בלאט 1 פון 1

דיסרעספעקט פאר פרעמדע

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2019 3:15 pm
דורך העניך
וואס איז פשט אז ביי אונז פארלאנגט מען אז פרעמדע זאלן רעספעקטירן אונזער לעבנסשטייגער, אבער מיר טוען דאס נישט פאר אנדערע? מ'זעט דאס כסדר, אבער ס'האט מיך יעצט זייער געשטערט זעענדיג דעם עטיטוד אינעם "מאמענט" ארטיקל וועגן א באזוך ביי דער אמיש גרופע אין פענסילוועניע. רוב ארטיקל איז גראדע גאנץ פיין און שיין, אבער אויף צוויי פלעצער האב איך געזען דעם ביטול און דיסרעספעקט וואס מ'האט צו א צווייטן, אפילו אויב יענער איז א פיינער און וואוילער מענטש וואס טוט דיר א טובה.

אין איין פאל אינעם ארטיקל, באגעגנט דער שרייבער אן עלטערן אמיש כאפן פיש ביים טייך. יענער איז פריינטליך, שמועסט מיט אים, ענטפערט דעם שרייבער אלע זיינע פראגעס. אבער דער שרייבער קען זיך נישט איינהאלטן צו זאגן פאר זיינע מאמענט לייענער אז זיין העפליכער מיטשמועסער איז א "זקן ממרא" - סתם אזוי א מיאוס'ן טיטל אין דער וועלט אריין, זיך צו אונטערהאלטן מיט זיינע לייענער אויפ'ן חשבון פון א פשוט'ן וואוילן מענטש.

אין אן אנדערן פאל נעמט אן אמיש יונגערמאן אריין דעם שרייבער צו זיך אין פארם, און ווייזט אים ווי ער מעלקט זיינע קיען. דער העפליכער בעל מכניס אורח איז נישט קיין טור דעסטינאציע, סתם א פריוואטער מענטש וואס באוויליגט אויפצונעמען א נייגעריגן חסיד. אבער ער בעט דעם שרייבער אז ער זאל ביטע נישט כאפן קיין בילדער פון אים. ווי באקאנט האבן די אמיש א קפידה קעגן כאפן בילדער. דער שרייבער דערציילט ווי ער האט זיך אנגעפיפן אויף זיין גאסט-געבער, און יענער איז געווען אזוי איידל אז ער האט אים גארנישט געזאגט זעענדיג ווי ער כאפט פון אים בילדער.

דער שרייבער איז נישט צופרידן געווען אז ער האט געכאפט בילדער פאר זיין פריוואטן אלבום, נאר ער האט נאך געדארפט דרוקן א בילד פון דעם אמיש פארמער אינעם מאמענט, און עס פארשפרייטן אין טויזנטער הייזער.

שטעלט אייך פאר איינער זאל אזוי דיספרעספעקטירן חסידים. וואו איז דאס ביסל מענטשליכקייט און נארמאלקייט? אביסל געפיל פאר א צווייטן היומען ביאינג, בפרט איינער וואס איז העפליך צו דיר.