זכור! געדענק! מיר טארן נישט פארגעסן.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

זכור! געדענק! מיר טארן נישט פארגעסן.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין די דאזיגע טעג אין וועלכע מיר שטייען אצינד, צייכנט דער אלגעמיינער וועלט אפ, דאס געדענקעניש פונ'ם ביטערן חורבן אייראפע. ווען דער גרעסטער מערדער פון אלע גענעראציעס, האט אויפגעהויבן זיין בלוטיגן שווערד, און בייזוויליג פארטיליגט א גאנצער דריטל פונ'ם אויסדערוועלט פאלק. דער רשע דער מאנסטער האט נישט פארשוינט קיין יונגע טאטעס און מאמעס, ער האט נישט פארשוינט קיין קליינע פיצלעך קינדער וואס האבן נאך ניטאמאל געהאט די געלעגנהייט ארויסצוזאגן פון זייער אומבאציינטע מיילער דאס ווארט מאמע. ער האט נישט אפגעשוינט קיין גייסטרייכע תורה ריזן און בארימטע וויסנשאפטלער, ער האט נישט פארשוינט קיין מייסטערהאפטיגע שרייבער און דיכטער, יעדן באנאזאם האט דער רשע ברוטאליש ארויפגעלאדנט אויף די שמוציגע בהמה-וואגאנען, וועלכע האבן זיך געשלענגלט אויף די מייל-לאזע טויט רעלסן צו זייער ענדגילטיגע דעסטינאציע, צו די פארניכטונגס לאגערן וועלכע זענען געווען פארשפרייט איבער גאנץ מזרח-אייראפע. און דארטן אין יענע פינסטערע פארניכטונגס פאבריקן, אין די טויט זאנעס, זענען די אומצאליגע קדושים און מארטירער ברוטאליש פארגאזט געווארן צום טויט מיט א היליכיגער שמע ישראל אויף די לעפצן, און זייער קערפער זענען דערנאך פארוואנדלט געווארן צו אש אין די הייסע קרעמעטאריומס, און פון זייער פעטנס זענען פאבריצירט געווארן 'ריין אידישע פעטנס זייף' מיט וועלכע די גרויזאמע מערדער פון די קדושים האבן זיך באנוצט זיך צו וואשן זייערע טייוולאנישע גופים...

גאנצע 77 יאר זענען שוין פארביי זינט דעם גרעסטן קאטאסטראפע וואס האט נאר אמאל באטראפן דאס אידישן פאלק. פון די יארן וואס אייראפע האט געברענט אין א העליש פייער, אידיש בלוט האט זיך געגאסן ווי וואסער, און קיינער האט זיך פאר אונז נישט אנגענומען, ס'האט קיינעם נישט גארנישט געקימערט, דער ווייסער הויז איז געווען פארשטימט, דער בריטישער פארלאמענט איז געשלאפן, און דער וואטיקאן אין רוים האט זיך אפגעגעבן מיטן דאווענען פאר די נשמות פון די אומגעקומענע... און גאר נישט מער.

דער אויסטערלישער האס און ווייטאג צום פארשאלטן דייטשן פאלק וועלכע האבן דורכגעפירט דעם פארברעך איבער אלע פארברעכנס, הייבט ליידער אן עטוואס נאכצולאזן. די היינטיגע יונגווארג זענען צום באדויערן עטוואס גלייכגילטיג צו די געדענקענישן פונ'ם שרעקליכן חורבן. דאס איז ווארשיינליך צוליב דעם וואס די געיאמערייען ביי 'אבינו מלכינו עשה למען באי באש ובמים על קידוש שמך' הערן זיך שוין נישט אין שול ווי אמאל, די הארצרייסענדע ווייטאגליכע קרעכצן ביי יזכור זענען שוין עטוואס פארשטילט געווארן, אין רעזולטאט ווערן מיר אלס מער און מער פאסיוו צום אנדענק פון די שוידערליכע געשעהענישן וועלכע האט באטראפן אונזערע עלטערן אין די נישט צו ווייטע פארגאנגנהייט. דאס הארץ טראפט בלוט, דאס געשריי פון די פארגאסענע בלוט פון די מיליאנען קדושים שרייען צו אונז פון דער ערד: קינדערלעך, פארגעסט נישט וואס מ'האט געטאן צו אונז...

מאנכעע פון אונז האלטן זיך אפ פון צו נעמען די קינדער אויף א באזוך אינעם האלאקאוסט מוזיאום אין וואשינגטאן, אדער אינ'ם ים ושם מוזיאום אין ירושלים. מ'האט מורא אז די קינדער וועלן נישט קענען איינשלאפן ביינאכט... דאס איז באשיינפערליך א דירעקטער פארראט אין די אנדענק פון די הייליגע קדושים. יעדע אפשטאמיגער פון די קדושים האט א הייליגע פליכט צו באזוכן די דאזיגע מוזיאמס אינאיינעם מיט די קינדער, און קענענ-לערנען פון די נאנט וואס די נאצישע מלאכי חבלה האבן געטאן פאר אונזערע זיידעס און באבעס, און לאזן הייסע טרערן אינ'ם אנדענקעניש זאל... מיר טארן קיינמאל נישט פארגעסן פון דעם שרעקליכער פארברעך וואס איז באגאנגען געווארן קעגן אונזער הייליג פאלק, און ווען די גאנצע וועלט האט געשוויגן מיט א הילכיגער שווייגעניש וואס האט זיך געהערט העכער ווי דער העכסטער געשריי...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר