די glee איבער'ן 'ברך משה' האלאקאסט בילד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

די glee איבער'ן 'ברך משה' האלאקאסט בילד

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג מאי 23, 2019 3:57 pm

כ'שרייב glee ווייל כ'האב נישט קיין בעסער ווארט אין אידיש צו שילדערן די געפילן וואס מאנכע האבן ארויסגעוויזן נאכ'ן געפונען דעם טראגישן חורבן-בילד פון האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל. נישט סתם א שמחה, נאר אזא אויפהייטערונג, אן ענין פון שפאט און געלעכטער. הא! מ'האט געכאפט דעם סאטמארער רבי'ן אן בארד און פיאות!

כ'שעם זיך צו געהערן אינעם זעלבן פאלק ווי יעניגע. אזעלכע וואס ווען זיי זעען א דאקומענט פראדוצירט דורך נאציס, וואס ווייזט א איד וועמען זיי האבן געפייניגט און דערנידערט, און ערמארדעט זיין ווייב און קינדער, זעען זיי נאר וויאזוי מ'קען סקאורן פוינטס אין מאדערנער חסידישער פאליטיק.

ר' איד, דער דאקומענט איז קודש לה'! פונקט ווי דו וועסט נישט טשעפען אן אלטן איד מיט אן אוישוויץ טאטוע אז ער האט א כתובת קעקע, קענסטו נישט נוצן אזא בילד פאר סיי וואספארא וויץ. אויב ווען דו זעסט דעם בילד, ווערסטו נישט אנגעפילט מיט ווייטאג און טרויער אויף וואס איז געשען צו אונזער פאלק בכלל און צו דעם ברך משה בפרט, דארפסטו זיך בודק זיין דיין נשמה. לאז אפ! ריר עס נישט! לאז נאר א טרער על שבר בת עמי.

ס'איז נאך נישט אכציג יאר זייט מ'האט ערמארדעט זעקס מיליאן פון אונזער פאלק, און מיר ערלויבן זיך צו שרייען נאצי אויף אידישע פאליציאנטן, און שפעטן פון אידן מיט נאצי דאקומענטן. כ'ווייס נישט וואס מ'קען טון דערצו, אבער זיך מתבונן זיין דארף מען.
בייגעלייגטע פיילס
65874.jpg
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 420
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2172 מאל

Re: די glee איבער'ן 'ברך משה' האלאקאסט בילד

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג מאי 23, 2019 4:04 pm

איך האב גערעדט מיט אסאך מיני מענטשען, קיינער האט נישט געוויזן קיין גלי. כ'גלייב אויך נישט אז עס איז פארהאן אזאנע פארשוינען.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 668
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 714 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג מאי 23, 2019 4:10 pm

נעגעל וואסער האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט אסאך מיני מענטשען, קיינער האט נישט געוויזן קיין גלי.

דאנק דיין גוטן מזל.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 420
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2172 מאל

הודעהדורך קפה נמס » דאנערשטאג מאי 23, 2019 5:53 pm

מיט וועם איך האב נאר גערעדט האב איך נישט געזעהן קיין שמחה אויף קיינעם. און אוודאי און אוודאי איז נישטא קיין שום בושה מיט אזא בילד, פארקערט, עס איז גאר הייליג און ברענגט ארויף נאכאמאל אויפ'ן אויבערפלאך די שוידערליכע חורבן וואס די נייע דור קען גאר נישט באגרייפן וואס אונזערע עלטערן זענען אדורך. אזא בילד שרייט פון זיך העלדישקייט ווי נאך אזא דורכגאנג האט מען זיך געקענט צוזאמנעמען די צובראכענע ביינער און זיך אפשאקלען פון די שטויב און אנהייבן אלץ פון פריש..

וואס איז אבער יא טראגי-קאמיש, און דאס האבן יא מאנכע דערמאנט מיט א זויער שמייכל, אז הלא דבר הוא אז דער וואס זיין זוהן האט זיך צורעדט מיט זלזול און פרעכהייט אויף די קדושים וואס האבן זיך געמוזט אראפנעמען דאס בארד, פונקט ביי זיין טאטן זאל נתפרסם ווערן זיין בילד, ווי צו דערמאנען פאר דעם רבי'ן פון קר"י זאל זיך אכטונג געבן אביסל דעם דיבור..
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 23, 2019 6:05 pm

דריי נישט קיין קאפ, רעבארן האט א גרויס מויל האט ער עס געזאגט אפן און גראב, זלמן לייב האלט אויך אזוי נאר ער ווייסט זיך צו האלטן דאס מויל, ווען איך בין אויפגעוואקסן איז עס געווען פון די סאמע יסודות פון סאטמאריזם. די זאלונים קענען איינרעדן די גאנצע וועלט אז זיי זענען אויפגעשוידערט פון רעבארנ'ס דיבורים, אבער זיך אליינס קענען זיי נישט פאפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2668
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1690 מאל

הודעהדורך יואליש » דאנערשטאג מאי 23, 2019 8:12 pm

די פאקט אז מאנכע האלטן ס'איז "א בושה" און ווערט צו צענזורירן זאגט אז ס'איז דא געניג וואס זעהן נישט דאס בילד פאר וואס עס איז, א דערמאנונג אויפן אומבאגרייפבארע פארניכטונגס און די אומבאגרייפבארע ווידעראויפבוי, בכלליות ופרטיות. כ'האב געקענט אידן וועלכע האבן פארציילט ביים סדר נאכט אויפן היסב בעט אינעם קיטל פאר די אייניקלעך ווי ער האט זיך פארסמאקעוועט מיט פערדן פלייש צו דערהאלטן ביים חיות און די טונקעלסטע זמנים. ס' איז א בושה אז מ'ברויך פארטיידיגן די געליטענע פאר זייער פיין.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2498
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3838 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » דאנערשטאג מאי 23, 2019 10:31 pm

ווי איך האב געשריבן אין א דערבייאיגן אשכול:

דער דאזיגער בילד איז קודש קדשים, אזויווי דאס בילד פון דער קדוש ה' מבעלזא וואס איז געראטעוועט געווארן פון די נאצישע רשעים און ס'איז פאראייביגט געווארן דער חותם ה' מיטן בילד וואו ער גייט אן א בארד. כבר כתבנו אין יענעם טרויעריגן אשכול פון דעם פי האתון ממאנרא, אז לדעתי ליגט דעם צלם אלוקים דווקא אין אזא בילד. דאס ווייזט ווי א איד איז אריבער די ביטערע צרות עד הסוף, און איז פארט פארבליבן אן ערליכער איד (און אפילו אויב נישט, ווייזט עס אויפן ליידן צוליב זיין א טייל פונעם אידישן פאלק), און דא ליגט דער צלם אלוקים.

צו חוזק מאכן פונעם ברך באזירט אויף דעם בילד איז רשעות און געמיינהייט, נישט בעסער פון די מאה שערים'ניקעס וואס מאכן ליצנות פונעם ביטערן האלאקאוסט מיטן נאכשרייען סאלדאטן "נאציס", א נאמען וואס איז רעזערווירט פאר די דייטשע בעסטיאלן וואס האבן גע'שחט'ן די זיידעס פון די מאה שערימ'ניקעס און די איזראעלישע סאלדאטן ביינאנזאם.

דער בילד פונעם ברך דארף ברענגען טרערן אין די אויגן, און עס דארף אריינגעלייגט ווערן אין א ראם, צוזאמען מיט די בילדער פון אנדערע אידן וואס זענען אדורך דעם קריג און זענען געבליבן מאמינים בה' און האבן מיט איבערמענטשליכע כוחות איבערגעפלאנצט אידישקייט נאכן חורבן.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1142 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מאי 23, 2019 10:52 pm

טאמער קען מען עפעס צוריק ווארפען אין פיסק פין דער וואס האט חוזק געמאכט פין קדושים וטהורים וואס די נאציס ימ"ש האבן זיי אפגעגאלט פין נזירים, און ארויסברענגן אז עס איז נישט הלכה כמותם ווייל כאילו זיי האבן נישט געהאט גענוג זכותים צו האַלטן דער בארד, איז עס הונדערט פראצענט אויסגעהאלטען צו ווייזען דער בילד פין זיין טאטע פאר דער פוער פיו כנגד ווער עס פאלט אים איין, און האט נעבעך נישט קיין כח המעצר, און זאגן קוק גוט אויף דער בילד פין דיין טאטע, אפשר וועט עס דיר ראטעווען פין עבירות די מחילה מויל, דער הייליגע דמות דיוקנו של אביו, און ער וועט רעדן ווייניגער קעגן יעדער זאך וואס שטימט נישט מיט זיין גרויסע בארד שכל.

און צום ענין, לכאורה איז בעסער פאר רעבארון, ווייל יעצט איז נישט הלכה כמותו פין זיין טאטע, און רז"ל איז נישט רב אין וויליאמסבורג.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1862
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 988 מאל

הודעהדורך ביבער » פרייטאג מאי 24, 2019 12:40 am

איך קלער אז ווען דער ברך ווייסט ווען וואסארא ביזיונות זיינע בנים גייען אים אנמאכן וואלט ער ווען געבליבן אזוי.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 723
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

הודעהדורך שושן פורים » פרייטאג מאי 24, 2019 12:58 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דריי נישט קיין קאפ, רעבארן האט א גרויס מויל האט ער עס געזאגט אפן און גראב, זלמן לייב האלט אויך אזוי נאר ער ווייסט זיך צו האלטן דאס מויל, ווען איך בין אויפגעוואקסן איז עס געווען פון די סאמע יסודות פון סאטמאריזם. די זאלונים קענען איינרעדן די גאנצע וועלט אז זיי זענען אויפגעשוידערט פון רעבארנ'ס דיבורים, אבער זיך אליינס קענען זיי נישט פאפן.


דאס אז דער סאטמאר רב בעל ויא"מ/דבר"י/עה"ג. איז געבליבן מיט די בארד איז א מציאות, דאס אז ער האט געטון אלעס אז מען זאל איהם עס נישט אפשניידן איז א פאקט. פילע אנדערע האבן אויך פרובירט ולא עלתה בידם אבער פאר איהם יא. זיינס א חסיד אדער תלמיד מעג עס איבערדערציילן און ארויסברענגן זיין רבין'ס מסירות נפש אויף א אידישע זאך אפילו פאר אנדערע איז עס נישט געלונגען.

אבער צו גיין זאגן אז דאס ווייזט אז ער איז גרעסער פון אנדערע צוליב דעם בלויז ווייל איהם איז עס געלונגען איז א פרעכהייט און שקר מיסודו.

אפגערעדט פון דעם אז עס איז נאר געלונגען ווייל ער איז נישט געווען אין אוישוויץ, פרובירן העט ער געזאלט זיך דארט ארומדרייען מיטן פאטשיילע ארום זיין פנים.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 670
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג מאי 24, 2019 3:02 am

ר' אהרן איז נישט דער ערשטער צו ניצן די פעטער'ס האלאקאוסט זקן פאר באמבאסטישע סאטמארע שטאלץ און עקסעפשינעליזם. זיין פאטער האט געהאט אן ענליכע סומאטאכע אין די נו"ן יארן ווען ער האט משמיע ביי א כ"א כסליו אויפטריט אז לעולם טאר מען זיך נישט מוסר נפש זיין פאר א בארד און דער פעטער וואלט זיך טאקע געשוירן אויב ס'וואלט געקומען דערצו אז זיין לעבן איז געווען אין א סכנה. נאר די חידוש איז אז פון הימל האט מען געהיטן אז ס' זאל נישט קומען לידי סכנה. פשט איז אז ס'איז געווען א באזונדערע השגחה, נישט א פערזענליכע מסירות נפש. און דער ברך האט דאס אפגעלערענט, ברוב שוואנצונותו, אז די נס איז געקומען כדי דער פעטער זאל קענען איבערפלאנצן אידישקייט, און פארדעם פעלט זיך אויס אלע מיסטישע כוחות וואס קומט מיטן אומראזירטע דיקנא קדישא וכו' (וראיה לדבר האט דער ברך דאן געזאגט, איז דאס וואס יוסל גבאי האט זיך ארומגעטראגן מיט א ראזיר געצייג אז אויב פעלט זיך אויס זאל ער דעם רבי'ס בארד פארשניידן אן א גאל מעסער). ממחרת פון די כ"א כסליו דרשה האבן די קעגנערס פונעם ברך געהעצט אז דער ברך טוט מינימיזירן דעם רבי'נס מסירות נפש אלעס כדי זיך צו ריינוואשן. די חסידים האבן גע'טעהנ'ט, אדרבה, פונקט להיפך, דער ברך האט אריינגעלייגט דעם פעטער און א באזונדערע קאטאגאריע פון א רבן של ישראל מיט באזונדערע סייעתא דשמיא ווייל ער האט געהאט א באזונדערע מיסיע, אין דער ברך האט דאס אזוי אפגעלערענט כאטש וואס דאס ספעציעלע סטאטוס פארן פאטער שליסט אים זעלבסט ארויס פון די קאטאגאריע.

ר אהרן האט געזאגט עפעס ענליכס. אויך עפעס א פשטל בכבשי דרחמנא מיט א שפאר ביסל סאטמארע שטאלץ. מה כל הרעש? יעדע חסידות האט א פערצענטע אני מאמין אז זייער רבי - און איבערהויפט זייער גרינדער - איז א יחיד בדורו, אחד היה רבינו, ולא קם כמותו מלפניו ולאחריו. סאטמאר איז נישט היטערשטעליג.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2498
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3838 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מאי 24, 2019 4:30 am

יואליש: אין הכי נמי.ס'איז דא וויזניצער שואנצאנעס אלס א שיטה (הקדושה). און ס'איז דא סאטמאר'ער שוואנצאנעס. וואס איז נאר געווען א פליטת הפה פון א מנהיג. איין זאך איז זיכער אז מהר"א שליט"א וואלט עס אפשר נישט געדארפט צו זאגן. פשוט. כדי שלא לבזות די אלע צדיקים ווי דער סטראפקאווער רב זצוק"ל, וועלכע זענען געווען געצווינגען זיך אראפצונעמען די בארד. קיין איינער פון זיי האט עס נישט געטון אלס קלות, ח"ו. אויך. זיך רעכענענדיג מיט די אינגאצן אנדערע אומשטענדן און די הארבקייט און שטרענגקייט פון זיין געפאנגען ביי די נאציס, ימח שמם וזכרם וואס דער בעל ויואל משה איז געווען איינגעשפארט אין בערגן בעלזן. דאס נעמט אבער נישט אוועק פון דעם מסירות נפש וואס דער בעל ויוא"מ האט געהאט כדי צו בלייבן מיט די בארד. אבער אז ר' אהרן האט עס געמאכט פאר א קאנטעסט כאילו די אנדערע צדיקים זענען ח"ו געווען עפעס ווייניגער. זענען געקומען מענטשן און האבן אויפגעוויזן אז דער ברך משה אליינס האט אויך נישט געהאט קיין בארד בשעת די מלחמה. אבער איך בין זיכער א ס'נישט דא קיין איין איד וועם ס'שטעכט נישט אין הארצן זעהענדיג די פיקטשער פונ'ם ברך משה אונטער די מלחמה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג מאי 24, 2019 7:03 am

אוודאי שטעכט, עס שטעכט פונקט ווי דער באקאנטער בילד וואס דער נאציס גאלען אפ דער בארד פין דער אומבאקאנטע איד מיט ליצנות.

נאך מער שטעכט, ווייל יעצט קען נישט זיין הלכה כמותו, אלץ צוליב די פארשאלטענע נאציס ימח שמם. איך בין זיכער ווען רעבארון וואלט דארטן געוועהן, וואלט זיין בארד געבליבן גאנץ אן א פעלער.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1862
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 988 מאל

הודעהדורך גאנצל » פרייטאג מאי 24, 2019 12:03 pm

ווען סאטמאר רב שליטא האט גערעדט פון דעם ענין האט ער געוויסט אז זיין טאטע האט נישט איבערגעלעבט מיט קיין בארד , עס איז בכלל נישט געווען קיין נייעס ביי אים און פונדעסטוועגן האט ער ארויסגעברענגט זיין מוראדיגן נקודה אז מ'זעיט פון הימל האט מען בוחר געווען און זיין הייליגע פעטער ז"ל אז אזא בזוי ומבוזהדיג בילד פון אים איז נישטא

יאפ הלא דבר הוא
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג מאי 24, 2019 12:11 pm

גאנצל האט געשריבן: אזא בזוי ומבוזהדיג בילד

אנטשולדיגט, דאס בילד איז גארנישט בזוי ומבוזה. דאס ווייזט אז דער ברך משה זצ"ל האט זוכה געווען צו זיין א לעבעדיגער קדוש וואס האט געברענגט על המוקד זיין גאנצע משפחה, בתוך שאר עם ישראל -- א זאך וואס זיין פעטער זצ"ל האט נישט זוכה געווען א דאנק זיין פראטעקציע, אנטלויפנדיג פון זיין שטאט און זיינע בני העיר מיט אן אמבולאנס, און זיך ראטעווענדיג דורך די ציונים.

דאס איז א פאספארט-בילד צום גן עדן.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 420
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2172 מאל

הודעהדורך גאנצל » פרייטאג מאי 24, 2019 12:35 pm

יא יא נישט גוט אויסגעדרוקט אזא בזוי ושפלדיגע מצב בילד

יא אמת באראכטענדיג דעם בילד און קענענדיג דעם ברך משה זיינע טיפע קרעכצן ביי יעדע דרשה מעומק לבבו זיין שטורמיש לעבן איז פלגי מים ירדו עיני שווער זיך צו בארואיגן, געשטאנען אומבאהאלפען קעגן אזעלכע רציחהדיגע רוצחים. וואס זיי האבן זיך ענזשויד צו שפילן מיט זייערע מורישקעס אוי ארויסגעריסען א געלונגענע רעבעצן מיט דריי זיסע שעפעלעך וואס זכרם לא ימוש מאתו. די רבי יבדל לחיים פארציילט ווי ער האט אמאל אלס יונגערמאן גערופן זיין טאטן פאר הילף ווען א קינד זיינע האט געפיבערט. דער ברך משה איז ארויפגעקומען צום קינד א קוק געגעבן און געבליבען צוגעבינדן צום קינד מיט זיינע מחשבות און זיך אונטערגעמורמעלט אסתר אסתר שפעטער איז מען דערגאנגען אז זיין טאכטערל וועמען מ'האט נעבעך אכזריותדיג פארגאזט האט געהייסן אסתר וויפיל פיינפולע מחשבות פון די שרעקליכע בילד פון זייער לעצטע מינוטן אין לעבן מיט קולי קולות זיך געזעגנט און דער טאטע פון די רבנים פון איינע פון די שענסטע שטעט אינדערהיים האט ניטאמאל געמעגט ארויסוויזן עמעאשענעל צייכנס און דא שטייט ער נעבן זיין אייניקל וואס האט אים דערמאנט אט דעם אסתר אוי ואבוי עיני עיני יורדה מים נישט מעגליך צו פארשטיין זיין אשת נעורים האט מען פארגאזט מיט א קינד במעי' אוי ווי אזוי גייט מען נישט אראפ פון זינען פון קלערן אוי ואבוי

ד' ינקום דם עבדיו בקרוב ס'זאל זיין קומם קהל פדוים לציון ברנה
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך גאנצל » פרייטאג מאי 24, 2019 12:38 pm

אישתישבי האט געשריבן:אוודאי שטעכט, עס שטעכט פונקט ווי דער באקאנטער בילד וואס דער נאציס גאלען אפ דער בארד פין דער אומבאקאנטע איד מיט ליצנות.

נאך מער שטעכט, ווייל יעצט קען נישט זיין הלכה כמותו, אלץ צוליב די פארשאלטענע נאציס ימח שמם. איך בין זיכער ווען רעבארון וואלט דארטן געוועהן, וואלט זיין בארד געבליבן גאנץ אן א פעלער.


אויב איז ער א ממלא מקום פון איינעם וואס הלכה כמותו נעמט ער דאס אויך איבער אפי' אן א בארד
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך קפה נמס » פרייטאג מאי 24, 2019 1:20 pm

גאנצל האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אוודאי שטעכט, עס שטעכט פונקט ווי דער באקאנטער בילד וואס דער נאציס גאלען אפ דער בארד פין דער אומבאקאנטע איד מיט ליצנות.

נאך מער שטעכט, ווייל יעצט קען נישט זיין הלכה כמותו, אלץ צוליב די פארשאלטענע נאציס ימח שמם. איך בין זיכער ווען רעבארון וואלט דארטן געוועהן, וואלט זיין בארד געבליבן גאנץ אן א פעלער.


אויב איז ער א ממלא מקום פון איינעם וואס הלכה כמותו נעמט ער דאס אויך איבער אפי' אן א בארד


:o :lol:
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך קפה נמס » פרייטאג מאי 24, 2019 1:27 pm

גאנצל האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אוודאי שטעכט, עס שטעכט פונקט ווי דער באקאנטער בילד וואס דער נאציס גאלען אפ דער בארד פין דער אומבאקאנטע איד מיט ליצנות.

נאך מער שטעכט, ווייל יעצט קען נישט זיין הלכה כמותו, אלץ צוליב די פארשאלטענע נאציס ימח שמם. איך בין זיכער ווען רעבארון וואלט דארטן געוועהן, וואלט זיין בארד געבליבן גאנץ אן א פעלער.


אויב איז ער א ממלא מקום פון איינעם וואס הלכה כמותו נעמט ער דאס אויך איבער אפי' אן א בארד


פאר נייגעריגקייט נאר, ווער האט כיום גע'ירשנ'ט דעם מיסטישן כח פון "הלכה כמותו" ?

ערנסט גערעדט, "הלכה כמותו" איז א מציאות וואס מ'לערנט ארויס אז אזוי איז געווען. און עס איז גראדע עפעס וואס סאטמאר רב זי"ע האט נישט געהאט ווען רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האט נישט אנגענומען די הלכה ווי אים...
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך גדליה » פרייטאג מאי 24, 2019 6:21 pm

אפשר וועלען מאנכע זיין אומבאקוועם מיט מיין נקודה, אבער קאווע הוא ולשתות אני צריך.
ס'איז מיר א פליאה עצומה ווי אזוי אידען וואס זענען ארויסגעקומען פון די לאגער נאך די שרעקליכע עינויים, האבען נאך געפינען כח זיך ארומצוהרגען איינע מיט די צווייטע.
נאכדעם וואס די נאציס האבען געפייניגט יעדען דאס זעלבע, און יעדען געמאכט אויסזען די זעלבע, ווי אזוי האט מען זיך ווידער פון פריש גענומען ארומקריגן איבער וועמענס חסיד מ'איז און וועלכע סארט הוט מען גייט און וועלכע עבירות מען זינדיגט. ווער רעדט נאך פון הייסען אנשרייען און באזידלען אידען, ארויסווארפען פון מוסדות וכו'. ס'איז א גרויסע קשיא אין מיינע אויגען.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1037
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1624 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג מאי 24, 2019 7:27 pm

איז אזוי געוועהן?
די מחלוקת'ן נאך די קריג איז געוועהן דורך בחורים וואס זענען געווען קינדער בשעת דער קריג, און זענען נעבעך געוועהן אהן א געפיל, ווייל היטלער האט אלץ ארויסגעריסען.

אגב דער מימרא פין רעבארון, אז הלכה כמותו, גייט אין שפאן מיט דער סטאנדארט פין אונז חרדים, וואס בלעימען דער וויקטים ווען עפעס געשעהט אים.
דער נאצי האט דיר אנגעגאלט? האסט נישט קיין זכותים.
מען האט דיר פארברענט אין סקווירא? טראבעלמעיקער.
מען האט דיר מאלעסטעט אלץ קינד? דיין מאמע האט דיר גיזשעלט די פיאות.
וכהנה רבות.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1862
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 988 מאל

Re: די glee איבער'ן 'ברך משה' האלאקאסט בילד

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 27, 2019 12:04 pm

עס איז דא א קיי"ל אז אין די מחלוקת ביי די אחים. הקדושים לבית טייטלבארד אז עס מוז גיין רצוא ושוב. איין מאל געווינט דער עפעס, נעקסטע מאל מוז יענער געווינען. דא א ביה"ח, דארט א טישטאך, דא א קינות און דארט א מסע מלכות. יעצט האט רז"ל געכאפט א ריזיגען קלאפ מיט זיין געלונגענע סטעדיום מעמד, און נאך דעם האט ר"א געמוזט כאפען מיט דער נארישען בילד. נעקסט קומט דער טוירן פון רז"ל, וחוזרים חלילה.

עס זעט אויס אז דאס איז במכוון, אזוי ווי פאליטיק, ווי עס גייט אהין און צוריק, פון רעפובליקאנער ביז דעמאקראטס, און ווען עס קומט תורו של רעפובליקאנער, קען אפילו אזעלכע צודרייטער ווי רעיגען, בוש און טראמפ געווינען. עס שמעקט פון א deep state מהלך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8152 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 27, 2019 12:23 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: אפילו אזעלכע צודרייטער ווי רעיגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

העי! מארגרעט איז אים געווען א גוטע חבר'טע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7147 מאל

Re: די glee איבער'ן 'ברך משה' האלאקאסט בילד

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 27, 2019 12:24 pm

הייב מיר נישט אן אויף איהר זי איז אפשר נישט צודרייט, אבער א געפערליכע עקסטרעמיסט יא. און ענגלאנד ליידט נאך היינט פון איהר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8152 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג מאי 28, 2019 10:27 pm

אישתישבי האט געשריבן:טאמער קען מען עפעס צוריק ווארפען אין פיסק פין דער וואס האט חוזק געמאכט פין קדושים וטהורים וואס די נאציס ימ"ש האבן זיי אפגעגאלט פין נזירים, און ארויסברענגן אז עס איז נישט הלכה כמותם ווייל כאילו זיי האבן נישט געהאט גענוג זכותים צו האַלטן דער בארד, איז עס הונדערט פראצענט אויסגעהאלטען צו ווייזען דער בילד פין זיין טאטע פאר דער פוער פיו כנגד ווער עס פאלט אים איין, און האט נעבעך נישט קיין כח המעצר, און זאגן קוק גוט אויף דער בילד פין דיין טאטע, אפשר וועט עס דיר ראטעווען פין עבירות די מחילה מויל, דער הייליגע דמות דיוקנו של אביו, און ער וועט רעדן ווייניגער קעגן יעדער זאך וואס שטימט נישט מיט זיין גרויסע בארד שכל.

נישט קיין תירוץ. איך האב גענוג מוחה געווען אויף האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר'ס דרשה, אבער נוצן דעם בילד אים צו טשעפען איז עקלדיג און אוממאראליש. אפגערעדט פון דעם אז דאס פרעגט נישט אפ זיין נקודה. ר' אהרן האט געוואוסט אז זיין טאטע איז נישט געבליבן מיט'ן בארד, אבער ער האלט אז זיין פעטער איז געבליבן מיט'ן בארד ווייל ער איז געווען דער גרויסער לוחם און דער גרויסער בעל שיטה, און דאס האט געוויזן אז הלכה כמותו. א מיאוס'ע זאך צו זאגן? אבסאלוטלי. אבער פאכן פאר'ן לב אהרן מיט'ן ברך משה'ס נאצי-בילד פרעגט אים נישט אפ.

און נוצן דעם בילד פאר סיי וואספארא צוועק וואס איז נישט געבן א קרעכץ אויף וואס דער ברך משה און כלל ישראל האבן מיטגעמאכט, איז עקלהאפטיג.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 420
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2172 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט