די glee איבער'ן 'ברך משה' האלאקאסט בילד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

די glee איבער'ן 'ברך משה' האלאקאסט בילד

שליחה דורך העניך »

כ'שרייב glee ווייל כ'האב נישט קיין בעסער ווארט אין אידיש צו שילדערן די געפילן וואס מאנכע האבן ארויסגעוויזן נאכ'ן געפונען דעם טראגישן חורבן-בילד פון האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל. נישט סתם א שמחה, נאר אזא אויפהייטערונג, אן ענין פון שפאט און געלעכטער. הא! מ'האט געכאפט דעם סאטמארער רבי'ן אן בארד און פיאות!

כ'שעם זיך צו געהערן אינעם זעלבן פאלק ווי יעניגע. אזעלכע וואס ווען זיי זעען א דאקומענט פראדוצירט דורך נאציס, וואס ווייזט א איד וועמען זיי האבן געפייניגט און דערנידערט, און ערמארדעט זיין ווייב און קינדער, זעען זיי נאר וויאזוי מ'קען סקאורן פוינטס אין מאדערנער חסידישער פאליטיק.

ר' איד, דער דאקומענט איז קודש לה'! פונקט ווי דו וועסט נישט טשעפען אן אלטן איד מיט אן אוישוויץ טאטוע אז ער האט א כתובת קעקע, קענסטו נישט נוצן אזא בילד פאר סיי וואספארא וויץ. אויב ווען דו זעסט דעם בילד, ווערסטו נישט אנגעפילט מיט ווייטאג און טרויער אויף וואס איז געשען צו אונזער פאלק בכלל און צו דעם ברך משה בפרט, דארפסטו זיך בודק זיין דיין נשמה. לאז אפ! ריר עס נישט! לאז נאר א טרער על שבר בת עמי.

ס'איז נאך נישט אכציג יאר זייט מ'האט ערמארדעט זעקס מיליאן פון אונזער פאלק, און מיר ערלויבן זיך צו שרייען נאצי אויף אידישע פאליציאנטן, און שפעטן פון אידן מיט נאצי דאקומענטן. כ'ווייס נישט וואס מ'קען טון דערצו, אבער זיך מתבונן זיין דארף מען.
בייגעלייגטע פיילס
65874.jpg
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר