איז פארהאן לשיטתיה אינעם אמעריקאנער פאליטיק?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

איז פארהאן לשיטתיה אינעם אמעריקאנער פאליטיק?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין תלמוד איז פארהאן א באגריף פון לשיטתיה. דאס באדייט אז תנאים אדער אמוראים ארגומענטירן זייערע מיינונגען אין הלכה באזירט אויף זייערע מיינונגען אין אנדערע ערטער אינעם תלמוד. אין פאליטיק איז אויך פארהאן אזא באגריף פון לשיטתיה, אבער אן קיין זאכליכע אונטערלאגע. אנהענגער פון ביידע פאליטישע פארטייען שאצן זייער ווירדן בלויז מיט פארטייאישע ברילן, און אניליזירן אינגאנצן נישט זייערע ווירדן אויף א ראציאנאלער פארנעם.

אין די פאראייניגטע שטאטן זענען היינט צוטאגס פארהאן צוויי הויפט שטערמונגען, די דעמעקראטישע-סאציאליסטן, און די רעפובליקאנער-קאנסערוואטיווען. ביידע שטערמונגען זענען מער-ווייניגער באזירט אויף געוויסע אנטשואונגען מיט וועלכע די ערשטע טאטעס פון די פאראייניגטע שטאטען זענען געווען פארקאכט. די ערשטע צוויי פאליטישע פארטייען אין די היסטאריע פון אמעריקע זענען געווען, די פעדעראַליסטן און די רעפובליקאנער.

דער ערשטער פינאנץ מיניסטער פון אמעריקע, אַלעקסאַנדער האַמילטאָן, איז געווען א אויסגעשפראכענער פעדעראַליסט. ער איז געווען ביי די מיינונג אז די פעדעראלע רעגירונג זאל זיין וואס שטערקער און מאכטפולער, הויפטזעכליך צוליב עקאנאמישע און פינאנציאלע מאטיווען. די פעדעראַליסטן האבן זיך אין אלגעמיין גאר שטארק צוגעהאלטן צו די ארגינעלקייט פון די קאנסטאטוציע, וואס שטעלט אראפ די מאכט און די פונקציעס פון די פעדעראלע רעגירונג. דער צווייטער אמעריקאנער פרעזידענט דזשאן אדעמס, איז געווען אזא שטארקע פעדעראַליסט, אזש ער האט אין א פרעצעדענטלאזע שריט ארויס געגעבן א פארבאט צו קריטיקירן די פעדעראלע רעגירונג. ער האט גאר איינגעשפארט אין טורמע קריטיקירער פון זיין רעזשים... ווי אויך זענען די פעדעראַליסטן געווען אויסן אז די פאראייניגטע שטאטן זאל פארמאגן גוטע און נאנטע באציאונגען מיט ענגלאנד, ווארשיינליך אויך צוליב עקאנאמישע מאטיווען. דאקעגן טאמעס דזשעפערסאַן, און זשעמס מאַדיסאָן האבן זיך זייער געפארכטן פון א שטארקע פעדעראלע רעגירונג, זיי האבן געוואלט אז די שטאטן זאלן זיין וואס מער זעלבסטשטענדיג און אז די פעדעראלע רעגירונג זאל זיך וואס ווייניגער אריינמישן אין אינערליכע אנגלעגנהייטן פונעם באפעלקערונג. דערפאר טאקע האבן זיי טאקע צוגעלייגט צו די קאנסטאטוציע דער ביל אוו רייטס, וואס פארזיכערט און באשוצט אינדיווידואלע פרייהייטן פון איטליכע אמעריקאנער בירגער און באשיצן די בירגער פון די פעדעראלע רעגירונג.

דזשעפערסאַן האט מיטן ציל צו באקעמפן די פעדעראַליסטן געגרינדעט די רעפובליקאנער פארטיי. די רעפובליקאנער זענען דאן געווען אויסגעשפראכן קעגן ענגלאנד, זיי האבן פולשטענדיג געשטיצט די פראנצויזן. די פראנצויזן זענען אייגענטליך געווען דאן אין קריגס צושטאנד מיט ענגלאנד. די רעפובליקאנער זענען געווען פייערדיגע שטיצער פון די פראנצויזישע רעוואלוציע וואס האט פארגעשטעלט מיט זיך אינדיווידואלע און רעליגיעזע פרייהייט, און גלייכבארעכטונג פאר יעדע באשעפעניש וואס איז בלויז באשאפן מיט ג-ט'ס געשטאלט. אפגעזען פון ראסע, רעליגיע, אדער גינעטישע פערזענליכקייט, יעדער איינער איז אייניג גלייך...

אין די שפעטערע יארן האט פרעזידענט זשעקסאן עטוואס מאָדיפיצירט די אנטשויאונגען פון די רעפובליקאנע פארטיי. ער האט שטארק געהויבן די איינפלוס פון די פעדעראַלע רעגירונג אויף די אמעריקאנע באפעלקערונג. זיין פילאזאפיע איז געווען אז די באפעלקערונג זאל זיין שפילן אן אינטערגראלער טייל אין די פעדעראַלע רעגירונג. אבער נישט יעדער... נאר בלויז די דורכשניטליכער קריסטליכע ווייסע לייט. ער האט געהאלטן אז די שווארצע און די אנדערע עטענישע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן קראפטירן די פעדעראַלע רעגירונג און די באפעלקערונג, דערפאר דארף מען זיין גענצליך אויסשליסן פון די אלגעמיינע געזעלטשאפט.

דער שפעטערדיגער לעגענדארער פרעזידענט דער שלאנקער אברהם לינקלאן, האט אומערמידליך געארבייט צוריקצושטעלן די רעפובליקאנער פארטיי צו איר אמאליגער גלאנץ אויף די רעלסן ווי אזוי אירע ערפונדערס דזשעפערסאַן און מאַדיסאָן האבן איר אראפגעשטעלט. ער האט שטארק איינגעצוימט די מאכט פון די פעדעראַלע רעגירונג, און שטארק פארברייטערט אינדיווידואלע פרייהייט, און געשאנקן גלייכבארעכטונג פאר אלע בירגער גלייך אפגעזען פון ראסע און קאליר.

די רעפובליקאנער פארטיי שטעלט מיט זיך פאר די נאבעלע אנטשואונגען און ווירדן פון פרעזידענט לינקלאן. און די דעמעקראטן שטעלן מיט זיך פאר די אנטשויאונגען און ווירדן פון פרעזידענט זשעקסאן. אפגעזען פון אפענע ראסיזם, דאס פראבירן זיי זייער שטארק צו באהאלטן, און זיי באשולדיגען גאר די רעפובליקאנער מיט די אמאליגע גרינד-פרינציפען פון זייער אייגענע פארטיי, ראסיזם. זעלבסטפארשטענליך אן קיין שום זאכליכע דעקונג.

דאס זענען מער-ווייניגער געווען די הויפט פרינציפן פון די אמאליגע רעפובליקאנער און דעמעקראטישע פארטייען.

[center]*[/center]

היינט צו טאגס שטעלן זיך די רעפובליקאנער פאר אלס גלויביגע קריסטן, און זיי זענען אויסגעשפראכן קעגן אומאראלישקייט פון יעדע סארט, א שטייגער ווי האמאסעקסואליזם, הרג'נען קינדער אינעם מוטער-טראכט,פעמיניזם, אד''ג. זיי ארגומענטירטן פאר פרייהייט און גלייכבארעכטונג, און זענען אויסגעשפראכן קעגן יעדע סארט איינפלוס פון די פעדעראַלע רעגירונג אין אינערליכע נאציאנלע אנגעלגנהייטן. זיי זענען אויסגעשפראכן אז די רעגירונג זאל זיי בארויבן זייער געלט פאר וועלכע זיי האבן ביטער און שווער געהארעוועט, און עס אוועק שענקן פאר פארזיטן און ארבייטסלאזע לייט. זיי ווילן שטיצן די ארימע, זאגאר בלויז לויט זייער אייגענעם פארשטאנד, זיי וועלן זייער גערען אריינווארפן עטליכע גראשן אינעם קירכע פישקע פארן ארימער נאכבאר, אבער זיי זענען נישט איינשטומיג אז די רעגירונג זאל כאפן זייער געלט מיט די גיוואלד... זיי זענען אויך א שטארקע נאציאליסטן און זיי זענען אויסן אז אמעריקע זאל פארבלייבן מיט איר נאציאליסטישער גלאנץ. זיי זענען אויך זייער שטארק פאר יוסטיץ און גערעכטיקייט.

דאקעגן די דעמעקראטן, וואס פאר זיי איז רעליגיע און ג-ט אין גאנצן נישט מאסגעבענד, זיי ווילן נישט אז ג-ט זאל זיך מישן אין זייערע אנגעלעגנהייטן און זיי ווילן זיך נישט מישן אין די אנגעלעגנהייטן פון ג-ט. זיי פארמאגן נישט קיין שום פראבלעם מיט אומאראלישקייט,האמאסעקסואליזם און פעמיניזם און הרג'נען קינדער אינעם מוטער-טראכט. דאס אלעס איז ביי זיי העכסט-נארמאל, און וואס מער אלס בעסער... זיי ארבייטן אומערמידליך דאס צו נארמאליזירן אין די אויגן אלגעמיינע מענטשהייט, ביזדערווייל אן קיין ערפאלג. זיי זענען אנטשלאסן אז די פעדעראַלע רעגירונג זאל זיין שטארק און זאל זיך אויסשליסליך וואס מער אריינמישן אין אינערליכע אנגלעגנהייטן – נישט צוליב עקאנאמישע און פינאנציאלע מאטיווען ווי די פארצייטישע פעדעראַליסטן, נאר ווייל זיי ווילן אז די פעדעראַלע רעגירונג זאל פולשטענדיג קאנטראלירן יעדע עספעקט פון פונעם לעבן פון א מענטש, און זיי זענען אויסן אויסצורייסן יעדע טראפ פון אינדיווידואלע פרייהייט פאר וועלכע די אמעריקאנע גרינדונג טאטעס האבן אוועק געגעבן זייער לעבן. זיי זענען אנגעבליך ביי די מיינונג אז די רעגירונג פארמאגט די רעכטן צו בארויבן דאס געלט פון די אלגעמיינע באפעלקערונג, און עס צו פארטיילן פאר די ארימע שיכטן אין לאנד לויט זייער געשמאק. עס אינטערסירט זיי אינגאנצן נישט דאס וואוילזיין פונעם לאנד, דערפאר קימערן זיי זיך גאנץ קנאפע מיט געזעץ און ארדענונג, אדער מיט אומלעגאלע אימיגראציע. זיי זענען שטענדיג פארנומען מיט וויינען און זיך אפרעדן און אגענטורן פאר אלערליי זעלבסט-באשאפענע קרבנות.

[center]*[/center]

וואס עס איז עטוואס שווער צו פארשטיין, ווי אזוי עס קען זיין אז סיי די קאנסערוואטיווער און סיי די ליבעראלן זענען אזוי לשיטתיה מיט זייער בליק אויף זייערע ווירדן. זיי גייען לשיטתיה אויף זאכן און אידילאגיעס וועלכע זענען גענצליך אומאָפּהענגיק איינס פונעם צווייטן, מיט דעם אלעמען האבן זיי אויף דעם דער זעלבער בליק. פארוואס זענען אלע ליבעראלן פאר האמאסעקסואליזם, פעמיניזם, און הרג'נען קינדער אינעם מוטער-טראכט, אנטי-געזעץ, אומלעגאלע אימיגראנטן, און די קאנסערוואטיווער קאפויער? וואס איז די לשיטתיה? וואס האבן די אלע זאכן צו טאן מיט די ארגינעלע אגרומענטן צווישן די פעדעראַליסטן און די רעפובליקאנער - וועלכע זענען די גרונד-קערליך פון ביידע פאליטישע פארטייען? די איינציגסטע צווישנשייד צווישן די צוויי פארטייען וואלט געדארפט זיין מער פעדעראלע רעגירונג איינפלוס, אדער ווייניגער, אבער אלע אנדערע זאכן וואלט ווען יעדע אינדיווידואלע מענטש געדארפט האבן זיין אייגענעם ראציאנאלער מיינונג, ווי אזוי קען דען דאס זיין אז אלע רעפובליקאנער קוקן אן די אויבנדערמאנטע ווירדן מיט די זעלבע ברילן, און אלע ליבעראלן מיט פונקט די פארקערטע בריללען?

ווי עס שיינט איז איז נישט פארהאן קיין ווירקליכע לשיטתיה אין פאליטיק, נאר ביידע פאליטישע פארטייען שאצן ווירדן מיט פארטייאישע בריללן, און נישט מיט קיין זעלבסט ראציאנאל...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר