בלאט 1 פון 1

ר' ברוך יהודה שניצלער ז"ל און זיין שמחה-סגולה

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 11:27 am
דורך העניך
א טרויער-וואלקן האט זיך אראפגעלאזט אין דעם חסידישן וויליאמסבורג נעכטן נאכט, ווען עס איז אנגעקומען די בשורה אז דעם אלעמען-באליבטער ר' ברוך יהודה שניצלער איז ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז דורך א פלוצימע הארץ-אטאקע.

וואס האט די פטירה פון א 64-יעריגן איד אזוי באנומען יעדן? אט איז א מעסעדזש וואס איז ארומגעפארן וואס האט דאס ערקלערט:

מוראדיגע מוסר השכל וואס איך זעה
היינט, אזויפיל אידען זענען אין שאק באוויינען א אידל וואס האט סך הכל געגריסט יעדעם מיט א שמייכל... נישט געווען קיין עושר גארנישט געגעבן פאר קיינעם.. נאך אפילו גענומען ... אין יעדער באוויינט אים


גענוי.

ר' ברוך יהודה איז געווען א שטיק שמייכל און א שטיק שמחה, און יעדער וואס האט אים געקענט האט געשפירט ווי ער איז א גוטער פריינט. נישט קיין וואונדער אז היינט פילט יעדער ווי א גוטער חבר איז אוועקגעריסן געווארן. מ'וויינט נאך אים אינדערהיים, אין ביהמ"ד, און מ'ווייטאגט אויף זיין פטירה אויך דא אין קאווע שטיבל. ס'טוט וויי.

אבער וואס האט מיך נאך מער געכאפט איבער דעם מהות פון ר' ברוך יהודה, איז ווי ער דערציילט מופתים וואס זענען אים געשען א דאנק שמחה. זיין ווייב האט פארלוירן א טייער פעקל צירונג, און מיט א טענצל האט ער עס תיכף געטראפן. א קינד איז אראפגעפאלן צוויי שטאק, און מיט א שמחה'דיג טענצל איז ער באלד דערויף געווען כאחד האדם.

ווער דערציילט אזעלכע מעשיות? פינקטליכער: ווער דערציילט אז ער איז געהאלפן געווארן דורך שמחה, און ווער דערציילט אז ער איז געהאלפן געווארן דורך גיין צום קבר פון ר' שייעלע'ס ברודער אדער ל"ג בעומר ביי ר' נפתל'טשע?

דער תירוץ איז פשוט. א איד וואס שמחה איז אריינגעבויט אין זיין מהות, זעט שמחה ווי די גרעסטע סגולה. א איד וואס מעלאנכאליע און אמונות טפילות דעפינירן אים - ער זעט א סגולה אין א צווייפלהאפטיגן קבר פון א ברודער פון א צדיק. וואס איז גרינגער, צו ארבעטן אויף זיך, און נעמען אויף זיך די מידה פון שמחה, אדער גלייבן א נארישן חלום פון א נארישן מענטש, און פארברענגען עטליכע שעה איבער א קאלטער מציבה? דאס ווענדט זיך ווי שווער ס'איז דיר צו זיין בשמחה.

ר' ברוך יהודה האט געגלייבט אין דער סגולה פון שמחה, ווייל זיין א גוטער פרייליכער מענטש איז געווען עפעס וואס האט גערעדט צו אים. ווייל ארבעטן אויף זיך, ווייל נוצן די אייגענע מידות צו ברענגען פאזיטיווקייט אויף דער וועלט, איז געווען דער מהות פון ר' ברוך יהודה.

חלושי הדעת מיט שוואכע כאראקטערס זוכן זיך סגולות וואס מיינען גארנישט פאר קיינעם, און אוודאי נישט פאר זיך. זעלבסט-בעסערונג בגשמיות וברוחניות איז נישט זייער סארט סגולה. א גוטער מענטש ווי ר' ברוך יהודה שניצלער ז"ל זעט שמחה און מידות טובות ווי די גרעסטע סגולה.

יהי זכרו ברוך.