבער-שלענג, און איך בין אויסן אייך אויסצוראטן. און מיטן הילפן פונעם פאראייביגער ג-ט גיי איך אייך ארויס עסן. דער זשעקסאן מיט הער היטלער האבן מער ווייניגער געהאט די זעלבע מיינונגן אויפן אידישן פאלק.

די דאזיגע אנטיסמיטישע קאנספיראציע, איז אייגענליך געווען א אפנויג פון די ארגינעלע אנטיסמיטישע דאקטערין וואס האט געבושעוועט אינעם שווארצן מיטל-אלטער. די אנטיסמיטן פון די מיטל-אלטער האט געהאסט די אידן צוליב דעם וואס די אידן האבן געהאנגן זייער ג-ט יעזעס דער געקרייצטער, זיי האבן געהאלטן אז וואס מער אידיש בלוט זיי פארגיסן אלס מער ווערן די אידן פארגעבן פארן הארבן זינד וועלכע זיי זענען באגאנגן מיטן פארגיסן די בלוט פונעם זון פון אלמעכטיגן ג-ט... זעט אויס אז אין די צייטן פון אנטיסמיט זשעקסאן, איז דער דער זינד שוין ענדליך פארצייט געווארן.

היינט צו טאגס שטעקט זשעקסאן ארויס זיין קאפ פון קבר און שעפט הויפנס פארגעניגען, אז זיין לעגענדע איז צוריק אויפגעפרישט געווארן אין די דעמעקראטישע פארטיי. זיין אנטיסמיטישע קאנספיראציע אין וועלכער ער האט אזוי טיף געגלייבט ווערט נאכגעזאגט מיט א ברען דורך זיינע נאכפאלגער, די דעמקראטן אינעם רעפרעזאנטן הויז פון די פאראייניגטע שטאטען, הויפטזעכליך דורך די באטיכלטע סמאליער אנטיסמיטקע אילהאַן אָמאַר שר''י. דער אנטיסמיט זשעקסאן לייענט מיט פארגעניגען דעם הייליגן ניו יארק טיימס, וואו ער שטויסט זיך אן מיט די אנטיסמיטישע קארטאנען וואס באצייכענען זיין טעאריע. דער אנטיסמיט זשעקסאן טאנצט פאר פרייד אז מ'האט נישט די מעגליכקייט דורכצופירן קיין אנטי-סמיטיזם רעזעלוציע אינעם דעמעקראטישע קאנטראלירטע רעפרעזאנטן הויז פון די פאראייניגטע שטאטן.

די דעמעקראטן פראבירן עטוואס אראפצושפילן זייער אנטיסמיטישע ריטאריק, און זאגן אז זיי זענען ווירקליך נישט קיין אנטיסמיטן, נאר זיי נעמען זיך פשוט אן פאר די אנגעבליכע באקריוועטע און פארפאלגטע פאלסטינער וועלכע ווערן ברוטאליש אונטערדרוקט דורך די מדינת ישראל אגרעסארן... אינטערסאנט... פארוואס הערט מען נישט פון זיין קיין פופס איבער די אונטערדרוקונגען פון די כינעזער אויף עטינישע גרופעס אין טיבעט? די דעמעקראטן האבן נישט קיין אגענדע מיט קיין שום מינאָריטישע-אונטערדרוקונג פון קיין שום לאנד איבער די גאנצע וועלט, אפגעזען ווען עס קומט צו די סאמע איינציגסטע פריינד וואס אמעריקע פארמאגט אינעם מיטל-מזרח, מדינת ישראל. ס'איז נישט קיין שום צווייפל אז אונטער די הויט פון די דעמעקראטן איז טיף איינגעווארצלט פארפוילטע אנטיסמיטיזם - פון די געמיינע זשעקסאן-סארט. און זיי האבן נאך די פרעכהייט צו באשולדיגען די רעפוקליקאנער וועלכע האלטן זיך צו די טאלאראנץ-דאקטערין פון פרעזידענט לינקלאן, מיט זייער אייגענע דורכגעפוילטע פעלערן...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1553
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1610 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 5 געסט