קאממאן סענס (טאמעס פעין)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

קאממאן סענס (טאמעס פעין)

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 06, 2019 11:41 pm

מסיבות ידועות אצלי וויל איך שוין לאנג איבערטייטשען א טייל פון טאמעס פעינ'ס קאממאן סענס. יעצט ביניך נאכאמאל נתעורר געווארן ווען ידידינו החדש @מי אני, האט ברוב בקיאותו צוגעברענגט אן אינטערעסאנטער חינוך.

קאממאן סענס איז געדרוקט געווארן בעילום שם אין 1776, און האט אריינגעברענגט אן אויסערגעווענליכער חיות אין די אמעריקאנער רעוואלוציע. לפי ערך די דעמאלטס'דיגער צאל אמעריקאנער, איז עס דער מערסט-פארשפרייטער בוך אין אמעריקאנער היסטאריע.

איבערגעזעצטע ארבעט, פון נאטור אויס, האט א נטי' צו ברעכען די ציין, ספעציעל ווען מען פרובירט זיך צו האלטן צום מקור. כ'האף אז ס'איז ליינבאר.

-----------

בכדי צו עררייכען א קלארע און ריכטיגע פארשטאנד איבער דער צורה און תכלית פון רעגירונג, לאמיר זיך פארשטעלען אז א קליינע צאל מענטשן האבן זיך באזעצט אין עפעס אן אפגעזונדערטער טייל פון די וועלט, אומפארבינדען מיט די איבריגע; זיי וועלן אויב אזוי פארשטעלען די ערשטע באפעלקערונג פון סיי וועלכע לאנד, אדער פון די וועלט.

אין דעם מצב פון נאטורליכע פרייהייט, וועט געזעלשאפט זיין זייער ערשטע מחשבה. א טויזנט מאטיווען וועט זיי אנרייצען דערצו; די שטארקייט פון איין מאן איז אזוי אומפארגלייכבאר צו זיינע רצונות, און זיין זעעל אזוי אומצוגעפאסט צו אייביגע איינזאמקייט, אז ער וועט באלד זיין פארפליכטעט צו זוכען הילף און פארלייכטערונג פון אן אנדערען, וועלכער פאר זיך דארף אויך דאס זעלביגע.

פיר אדער פינף פאראייניגט צוזאמען וועלן קענען אוועקשטעלען א טאלערירבארער וואוינונג אינמיטן א ווילדערניש, אבער איין מאן קען אפארבעטן מער ווי א געווענליכער לעבנסשפאן אן עפעס עררייכען; ווען ער האט שוין אפגעהאקט דעם בוים קען ער עס נישט אוועקפירען, און נישט עס אויפשטעלען נאך עס איז אוועקגעפירט געווארן; דערווייל וועט אים הונגער שטופען אויפצוגעבען זיין ארבעט, און יעדע אנדערע פארלאנג וועט אים רופען אין אן אנדערע וועג.

קרענק, ניין אפי' שלעכט-מזל, וועט מיינען טויט; וויבאלד, טראץ זיי ביידע זענען מעגליך נישט טויטליך, וועט אבער סיי וועלכע פון זיי אים אומפעהיג-מאכן פון לעבן, און אים רעדוצירען צו א מצב אין וואס עס קען ענדערש געזאגט ווערן אז ער גייט אויס ווי אז ער שטארבט.

דער הכרח, ווי א גראוויטאציע כח, וועט שנעל אויספארעמען אונזערע פרישע עמיגראנטען אין א געזעלשאפט, וועמענ'ס געגנזייטיגע ברכה וועט איבערשטייגען, און מאכן די פארפליכטונגען פון געזעץ און רעגירונג אומנויטיג ווילאנג זיי בלייבן מיט די גאנצע גערעכטיגקייט איינער מיט'ן אנדערען.

אבער אזויווי גארנישט אויסער דאס הימל איז ביישטאנדיג צו שלעכטס, וועט עס אומפארמיידלעך געשען אז אין די פארפארציע ווי זיי זענען איבערגעקומען די ערשטע שוועריגקייטן פון עמיגראציע, וואס האט זיי צוזאמענגעבינדען אין א געמיינזאמע ציל, וועלן זיי אנהייבען נאכצולאזען זייער פארפליכטונג און באהאפטענקייט איינער צום אנדערען: און אט דער נאכגעלאזטקייט וועט ארויסצייגען די נויטווענדיגקייט פון אוועקשטעלען א רעגירונג פון עפעס א סארט צוצושטעלען דער חסרון פון מאראלישע גוטס.

עפעס א פראקטישער בוים וועט זיי ערמעגליכען א שטאט'ס הויז, אונטער וועמענ'ס צווייגען די גאנצע קאלאניע קען זיך צוזאמענקומען אדורכצושמועסן פובליק אנגעלעגנהייטן. עס איז גאנץ מעגליך אז זייערע ערשטע געזעצן וועלן האבן דעם טיטול פון בלויז רעגולאציעס און אינפארסירט ווערן מיט קיין אנדערע שטראף ווי דער פובליק-אראפקוק.

אין אט דעם ערשטן פארלימענט וועט יעדער מאן מיט נאטורליכע רעכט האבן א זיץ.

אבער ווי די קאלאניע ווערט גרעסער, אזוי אויך וועלן די פובליק זארגן זיך פארגרעסערען, און די שטרעקע מיט וועלכע די מיטגלידער זענען מעגליך פאנאנדערגעשיידט, וועט עס מאכן צו אומפראקטיש אז אלע פון זיי זאלן זיך צוזאמענטרעפן ביי יעדע געלעגנהייט ווי פון אנפאנג, ווען זייערע נומערן זענען געווען קליין, זייערע וואוינונגען נאנט, און די פובליק זארגן ווייניג און קליינליך.

דאס וועט ארויסצייגען די באקוועמליכקייט פון מסכים זיין איבערצוגעבען די לעגאסלאטיווער טייל עס זאל געפירט ווערן דורך א געקליבענער צאל ארויסגעקליבען פון דעם גאנצן עולם, וועלכע דארפן צו האבן די זעלבע זארגן אויפן וואגשאל ווי די וועלכע האבן זיי באשטימט, און וועלכע וועלן זיך פירען אין דעם זעלבן אופן ווי דער גאנצער עולם וואלט זיך געפירט ווען זיי וואלטן דא געווען.

אויב די קאלאניע איז ממשיך זיך צו פארגרעסערן, וועט עס ווערן נויטיג צו פארגרעסערען די נומער פון רעפרעזענטאטן, און כדי אז מען זאל זיך אפגעבען מיט די אינטערעסע פון יעדע טייל פון די קאלאניע, וועט עס געפונען ווערן אז דאס בעסטע איז צו צוטיילען דאס גאנצע אין פראקטישע טיילן, יעדע טייל שיקענדיג איר פאסיגע צאל: און אז די ערוועלטע זאלן קיינמאל פארעמען אן אינטערעסע פאר זיך אפגעטיילט פון די וויילער, וועט פארזיכטיגקייט אנווייזען די ריכטיגקייט פון האבן אפטע וואלען: ווייל אזויווי די ערוועלטע וועלן דורכדעם זיך צוריקקערען און זיך אויסמישען נאכאמאל מיט דער כלליות'דיגער עולם פון וויילער אין עטליכע מאנאטן, וועט זייער געטריישאפט צום פובליק זיין פארזיכערט דורך די פארזיכטיגע איבערטראכטונג נישט צו מאכן א שטעקן פאר זיך אליין.

און ווי דער אפטער אויפטויש וועט אוועקשטעלען א געמיינזאמע אינטערעסע מיט יעדן טייל פון די געמיינדע, וועלן זיי געגנזייטיג און נאטורליך אונטערשטיצען איינער דעם אנדערען, און אויף דעם, (נישט אויף דעם מיינונג'סלאזע נאמען פון קעניג,) ווענדט זיך די שטארקייט פון רעגירונג, און דער גליק פון די רעגירטע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3555
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6889 מאל

Re: קאממאן סענס (טאמעס פעין)

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג מאי 06, 2019 11:57 pm

א גרויסן דאנק אייך פארן עפענען אן אשכול דערוועגן.

פיינעלי נעמט מען זיך דא אין שטיבל צו איינע פון מיינע באליבטע שרייבערס.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 636
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1209 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג מאי 07, 2019 12:02 pm

א ידיד שרייבט מיר אין אישי:

כ'האב זייער הנאה פון אייערע ארטיקלעך.
און איצטערט ספעציעל פון קאמאן סענס אשכול, כ'בין זייער העפי צו ליינען דערוועגן, ער איז פון מיינע גרויסע ארויפגעקוקטע היראוס. לעצטענס בין איך געווען אין א רעוואלוציענערישע מוזעאום אין פילאדעלפיע און זיך איינגעהאנדעלט א בוך פון עם.
בכלל נעם איך א שטארקע אינטערעס און עקסייטמענט צו ליינען און וויסן און ווי אויך אז מיינע קינדער זאלן האבן אן אינטערעסס אינעם רעוואלוציע ווי אינזערע העלדן האבן געקעמפט פאר פרייהייט. יענע תקופה איז בפשטות געווען פון איינע פון די וויכטיגסטע אין די היסטארי.
כ'ווער זייער איבערגענומען צו ליינען וועגן יענעם תקופה און צו באזוכן מוזעאומס.
עניוועי כ'האף אז די אשכול וועט אויך מצליח זיין ארויסצוברענגן אנדערע חלקים פונעם רעוואלוציע.
עלה והצלח

כסוסי כסוסיך. די אמעריקאנער רעוואלוציע איז אויך פון מיינע שוואכקייטן, און אין מיין פערזענליכע קאלעקציע געפונען זיך עטליכע חפצים פון איר און אירע העלדן.

אבער צום אלעם ערשטן, מוז יעדער איד, יא רעוואלוציע נישט רעוואלוציע, זען דעם געטליכען מיני-סעריע 'דזשאן עדעמס'.

עס איז עוועיליבעל אויף עמעזאן פריים, לויפט און בארגט דעם חבר'ס פעסווארד.

דערנאך דארף מען אנהייבען לערנען דעם בוך אויף וואס דער שאו איז באזירט - א פוליצער געווינער.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3555
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6889 מאל

Re: קאממאן סענס (טאמעס פעין)

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג מאי 14, 2019 12:02 am

@ונבנתה העיר: שוין פאריבער א וואך זינט דעם ערשטן ארטיקל פון די אידישע ווערסיע (נוסח @ונבנתה העיר) פון קאמאן סענס, מ'האמיר עס שוין איבערגעחזרט זיבן מאל. מיר זענען שוין גרייט פאר א פרישע פארזעצונג.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 636
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1209 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט