ר' ברוך יהודה שניצלער ז"ל און זיין שמחה-סגולה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ר' ברוך יהודה שניצלער ז"ל און זיין שמחה-סגולה

הודעהדורך העניך » זונטאג מאי 19, 2019 11:27 am

א טרויער-וואלקן האט זיך אראפגעלאזט אין דעם חסידישן וויליאמסבורג נעכטן נאכט, ווען עס איז אנגעקומען די בשורה אז דעם אלעמען-באליבטער ר' ברוך יהודה שניצלער איז ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז דורך א פלוצימע הארץ-אטאקע.

וואס האט די פטירה פון א 64-יעריגן איד אזוי באנומען יעדן? אט איז א מעסעדזש וואס איז ארומגעפארן וואס האט דאס ערקלערט:

מוראדיגע מוסר השכל וואס איך זעה
היינט, אזויפיל אידען זענען אין שאק באוויינען א אידל וואס האט סך הכל געגריסט יעדעם מיט א שמייכל... נישט געווען קיין עושר גארנישט געגעבן פאר קיינעם.. נאך אפילו גענומען ... אין יעדער באוויינט אים


גענוי.

ר' ברוך יהודה איז געווען א שטיק שמייכל און א שטיק שמחה, און יעדער וואס האט אים געקענט האט געשפירט ווי ער איז א גוטער פריינט. נישט קיין וואונדער אז היינט פילט יעדער ווי א גוטער חבר איז אוועקגעריסן געווארן. מ'וויינט נאך אים אינדערהיים, אין ביהמ"ד, און מ'ווייטאגט אויף זיין פטירה אויך דא אין קאווע שטיבל. ס'טוט וויי.

אבער וואס האט מיך נאך מער געכאפט איבער דעם מהות פון ר' ברוך יהודה, איז ווי ער דערציילט מופתים וואס זענען אים געשען א דאנק שמחה. זיין ווייב האט פארלוירן א טייער פעקל צירונג, און מיט א טענצל האט ער עס תיכף געטראפן. א קינד איז אראפגעפאלן צוויי שטאק, און מיט א שמחה'דיג טענצל איז ער באלד דערויף געווען כאחד האדם.

ווער דערציילט אזעלכע מעשיות? פינקטליכער: ווער דערציילט אז ער איז געהאלפן געווארן דורך שמחה, און ווער דערציילט אז ער איז געהאלפן געווארן דורך גיין צום קבר פון ר' שייעלע'ס ברודער אדער ל"ג בעומר ביי ר' נפתל'טשע?

דער תירוץ איז פשוט. א איד וואס שמחה איז אריינגעבויט אין זיין מהות, זעט שמחה ווי די גרעסטע סגולה. א איד וואס מעלאנכאליע און אמונות טפילות דעפינירן אים - ער זעט א סגולה אין א צווייפלהאפטיגן קבר פון א ברודער פון א צדיק. וואס איז גרינגער, צו ארבעטן אויף זיך, און נעמען אויף זיך די מידה פון שמחה, אדער גלייבן א נארישן חלום פון א נארישן מענטש, און פארברענגען עטליכע שעה איבער א קאלטער מציבה? דאס ווענדט זיך ווי שווער ס'איז דיר צו זיין בשמחה.

ר' ברוך יהודה האט געגלייבט אין דער סגולה פון שמחה, ווייל זיין א גוטער פרייליכער מענטש איז געווען עפעס וואס האט גערעדט צו אים. ווייל ארבעטן אויף זיך, ווייל נוצן די אייגענע מידות צו ברענגען פאזיטיווקייט אויף דער וועלט, איז געווען דער מהות פון ר' ברוך יהודה.

חלושי הדעת מיט שוואכע כאראקטערס זוכן זיך סגולות וואס מיינען גארנישט פאר קיינעם, און אוודאי נישט פאר זיך. זעלבסט-בעסערונג בגשמיות וברוחניות איז נישט זייער סארט סגולה. א גוטער מענטש ווי ר' ברוך יהודה שניצלער ז"ל זעט שמחה און מידות טובות ווי די גרעסטע סגולה.

יהי זכרו ברוך.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 406
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2077 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג מאי 19, 2019 11:50 am

מוראדיגע מוסר השכל וואס איך זעה
היינט, אזויפיל אידען זענען אין שאק באוויינען א אידל וואס האט סך הכל געגריסט יעדעם מיט א שמייכל... נישט געווען קיין עושר גארנישט געגעבן פאר קיינעם.. נאך אפילו גענומען ... אין יעדער באוויינט אים


אן א סייט נאוט פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס פעלט אויס די עקסטערע פאר ווערטער ״און נאך אפילו גענומען״ סאיז נישט שיין פאר די משפחה און ס׳פעלט נישט אויס, מיט דעם וואס מ׳שרייבט אז ער איז קיין עושר נישט געוועהן איז מען שוין יוצא.

סאיז נישט קיין כבוד צושרייבן אויף א מת אז ער האט געניסט פונעם ציבור. סאיז א גרויל...
Truth that is naked is the most beautiful, and the simpler its expression the deeper is the impression it makes

Arthur Schopenhauer
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5839
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3443 מאל

הודעהדורך מודה בטפל » זונטאג מאי 19, 2019 12:06 pm

שבת אחים ער האט נישט ''גענומען'' פאר זיך, גענומען מיינט מען וואס ער איז געווען א גבאי צדקה. פון וואס ער האט גראדע גארנישט גענומען פאר זיך!
כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן מיט קיינעם, כ'זאג מיך אפ מיינס און געגאנגען ווייטער
מודה בטפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג מאי 19, 2019 1:17 pm

פארגלייך נישט ביטע דעי צוויי ר'נפתלטשע זעהן ווירקלעך יודן אפענע ישועות און ס'האט גארנישט מיט א חלום
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1446
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 833 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 763 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג מאי 19, 2019 1:54 pm

שבת אחים האט געשריבן:
מוראדיגע מוסר השכל וואס איך זעה
היינט, אזויפיל אידען זענען אין שאק באוויינען א אידל וואס האט סך הכל געגריסט יעדעם מיט א שמייכל... נישט געווען קיין עושר גארנישט געגעבן פאר קיינעם.. נאך אפילו גענומען ... אין יעדער באוויינט אים


אן א סייט נאוט פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס פעלט אויס די עקסטערע פאר ווערטער ״און נאך אפילו גענומען״ סאיז נישט שיין פאר די משפחה און ס׳פעלט נישט אויס, מיט דעם וואס מ׳שרייבט אז ער איז קיין עושר נישט געוועהן איז מען שוין יוצא.

סאיז נישט קיין כבוד צושרייבן אויף א מת אז ער האט געניסט פונעם ציבור. סאיז א גרויל...

ער האט מיר אמאל געזאגט אז ער נעמט נישט א פרוטה אחת פון ר' מאיר!
א חידוש פון א פאנדרעזער!

נאך א נקודה נעכטן נאכט בין איך געוואר געווארן אז ער האט באלאנגט צו קהילת מהר''יי כאטש איך האב היבש פארברענגט מיט עם.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1020 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג מאי 19, 2019 2:35 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:פארגלייך נישט ביטע דעי צוויי ר'נפתלטשע זעהן ווירקלעך יודן אפענע ישועות און ס'האט גארנישט מיט א חלום

ווען נישט אריינווארפן ר' ישעי'לע און ר' נפתלי'טשע וואלט העניך נישט געשריבן זיין ארטיקל...

דער פותח האשכול ברענגט ארויס א גוטע נקודה, אבער ס'מוז נישט אלץ זיין א זה לעומת זה. פארברענגען עטליכע שעה ביי א קאלטע שטיין איז נישט קיין נייער אויסטרעף, און ס'איז אויך נישט קיין סתירה מיטן זיין בשמחה.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1194 מאל

הודעהדורך שושן פורים » זונטאג מאי 19, 2019 4:33 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:פארגלייך נישט ביטע דעי צוויי ר'נפתלטשע זעהן ווירקלעך יודן אפענע ישועות און ס'האט גארנישט מיט א חלום

די איינציגסטע חילוק איז אז ביי מר. שטיינער ז"ל פון סטעטן איילענד האט א צווייטע איד געחלומט משא"כ לגבי ל"ג בעומר האט ר' נפתלי'טשע אליינס געחלומט.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 649
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג מאי 19, 2019 4:37 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן: פארברענגען עטליכע שעה ביי א קאלטע שטיין איז נישט קיין נייער אויסטרעף, און ס'איז אויך נישט קיין סתירה מיטן זיין בשמחה.

א. גיין אויף א קבר איז אן אלטע זאך, אבער זיין א "קברים-גייער" איז גאר א נייער אויסטרעף.

ב. די נקודה איז נישט צי מ'גייט צו קברים צי נישט, נאר דער כאראקטער פון א מענטש וואס טרעפט זיין סגולה אין שמחה, און דער וואס טרעפט עס אין עפעס מיסטעריעז און מיסטיש וואס מיינט זערא פאר אים אדער פאר א צווייטן.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 406
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2077 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג מאי 19, 2019 4:39 pm

שושן פורים האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:פארגלייך נישט ביטע דעי צוויי ר'נפתלטשע זעהן ווירקלעך יודן אפענע ישועות און ס'האט גארנישט מיט א חלום

די איינציגסטע חילוק איז אז ביי מר. שטיינער ז"ל פון סטעטן איילענד האט א צווייטע איד געחלומט משא"כ לגבי ל"ג בעומר האט ר' נפתלי'טשע אליינס געחלומט.

ח"ו לתלות בוקי סריקי באותו צדיק. ר' נפתל'טשע איז געווען א איד א צדיק, און ער האט קיינמאל נישט גערעדט אזעלכע געבראטענע שטותים. נאר ליידער בערוב ימיו איז ער נישט אייביג געווען ביי דער פולסטער קלארקייט, און חסידים שוטים - אנשטאט היטן אויף כבודו של אותו צדיק - האבן געמאכט א תורה שלימה פון דעם.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 406
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2077 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג מאי 20, 2019 3:35 am

מודה בטפל האט געשריבן:שבת אחים ער האט נישט ''גענומען'' פאר זיך, גענומען מיינט מען וואס ער איז געווען א גבאי צדקה. פון וואס ער האט גראדע גארנישט גענומען פאר זיך!


כהאב נישט געכאפט וואס ער האט געמיינט. כבין אביסל slow און א שטיקל אונגארישער נער...
Truth that is naked is the most beautiful, and the simpler its expression the deeper is the impression it makes

Arthur Schopenhauer
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5839
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3443 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג מאי 28, 2019 10:21 pm

דער עולם האט געזען דעם קליפ פון ר' ברוך יהודה ווי ער נעמט אפ איבערגעבליבענע חלות פון א בעקעריי צו טיילן פאר נצרכים, געציילטע שעות פאר ער איז נפטר געווארן? ס'האט מיך אינגאנצן צענומען.

כ'האב דערציילט פאר א חבר וועגן ר' ברוך יהודה'ן, האט ער זיך געכאפט אז ער האט געוואוינט מיט אים אלס קינד אין א בנין אויף דעוויזשאן עוועניו. (כ'בין עס נישט נאכגעגאנגען. ס'שטימט?) ער זאגט אז ער האט אים באטראכט ווי א פשוט'ן פראסטן איד, און אים קיינמאל נישט געגעבן קרעדיט אלס א מענטש מיט השגות. ער איז נבהל ונשתומם געווארן הערנדיג ווער דער איד איז געווען.

ווען מ'רעדט זיך אמאל אפ אויף דעם מצב פון אונזערע רבי'ס, זענען פאראן מאנכע וואס זאגן אז מיר באקומען די רבי'ס לויט וואס דער דור דעזערווט. אבער איך פיל שוין לאנג אז דער דור דעזערווט אסאך בעסער. ר' ברוך יהודה איז געווען א סעמפל פון א פשוט'ער וואוילער איד - איז זיך אים נישט געקומען עפעס מער ווי א רבי א בעל מחלוקת וואס לעבט אין רייכטום און שוואוילטאג?
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 406
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2077 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג מאי 28, 2019 10:52 pm

טשיל , ס'דא נאך רביס בדורינו חוץ פון די בעלי מחלוקת , ערליכע יודן
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1446
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 833 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 763 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג מאי 28, 2019 11:19 pm

העניך האט געשריבן:אז ער האט געוואוינט מיט אים אלס קינד אין א בנין אויף דעוויזשאן עוועניו. (כ'בין עס נישט נאכגעגאנגען. ס'שטימט?)

ס'שטימט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1713
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1618 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 957 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג מאי 30, 2019 10:12 pm

באקומען אין אישי:
@העניך: קודם כל וויל איך אייך באדאנקן פאר אייערע הערליכע ארטיקלעך. שרייב נאך אסאך, לויט די פידבעק פונעם עולם זעה איך אז דער עולם האט זייער ליב אייער שרייבעריי.

יעצט וועגן ר' ברוך יהודה שניצלער, כ'האב עם פערזענליך גוט געקענט, כ'געדענק ווען כ'פלעג נאך וואוינען אין וויליאמסבורג פלעג איך ארויסקוקן ווען ער קומט שוין אין שול וואו כ'פלעג דאווענען אינדערוואכן, און פשוט ארויסקוקן פאר זיין שמייכל, און פארן באקומען א קוועטש פון זיין האנט.

און חוץ מזה ווייס איך פון א א פערזענליכע מעשה ווי ר' ברוך יהודה איז געווען פארמישט אין עפעס א פריוואטע צדקה מעשה, כ'וויל נישט אריין גיין אין דיטעיל משום חשש גילוי.

עניוועי ער איז געווען א טייערער איד, און אסאך אידן גייען זיך און בענקן זיך שוין נאך עם, תהא זכרו ברוך, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 406
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2077 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 30, 2019 10:25 pm

.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2374
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2282 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1424 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 8 געסט