די חרדי'שע Deep State

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

די חרדי'שע Deep State

הודעהדורך גדליה » זונטאג מאי 26, 2019 6:50 pm

אין די לעצטע שטיק צייט איז געווארן שטארק פאפולאריזירט די קאנצעפט פון Deep State, נעמליך אז די רעגירונג ווערט געפירט דורך באהאלטענע אנאנימע כוחות וואס ברויכען נישט אפגעבען דין וחשבון פאר קיינעם. דאס ווערט בפרט ארויפגעברענגט דורך די טראמפ שטיצער, וואס טענה'ן אז ס'איז דא אינערליכע כוחות אין די רעגירונג וואס טוען זיך וואס זיי ווילען, אן דעם וואס איינער האט זיי ערוועהלט. אזוי אויך די לעצטיגע נעטפליקס דראמא House of Cards האט זיך שטארק געבויט אויף די פענאמענען.
כ'האב נישט דורכגעטוהן די ענין, אבער ס'איז זיכער ריכטיג אז ס'איז דא אסאך שטארקע כוחות און איינפלוסן אינערהאלב די פאליטישע מאכטן, צו מחמת געלט, אדער מחמת אנדערע איינפלוסן, וואס זיי האבן אומבאגרעניצטע כוחות, ווי למשל די NSA וואס האט זיך ערלויבט צו טוהן זאכען וואס קיינער וואלט נישט גע'חלומ'ט, און ווען נישט עדווארד סנאודען וואלט מען נישט געוואוסט ביז היינט דערפון.
אשר על כן וויל איך דא ווידמען עטליכע שורות איבער א דיפ סטעיט קאנספיראציע אינערהאלב די חרדי'שע פאליטיק. דהיינו, זייטיגע כוחות און באהאלטענע איינפלוסן וואס דרייוון די פאליטיק פון דעם ציבור צוליב פערזענליכע אינטערעסן.
איך וועל געבען קודם איין דוגמא, און ביטע נישט טוישן די נושא צו סתם פאליטישע געשפרעכן, נאר הערן מיין נקודה און דאס דעבאטירן.
ביי די מהרז"ל פארטיי איז לעצטענס אפירגעקומען א כוכב מיט'ן נאמען ר' יצחק שטערן וואס דרייט איבער וועלטן. ער פאררופט כינוסים און פלאנירט אויס גראנדיעזע פאליטישע פלענער, אונטער זיין איינפלוס טוהט די מהרז"ל פארטיי אריינגיסן שווערע געלטער און כוחות עצומות אין די פלג הירושלמי פון אויערבאך פארטייען. שווערע צענדליגע מיליאנען וואס וואלטן געקענט גיין פאר וויכטיגע צוועקן וואס קענען פאקטיש בענעפיטירן די חסידים פון מהרז"ל, ווערן פארשווענדט פאר די פאליטישע מאטיוון פון א יחיד.
מיין שאלה איז, ווער האט דעם איד געשטעלט אלס דעם ראש העדה. ער איז נישט קיין רבי, נישט קיין רב, נישט קיין דיין. נאר א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה מיט גוטע פאליטישע קאנטאקטן, וועלכע פירט דעם רעדל לויט ווי אזוי ער האלט פאר ריכטיג. קיינער האט אים נישט אויפגענומען און קיינער ווייסט ניטאמאל וואס ער טוהט און ווי אזוי ער אפערירט.
לכאורה איז דאס א הימעל געשריי, אז עס יאווען זיך יחידים און שוויצערס וואס דרייען אן פאליטיק, אן דעם וואס זיי זאלן דארפען אפגעבען א דין וחשבון פאר איינעם.
איך כאפ דאס אן אלץ א דוגמא, און איך וויל נישט די שמועס זאל פארקריכן צו די נושא פון די כינוסים. איך וויל דעבאטירן די אומגעהויערע איינפלוס וואס פריוואטע יחידים פארמאגן, דורך דעם וואס מיט זייער געשליפען צינגעל און כאריזמאטישע פערזענליכקייט, באקומען זיי גרעניצלאזע איינפלוס און מאכט, און דאס, אן דעם וואס זיי זאלן זיך דארפן אפילו ארויסשטעלען פאר'ן ציבור און זאגען, הנני, איך בין דער מנהיג הדור.
ביי די ליטווישע איז דאס גאר שטארק שכיח, למשל ביי הגר"ח קנייבסקי, וועלכער שרייבט אונטער קול קורא'ס און פאדערט אויף די המון עם אויף פארשידענע זאכען, און דאס בשעת וואס מיר אלע ווייסען אז דער איד איז אין לו בעולמו אלא ד' אמות של הלכה, און ער האט נישט קיין שום אהנונג וואס טוט זיך אפ אין די וועלט. אזא גדול ווערט געפירט דורך קינדער און אייניקלעך און גבאים, וועלכע זאגען אים וואס זיי ווילען, און מאכען אים אונטערשרייבען וואס זיי ווילען. און ווען א מענטש לייענט א קול קורא פון דעם גדול ווייסט ער נישטאמאל אז דאס איז די ארבעט פון עפעס א שוויצער וואס האט עס אונטערגערוקט.
אין מיינע אויגען איז דאס איינע פון די גרעסטע פראבלעמען פון די סיסטעם, אז פשוט'ע מענטשן שלא שנו ולא שמשו קענען זיך ארויפרוקן און איבערדרייען דעם ציבור, אנע דעם וואס איינער האט זיי אויפגענומען פאר די פאזיציע.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 870
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1326 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » זונטאג מאי 26, 2019 11:05 pm

דאס איז אנאלטער פראבלעם ביי אללע גדולי ישראל ספיציעל לעת זקנותם. לע״ע איז נאך קיין ריכטיגער לעזונג ניט פארהאן.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 796
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 27, 2019 6:11 am

גראדע רבי עקיבא האט יא עפעס א שטיקל עצה, אל תדור בעיר שראשיה תלמידי חכמים, דטרוד בגרסיה ולא במילי דציבורא. (פסחים קיב.)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2359
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג מאי 27, 2019 1:59 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גראדע רבי עקיבא האט יא עפעס א שטיקל עצה, אל תדור בעיר שראשיה תלמידי חכמים, דטרוד בגרסיה ולא במילי דציבורא. (פסחים קיב.)

זעסט דאך אז היינטיגע צייטן זענען די רבי'ס וויסטע אמעראצים און פון דעסטוועגען העלפט עס נישט...
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 870
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1326 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 27, 2019 2:12 pm

זיל בתר טעמא... איך ווייס נישט פונטליך וואס, אבער אין עפעס זענען זיי טרוד...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2359
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך אברך משי » מאנטאג מאי 27, 2019 3:01 pm

לכאורה וואלט יעדער רעכטדענקנדער רבי און מנהיג ישראל האבן ביי זיך א "מועצת" אדער א "ועד" פון עטליכע בעלי בתים חשובים מיט וועם ער זאל אדורכשמועסן יעדער נושא פאר ער קומט ארויס מיט א מייננונג. ר' יצחק פארלאנגט א כינוס? נא, לאממיר צונויפרופן דעם ועד און יעדער וועט זאגן זיין מיינונג. יאסעלע וויל א מחאה נמרצה, קיין פרובלעם, מ'וועט עס אדורכטוהן בכובד ראש מיט'ן ועד. אא"וו
שלמה המלך זאגט שוין "ותשועה ברוב יועץ" מ'קען נאר געהאלפען ווערן אז מ'רעדט זיך צונויף מיט א רבים. אבער לצערינו פאלן אריין אסאך מנהיגים אין א בלינדע טראסט מיט איינס אדער אייינצעלענע יחידים ממש און על פיהם ישק כל דבר.
נאכמער, לדעתי זאל דער רבי אפי' נישט פארופן א אסיפה פון די גאנצע וועד צוזאמען, מ'דארף יעדעם איינעם אריין רופן עקסטער צו הערן זיין מיינונג, זאל יעדער קענען זאגן זיין אפיניאן בלי שום פחד ומורא פון מה יאמרו הבריות, אזוי קען מען הערן פארשידנארטיגע צדדים לכאן ולכאן, און נאר נאכדעם קען דער רבי שוקל זיין אלע צדדים בכובד ראש, כולי האי ואולי.
ווי אזוי איז מעגליך פאר א רבי וואס זיצט פארשפארט אין וויליאמסבורג צו פארשטיין די אמת'ע צביון פון א געוויסע פלג מעבר לים, עם אשר לא תשמע לשונו, אנדערע מענטשן אנדערע קולטור און אנדערע מהות, ווי אזוי קען ער באגרייפן דעם עומק וואס וועט באדייטן זיין יא שטיצן אדער זיין נישט שטיצן. צו דען ווייסט דער אדמו"ר וואס זענען זייערע אינערליעכע און אויסערליכע פאליטיק און אגענדעס. ווי אזוי קען ער אויסרעכענען וואס פאר א פועל יוצא ס'וועט האבן נאכדעם סיי ביי זיין עולם און סיי ביי יענעם פארטיי, ווי אזוי קען ער טאפן דעם דופק פון די אלטע, די מיטל-יעריגע און די יונגע אין זיין קהלה אליין, וואס יעדער איינער איז א פראקציע פאר זיך, אתמהה. ביי א ביזנעס וואלט ער אויך אזוי משקיע געווען מיט אזא באגרעניצטע ידיעה?!
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

Re: די חרדי'שע Deep State

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג מאי 27, 2019 3:52 pm

אברך משי זאגסט זייער גוט.
איך וואלט צוגעלייגט איין זאך, אז דער רבי זאל איבערגעבן א כח פאר די ועד זיי זאלן מחליט זיין ווען ער איז שוין צו אלט צו פירן און זאגן א מיינונג. עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ ווי מ'נעמט אויף א רבי, רב אדער מנהיג און ער איז ביים רעדל עד זבילא בתרייתא. פארוואס האט ער נישט קיין אייגענע אחריות צו זיין א רואה את הנולד, אז ווען ער איז שוין אויפן בענקל מיט רעדער, פארט דער גאנצע קהלה מיט איהם אויף רעדער?!
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 652
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 702 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מאנטאג מאי 27, 2019 4:44 pm

אז מען רעט שוין: זאגט מיר א חבר היינט אז א שאלה אין הלכות אבילות קען מען נאר פרעגן א בעה''ב, ווייל א פשוטער איד טיט וויי ווען זיין טאטע גייט לעולם העליון משא''כ דער רבי טיט זיך אן דאס גאלדענע בעקיטשע אויפן טאג פון דער לוויה און מאכט א ברכת הטוב והמטיב בשם ומלכות
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: די חרדי'שע Deep State

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 27, 2019 5:12 pm

דער ברך משה האט געהאט זיין מועצת. וואסי געווארען? מ׳האט זיך געשלאגען צווישען זיך, עי׳ ערך פרשת שיע ואייזיק לעפקאוויטש

קיינער מעג נישט האבען דער מאכט פון א רבי. קיינער קען עס נישט ביישטיין און דער אורזאך איז מוכרח המציאות

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7897 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 27, 2019 7:29 pm

Absolute power corrupts absolutely" - John Emerich Edward Dalberg-Acton"
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2359
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג יוני 04, 2019 1:11 am

ס'וואלט געווען אינטערסאנט נאכצוברענגען פון גדולים וואס זיי האבן געזאגט אוףי אנדערע צדיקים אז זייערע מקורבים האבן זיי פארפירט.
למשל אין סאטמער זאגט מען אז בעלזער רב זי"ע איז מושפע געווארן פון פרעמדע השפעות ביים אינטערשרייבן אויף די בחירות, און ווייל ער איז אויסגעטוען געווען פון די וועלט האט מען אים געקענט פאדרייען א קאפ.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 870
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1326 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 04, 2019 6:04 am

בעלזע רב ז"ל האט אליינס געזאגט אז אין אייראפע האט מען אים פארפירט, און צוליב דעם האט ער געטוישט זיין צוגאנג צו די גאנצע ציונות/מזרחי/אגודה סומאטוכע.

רבי בנימין מענדלסאון שרייבט אז מ'האט פארפירט סאטמארע רב בנוגע ציונות.

ר' יענקעלע האט געזאגט אז ער האט מיטגעהאלטן אפאר מאל ווי מ'האט פארפירט שיניעווע רב.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2359
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

Re: די חרדי'שע Deep State

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 04, 2019 8:07 am

עס איז דא א בריוו פון ר׳ שמואל סאלאנט צו הגאון ר׳ מרדכי גימפל יפה אז די ארומיגע פון ר׳ יהושע לייב דרייען איהם א קאפ.

עס איז אויך דוכט זיך דא א בריוו פון דער ערוך השלחן אז יענקל ליפשיץ דרייט מיט ר׳ יצחק אלחנן׳ס מיינונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7897 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג יוני 04, 2019 9:25 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא א בריוו פון ר׳ שמואל סאלאנט צו הגאון ר׳ מרדכי גימפל יפה אז די ארומיגע פון ר׳ יהושע לייב דרייען איהם א קאפ.

עס איז אויך דוכט זיך דא א בריוו פון דער ערוך השלחן אז יענקל ליפשיץ דרייט מיט ר׳ יצחק אלחנן׳ס מיינונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ס'דא אויך דא א בריוו ערגעץ ווי, אז דער שטוב מענטש, דער מקורב ר' יהושע'לע, האט מייעץ געווען פאר רבי'ן בנוגע די מורדים וואס האבן אנגעהויבן מאכן שבת פאר זיך, "אדוני משה כלאם..."
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך וואלווי אום דינסטאג יוני 04, 2019 9:33 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2163
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3013 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2797 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג יוני 04, 2019 9:31 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בעלזע רב ז"ל האט אליינס געזאגט אז אין אייראפע האט מען אים פארפירט, און צוליב דעם האט ער געטוישט זיין צוגאנג צו די גאנצע ציונות/מזרחי/אגודה סומאטוכע.

רבי בנימין מענדלסאון שרייבט אז מ'האט פארפירט סאטמארע רב בנוגע ציונות.

ר' יענקעלע האט געזאגט אז ער האט מיטגעהאלטן אפאר מאל ווי מ'האט פארפירט שיניעווע רב.


שינאווער רב האט אליינס פארציילט פאר ר' יענקעלע אויפ'ן טעלעפון...?

מן הסתם מיינסטו ר' איציק'ל. ר' יענקעלע האט נישט זוכה געווען צו קענען שינאווער רב בהאי עלמא.
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2163
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3013 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2797 מאל

Re: די חרדי'שע Deep State

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 04, 2019 10:28 am

אפשר האט מען איהם פארפירט בעלמא דקשוט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7897 מאל

Re: די חרדי'שע Deep State

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יוני 04, 2019 11:00 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בעלזע רב ז"ל האט אליינס געזאגט אז אין אייראפע האט מען אים פארפירט, און צוליב דעם האט ער געטוישט זיין צוגאנג צו די גאנצע ציונות/מזרחי/אגודה סומאטוכע.

רבי בנימין מענדלסאון שרייבט אז מ'האט פארפירט סאטמארע רב בנוגע ציונות.

ר' יענקעלע האט געזאגט אז ער האט מיטגעהאלטן אפאר מאל ווי מ'האט פארפירט שיניעווע רב.
כמדומה לי אז מ'זאגט אז דעם דברי חיים האט מען אויך אנגעדרייט ביי די צאנז/ריזינער מחלוקה, כ'דענק נישט בשם וועמען
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 637
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1210 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 04, 2019 11:05 am

דאונלאוד לינק צום בריוו פון סטראפקובער רב וועגן מחלוקת, זעה די פערטע פעידש ד"ה וראיתי בחוש.

ועיין עוד כאן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דינסטאג יוני 04, 2019 11:30 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2359
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

Re: די חרדי'שע Deep State

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 04, 2019 11:20 am

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בעלזע רב ז"ל האט אליינס געזאגט אז אין אייראפע האט מען אים פארפירט, און צוליב דעם האט ער געטוישט זיין צוגאנג צו די גאנצע ציונות/מזרחי/אגודה סומאטוכע.

רבי בנימין מענדלסאון שרייבט אז מ'האט פארפירט סאטמארע רב בנוגע ציונות.

ר' יענקעלע האט געזאגט אז ער האט מיטגעהאלטן אפאר מאל ווי מ'האט פארפירט שיניעווע רב.
כמדומה לי אז מ'זאגט אז דעם דברי חיים האט מען אויך אנגעדרייט ביי די צאנז/ריזינער מחלוקה, כ'דענק נישט בשם וועמען
אין ׳פונ׳ם רבינ׳ס הויף׳ טענה׳ט ער אז ר׳ משה׳לע ראזוואדאווער האט איהם געזאגט אז עס איז אלס דער גארליצער ב........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7897 מאל

Re: די חרדי'שע Deep State

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג יוני 04, 2019 11:38 am

וואלווי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא א בריוו פון ר׳ שמואל סאלאנט צו הגאון ר׳ מרדכי גימפל יפה אז די ארומיגע פון ר׳ יהושע לייב דרייען איהם א קאפ.

עס איז אויך דוכט זיך דא א בריוו פון דער ערוך השלחן אז יענקל ליפשיץ דרייט מיט ר׳ יצחק אלחנן׳ס מיינונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ס'דא אויך דא א בריוו ערגעץ ווי, אז דער שטוב מענטש, דער מקורב ר' יהושע'לע, האט מייעץ געווען פאר רבי'ן בנוגע די מורדים וואס האבן אנגעהויבן מאכן שבת פאר זיך, "אדוני משה כלאם..."
אבער דארט האט זיך דער רבי למעשה נישט געלאזט פון אים.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך יוני 05, 2019 2:05 am

אונטער חכם האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא א בריוו פון ר׳ שמואל סאלאנט צו הגאון ר׳ מרדכי גימפל יפה אז די ארומיגע פון ר׳ יהושע לייב דרייען איהם א קאפ.

עס איז אויך דוכט זיך דא א בריוו פון דער ערוך השלחן אז יענקל ליפשיץ דרייט מיט ר׳ יצחק אלחנן׳ס מיינונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ס'דא אויך דא א בריוו ערגעץ ווי, אז דער שטוב מענטש, דער מקורב ר' יהושע'לע, האט מייעץ געווען פאר רבי'ן בנוגע די מורדים וואס האבן אנגעהויבן מאכן שבת פאר זיך, "אדוני משה כלאם..."
אבער דארט האט זיך דער רבי למעשה נישט געלאזט פון אים.


וועגען דעם שטייט טאקע לא קם עוד נביא כמשה...
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2163
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3013 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2797 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך יוני 05, 2019 2:07 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בעלזע רב ז"ל האט אליינס געזאגט אז אין אייראפע האט מען אים פארפירט, און צוליב דעם האט ער געטוישט זיין צוגאנג צו די גאנצע ציונות/מזרחי/אגודה סומאטוכע.

רבי בנימין מענדלסאון שרייבט אז מ'האט פארפירט סאטמארע רב בנוגע ציונות.

ר' יענקעלע האט געזאגט אז ער האט מיטגעהאלטן אפאר מאל ווי מ'האט פארפירט שיניעווע רב.
כמדומה לי אז מ'זאגט אז דעם דברי חיים האט מען אויך אנגעדרייט ביי די צאנז/ריזינער מחלוקה, כ'דענק נישט בשם וועמען
אין ׳פונ׳ם רבינ׳ס הויף׳ טענה׳ט ער אז ר׳ משה׳לע ראזוואדאווער האט איהם געזאגט אז עס איז אלס דער גארליצער ב........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ער זאגט טאקע דארט נישט ארויס בשם המפורש..
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2163
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3013 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2797 מאל

Re: די חרדי'שע Deep State

הודעהדורך שלי שלך » מיטוואך יוני 05, 2019 10:32 am

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בעלזע רב ז"ל האט אליינס געזאגט אז אין אייראפע האט מען אים פארפירט, און צוליב דעם האט ער געטוישט זיין צוגאנג צו די גאנצע ציונות/מזרחי/אגודה סומאטוכע.

רבי בנימין מענדלסאון שרייבט אז מ'האט פארפירט סאטמארע רב בנוגע ציונות.

ר' יענקעלע האט געזאגט אז ער האט מיטגעהאלטן אפאר מאל ווי מ'האט פארפירט שיניעווע רב.
כמדומה לי אז מ'זאגט אז דעם דברי חיים האט מען אויך אנגעדרייט ביי די צאנז/ריזינער מחלוקה, כ'דענק נישט בשם וועמען
אפשר מיינט איר דעם ספר נפלאים מעשיך, וואס לעפקאוויטש דערציילט פונעם פאיע רב?
שלי שלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 10:54 am
האט שוין געלייקט: 587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט