בלאט 1 פון 1

בארא פארק פלאקערט!!!

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 6:20 pm
דורך טשילער
ס'איז א טשילי נאכט אין בארא פארק, זונטאג פרשת אמור, שפעט ביינאכט, דער עולם רוהט זיך אויס פאר א פרישע מאנטאג, א פרישע וואך. אבער ביי איינעם איז נישט אזוי רוהיג.
ער לייגט זיך נישט אריין אינעם געלעגער. ער איז פון די פיינע "ווארקינג באוס" אין שטאט, א שידוך גייט איהם נישט אזוי גלאטיג, זיינע חברים דרייען זיך שוין מיט זייערע ווייבער, און ער שטיפט אדורך נאך א נאכט. נישט דא ווער ס'זאל איהם אפווארטן, נישט דא ווער ס'זאל איהם מאכן שפירן גיט. ער זעהט אויס זייער העפי. אבער ס'איז נאר פון אינדרויסן.
די זייגער האלט אפאר מינוט פאר 3 פארטאגס, ער נעמט א באטל געזעלין און שפריצט זיך ל"ע אן. אוי. אלע זיינע עצות קומען צו אן עק. נישט דא ווער ס'זאל איהם העלפן ארויסגיין פון זיין מצב.
די איבריגע חלק מעשה האט שוין יעדער באקומען אויף זיין וואטסאפפ. שמואל פנחס בן ר' שלמה ז"ל.
די בילד ווי דער קאר פלאקערט וועט פאר אונז אייביג זיין פאר די אויגן!!
ס'ברענט - די פעין פון א בחור וואס האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן צו טרעפן זיין מיידל.
ס'ברענט - די פעין פון א בחור וואס מ'האט איהם נישט געקענט "עקסעפטן" אזוי ווי ער איז.
ס'ברענט - די פעין פון א בחור וואס וואלט געקענט האבן א ברייטן צוקונפט.
ס'בלייבט איבער פאר אונז צו זעהן וואס מ'קען יא טוהן צו ערמעגליכן פאר יעדן איינציגסטן בחור, ווי אזוי ער זעהט נאר אויס, ווי "אלט" ער איז,
צו קענען לעבן נארמאל און געזונט מיט זיין באליבטן פאר'ל. אז נישט גיסן מיר רח"ל אלע צו אויל צום ברענענדיגן פייער וואס פארניכטעט אזויפיל פון אונז.
די "אראבישע פרילינג" האט זיך אזוי אנגעהויבן... אפשר איז יעצט די אנהייב פון די "סיסטעם פרילינג".
בילד