מיין בחורי'שע זכרונות פון ל"ג בעומר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

מיין בחורי'שע זכרונות פון ל"ג בעומר

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א גאנץ יאר, האט מען זיך געגאלט די בארד איין מאל א וואך, אום ערב שבת. צווישען מנחה און קבלת שבת האט מען געהאט א קיי"ל פון בערך פיהר שעה פרייער צייט, און דעמאלס האט מען געקענט אלס מסדר זיין פאר שבת. אין די צייט האט מען זיך געגאלט די בארד, אז מ'האט געדענקט. אויב מ'האט עס פאר עפעס א סבה נישט געטון, איז עבר זמנו בטל קרבנו. ביז נעקסטע פרייטאג האט מען געהאט א שאטען אויפ'ן פנים. פארשטייט זיך די סבה פארוואס מ'איז מקפיד זיך צו שערן איז ווייל מ'דארף אויסקוקען לייטיש, ווייל אז נישט וועט מען זיך זעלבסט נישט שעצן אויך נישט און די מוסר אויף ביטול היש וועט זיך נישט צוכאפען ווי עס דארף צו זיין. דער וואס זעט דערין א סתירה זאל ענדערש נוצען זיין קאפ פאר א סתירה אין רמב"ם.

יעדער האט געהאט זיין פעיוואריט שעיווער, דער האט מקפיד געווען נאר צו נוצען די שער מאשינקע וואס מ'נוצט פאר די קאפ, ווייל דאס איז זיכער נישט קיין שאלה, און אזוי האט דער חזו"א געהייסען. א צווייטע האט גענוצט די ליפט-ענד-קאט, וויל הרב משה פיינשטיין האט נישט נאר מתיר געווען, נאר געהאלטען אז עס איז א חוצפה צו אסר'ן וואס איז אנגענומען להיתר, "ישיבה בחורים זענען אריין און ארויס ביי ר' חיים עוזר, און ער האט זיי נישט נאר נישט אנגעשריגען, נאר געגעבען די גרעסטע מאס כבוד". פארשידענע קאמפאניס האבען געהאט זייער חלק בראש, איך געדענק עפעס מיט'ן נאמען נארעלקא און מער ווי דעם נישט.

געקומען איז עס די ספירה טעג און דעמאלס איז געווארען פארשידענע עניינים. קודם, וועלכע חלק פון די ספירה צו האלטען. די יודעי דבר האבען געוואוסט צו זאגען (וויאזוי זאגט מען פאנטיפיקעי"ט אויף אידיש?) אז די מנהג אין ליטא איז געווען די צווייטע האלבע פון די ספירה, די פארנעפלטע וואס הייבט אן אדער אום די ערשטע טאג ראש חודש, אדער די צווייטע, און ענדיגט ערגעץ אין די ג' ימי הגבלה, קיינער געדענקט נישט פונקט ווען. אזוי ווי דער משנה ברורה ברענגט די 'מנהג ווילנא', אזוי האט מען געטון, און אין טעלזער ישיבה, ווי מ'האט געפאדערט אנצוהאלעטן דער 'מנהג הישיבה' מיט די גאנצע שטרענגקייט (אפשר צוליעב דעם איז די ישיבה א פארגאנגענהייט), האט מען געהאלטען די צווייטע האלבע בקפידא גמורה.

נאר וואס קען מען טון? האלטען די צווייטע האלבע איז צו שווער. פארוואס? וועמען גייט עס אן? הערטס ענק צו צו די פראבלעמען פון די מגולחים. טאמער דו האסט נישט פארשטאנען פארוואס געוויסע פארשוינען דרייען זיך מיט א פנים וואס דערמאנט דיר גלייך פון זויער מילך, איז עס נישט צוליעב צופיעל מוסר לערנען. איך גיי דא מגלה סוד זיין. ווען מ'הייבט אן לאזען א בארד וואקסען, קראצט עס עפעס מורא'דיג. ביז די הויט ווערט צוגעוואוינט צו די נייעם געסט, און ער ווערט גענצליך איבערגעצייגט אז דער געסט אנטלויפט נישט צו שנעל, נעמט עס א פאר וואכען. שטעל זיך פאר אז מ'שערט זיך ערב פסח צו פרי, און נאך דעם האט מען ניין טעג פון בארד וואקסען. עס הייבט אן קראצען ווי עס דארף צו זיין, און מ'שערט עס אפ אום אסרו חג. א וואך שפעטער, עודך! עס הייבט זיך אן קראצען ווי מוצאי תשעה באב אין קאנטרי, ווי די האלדז פון א חזן איידער ער זאגט אפ די עמוד ווייל 'איך בין הייזעריג', ווי דער חתן אונטער זיין נייעם שטריימעל הארט אין מיט'ן חופה, בקיצור, עס קראצט. מ'נעמט זיך רייבען די פנים פון אלע זייטען. און די האר איז נישט קיין יונג ציגעלע האר, עס איז הארטע מעסערס, ווי א מצה רעדלער, ווי אלד וויליאמסבורג אום כ"ו אדר, אדער די דברים חוצבים להבות אש ביי א פראטעסט אויף עצם רעיונות אדער גלאט אזוי גזירת הגיוס. עס איז בעסער איין מאל פטור צו ווערען פון די קראצעריי ווי דריי מאל.

שוין, מ'שלעפט ארויס אן אגרות משה וואס זאגט אז מ'מעג טוישען מנהגים פון יאר צו יאר. ווער פארשטייט דאס? נישט איך, אבער כבר הורה זקן. א צווייטע חכם ברענגט ארויס א מכתבים ומאמרים פון הרב שך וואס זאגט פארקערט, און די סברא זאגט די זעלבע, אבער ר' משה איז ר' משה און מי יבא אחר המלך, בפרט אז עס קראצט אזוי פיל.

ביז עס קומט צו גיין די יום הגדול והנורא אשר לה ולזכרה תאוות נפש, ל"ג בעומר איז שוין דא. צו ר' שמעון איז דעמאלס געבוירען געווארען, געשטארבען, אדער סתם געלעבט, גייט קיינער פונקט נישט אן. היינט קומט יעדער צום דאווענען. די אלע וואס זענען געווענדליך מקפיד אויף שיטת בריסק אין תפלה בציבור לאזען זיך היינט עטוואס נאך און מ'באשיינט די שחרית מיט זוכען א פלאץ און א סידור. די חברה האבען נישט געהאט די געשמאק פון כיפערן תחנון, ווייל תחנון איז זיי קיינמאל אין וועג נישט געשטאנען. עס זעט זיך אויס אז די תאווה פון טאפען די סנוז קנעפל איז גרעסער ווי די תאווה פון כיפערן תחנון איין מאל א יאר.

נאך א שעה זאגען איז שחרית אריבער בשלום, און מ'לויפט צום סינק צו גאלען די בארד. ענדליך פטור ווערען פון די שטעכעדיגער אבילות מאשינן, און אראפ לאזען פאר די רערן אנצושטאפט ווערן.

ל"ג בעומר איז אבער א יום הדין, עס לייגט ארויף א שטעמפל אויף יעדער בחור ווי ער האלט אין די וועלט. קיינער רעדט נישט הויך דערפון, א בחינה פון ליבא לפומא לא גליא, אבער יעדער האלט דערמיט חשבון. וועסט היינט טרעפן א ליטוואק און איהם אויספרעגן, וועט ער זיך מאכען כאילו ער ווייסט נישט וואס דו רעדסט, לאז זיך נישט נאר'ן. דאס איז גאר א הארבען טאג און די סוד דערפון איז פשוט, ווי אלע סודות נאכ'ן אנטדעקט ווערען. די גרויסע זארג איז, וועמענ'ס בארד וואקסט ערנסט און וועמענ'ס הינקט אזוי. עס איז ערגעץ אין די ונתנה תוקף רשימה, יעדער זאל עס טייטשען ווי ער וויל (אפשר מי בקצו ומי לא בקצו), אבער די טעג זאגען דיר צו וואס דו טויגסט. סיי"ז מעטטער"ס, ווי מ'זאגט ביי די גוים. איינער וואקסט איהם די בארד ווי שוועמלעך נאך די רעגן, שוין די צווייטע טאג חוה"מ איז קיין זכר פון זיין פנים נישט צו זען פאר די אויגען. א צווייטע מוז זיך בעטן ביי די באקען זיינער, על משכבי בלילות איז ער זיך מתחנן צו זיין נאקעטע גאמבע, ער זאגט איהם צו כל חללי עלמא, ער נעמט זיך אונטער צו לערנן דאווענען און זאגען צען העיל ראש ישיבה'ס, אבי א האר זאל זיך ווייזען פאר איהם. נישט אנדערש ווי מנוח און די מלאך, האט ער געוואלט א גילוי פאר זיין לעבן. (א דאקטאר האט מיר געזאגט אז ווען מ'בעט איהם עצות צו מאכען די בארד וואקסען, הייסט ער לייגען זאלץ אויף די פנים אז די האר זאל ווערען דארשטיג. ווען די האר באווייזט זיך אין מיט'ן נאכט צו טרינקען, ווי פרעה ביי די נילוס, זאל מען שנעל קניפען די האר און בינדען מיט א שטריק, אזוי וועט עס נישט קענען צוריק אריין גיין). א גאנץ יאר, ווען יעדער איז א געגאלטע, איז די אונטערשייד צווישען די צוויי נישט אזוי קענטיג, אבער אין די ספירה טעג ווייסט שוין יעדער למי החותמת ולמי הפתילים.

און יעצט, נאכ'ן דאווענען, איז יעדער באשעפטיג. ווער דארף פת שחרית היינט? עס איז דא ארבעט צו טון, יאללא! א טויגליכע בחור האט אסאך ברירות. דער וואס איז אזוי געלונגען און זיין הארעוואניא האט זיך אויסגעצאלט צו קענען וואקסען א פולען בארד, דארף נישט אלס אפשערן אויף א מאל. ער קען זיך אפשערן די באקען און לאזען א קמץ בערדעל. אזוי זעט ער אויס ווי אן עכטע רעדנעק, און ער קען שוין דרייווען א טראק. און ווי וועט ער גיין מיט די טראק? ווי נישט? אבי נישט דארפען דרייווען א קעמרי אויף א דעיט. ער קען גיין אויף א דעיט אין א טראק און זי וועט שוין האבען א תירוץ איהם אפצוזאגען. שפעטער נאך מיטאג וועט ער אפגאלען די זקן התחתון, די אונטערשטער שטרעכל פון די קמץ בערדל און בלייבען וועט ער מיט א וואנזע. ער וועט אויסקוקען ווי דער אונגארישער בעלעבאס אין וויענער ביהמ"ד, וואס האט אזוי ליעב געהאט זיין נאז, אז ער האט עס אונטערגעשטרעכלט. עס וועט זיין א גאנצע טאג עבודה ביז זיין פנים איז אזוי גלאט ווי די פראווערביעל אונטערשטער פון א קליין בעיבי.

איך, צו מיין אלע פראבלעמן, האב דא געהאט א צרה. די בארד איז מיר געוואקסען, נישט ווי די תבואה פון יצחק אבינו און אויך נישט ווי אין אחאב'ס צייטען, נאר נארמאל, ענדליך ווי גאלדילאקס און איהר גריס. אבער א פרומער בין איך געווען, און איך האב ניטאמאל גענוצט א שער מאשין, און ווער רעדט פון א שעיווער, וואס השכם והערב פלעגט קומען עפעס א דו-גודדער און הענגן צעטליך פון גדולים אז זיי זענען גע'אסר'ט לויט די אפשר אין א הגהה אין איינער פון די ספרים פון דער חפץ חיים. (ווילסט הערען עפעס איראניש? אז נישט, שטאפ אפ דיין אויערן, אבער דער וואס הענגט די אלע צעטליך הייסט אויפ'ן נאמען 'ליטוואק'. יא, דאס איז זיין נאמען. איך וואלט געוואלט וויסען וואס איז געווען די נאמען איידער מ'האט עס געטוישט. עפעס דערמאנט זיך די לעצטע געדאנק). איך האב גענוצט א פראדוקט וואס הייסט magic shave. דאס איז א סארט קריעם, וואס איז פאבריצירט פאר די טונקעל הויטיגע, וואס קענען נישט נוצען קיין ראזיר. מ'קויפט עס אין א פוידער (פאר מער געלט קען מען עס קויפען גרייט אין די פושקע, אבער ווער האט מער געלט?) און מ'מישט א ביסל דערפון מיט וואסער אין א טעלער, און מ'לייגט עס אויף די באקען. מ'לאזט עס דארט פיהר מינוט מער ווי עס שטייט אין די אנווייזונגען, און דעמאלס, אבער זאפארט, רייבט מען עס אפ מיט די האר אינאיינעם. אז דו לאזט עס דארט צו לאנג, וועסטו זיך אפבריען (איך קען דיר ווייזען בילדער פון מיין חתונה, ווי עס זעט אויס איז זי האט מיר שוין אין יחוד שטיבעל געקראצט אין פנים. איך זאג דיר בהן צדק אז דאס איז נישט געשען). אפיציעל דארף מען נוצען אן אלטע קרעדיט קארד אראפ צו רייבען די קריעם מיט די האר אינאיינעם. אבער אז מ'איז שוין פרום, איז מען שוין מקפיד דאס נישט צוטון. פארקערט, אנדערע טענה'ן אז דאס איז גלאט אזוי אן איסור דאורייתא און בעסער מקיל זיין צו נוצען א שעיווער ווי איידער די גאל מעסער וואס איז א קרעדיט קארטל. דעריבער נעמט מען א שמאטע מיט ווארעם וואסער, און מ'רייבט עס אפ ביז די הויט קומט מיט די בארד צוזאמען.

ל"ג בעומר איז דאס אבער נישט קיין עצה. די קורץ געוואקסענע הארעלעך פון א פאר טעג, קען מען אראפ נעמן מיט די קריעם, אבער די לאנגע ספירה בארד איז גאר עפעס אנדערש. דאס דארף מען קודם אפשערן ווי מ'שערט די קאפ, לאזענדיג א נומער צוויי. ערשט דערנאך קען מען זיך נעמען צו די קריעם. איך האב אויך געהאט א גאנצע טאג ארבעט.

א גוט יו"ט צו אלע אידען, און פועלט'ס אלס גוט'ס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר