די חרדי'שע Deep State

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

די חרדי'שע Deep State

שליחה דורך גדליה »

אין די לעצטע שטיק צייט איז געווארן שטארק פאפולאריזירט די קאנצעפט פון Deep State, נעמליך אז די רעגירונג ווערט געפירט דורך באהאלטענע אנאנימע כוחות וואס ברויכען נישט אפגעבען דין וחשבון פאר קיינעם. דאס ווערט בפרט ארויפגעברענגט דורך די טראמפ שטיצער, וואס טענה'ן אז ס'איז דא אינערליכע כוחות אין די רעגירונג וואס טוען זיך וואס זיי ווילען, אן דעם וואס איינער האט זיי ערוועהלט. אזוי אויך די לעצטיגע נעטפליקס דראמא House of Cards האט זיך שטארק געבויט אויף די פענאמענען.
כ'האב נישט דורכגעטוהן די ענין, אבער ס'איז זיכער ריכטיג אז ס'איז דא אסאך שטארקע כוחות און איינפלוסן אינערהאלב די פאליטישע מאכטן, צו מחמת געלט, אדער מחמת אנדערע איינפלוסן, וואס זיי האבן אומבאגרעניצטע כוחות, ווי למשל די NSA וואס האט זיך ערלויבט צו טוהן זאכען וואס קיינער וואלט נישט גע'חלומ'ט, און ווען נישט עדווארד סנאודען וואלט מען נישט געוואוסט ביז היינט דערפון.
אשר על כן וויל איך דא ווידמען עטליכע שורות איבער א דיפ סטעיט קאנספיראציע אינערהאלב די חרדי'שע פאליטיק. דהיינו, זייטיגע כוחות און באהאלטענע איינפלוסן וואס דרייוון די פאליטיק פון דעם ציבור צוליב פערזענליכע אינטערעסן.
איך וועל געבען קודם איין דוגמא, און ביטע נישט טוישן די נושא צו סתם פאליטישע געשפרעכן, נאר הערן מיין נקודה און דאס דעבאטירן.
ביי די מהרז"ל פארטיי איז לעצטענס אפירגעקומען א כוכב מיט'ן נאמען ר' יצחק שטערן וואס דרייט איבער וועלטן. ער פאררופט כינוסים און פלאנירט אויס גראנדיעזע פאליטישע פלענער, אונטער זיין איינפלוס טוהט די מהרז"ל פארטיי אריינגיסן שווערע געלטער און כוחות עצומות אין די פלג הירושלמי פון אויערבאך פארטייען. שווערע צענדליגע מיליאנען וואס וואלטן געקענט גיין פאר וויכטיגע צוועקן וואס קענען פאקטיש בענעפיטירן די חסידים פון מהרז"ל, ווערן פארשווענדט פאר די פאליטישע מאטיוון פון א יחיד.
מיין שאלה איז, ווער האט דעם איד געשטעלט אלס דעם ראש העדה. ער איז נישט קיין רבי, נישט קיין רב, נישט קיין דיין. נאר א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה מיט גוטע פאליטישע קאנטאקטן, וועלכע פירט דעם רעדל לויט ווי אזוי ער האלט פאר ריכטיג. קיינער האט אים נישט אויפגענומען און קיינער ווייסט ניטאמאל וואס ער טוהט און ווי אזוי ער אפערירט.
לכאורה איז דאס א הימעל געשריי, אז עס יאווען זיך יחידים און שוויצערס וואס דרייען אן פאליטיק, אן דעם וואס זיי זאלן דארפען אפגעבען א דין וחשבון פאר איינעם.
איך כאפ דאס אן אלץ א דוגמא, און איך וויל נישט די שמועס זאל פארקריכן צו די נושא פון די כינוסים. איך וויל דעבאטירן די אומגעהויערע איינפלוס וואס פריוואטע יחידים פארמאגן, דורך דעם וואס מיט זייער געשליפען צינגעל און כאריזמאטישע פערזענליכקייט, באקומען זיי גרעניצלאזע איינפלוס און מאכט, און דאס, אן דעם וואס זיי זאלן זיך דארפן אפילו ארויסשטעלען פאר'ן ציבור און זאגען, הנני, איך בין דער מנהיג הדור.
ביי די ליטווישע איז דאס גאר שטארק שכיח, למשל ביי הגר"ח קנייבסקי, וועלכער שרייבט אונטער קול קורא'ס און פאדערט אויף די המון עם אויף פארשידענע זאכען, און דאס בשעת וואס מיר אלע ווייסען אז דער איד איז אין לו בעולמו אלא ד' אמות של הלכה, און ער האט נישט קיין שום אהנונג וואס טוט זיך אפ אין די וועלט. אזא גדול ווערט געפירט דורך קינדער און אייניקלעך און גבאים, וועלכע זאגען אים וואס זיי ווילען, און מאכען אים אונטערשרייבען וואס זיי ווילען. און ווען א מענטש לייענט א קול קורא פון דעם גדול ווייסט ער נישטאמאל אז דאס איז די ארבעט פון עפעס א שוויצער וואס האט עס אונטערגערוקט.
אין מיינע אויגען איז דאס איינע פון די גרעסטע פראבלעמען פון די סיסטעם, אז פשוט'ע מענטשן שלא שנו ולא שמשו קענען זיך ארויפרוקן און איבערדרייען דעם ציבור, אנע דעם וואס איינער האט זיי אויפגענומען פאר די פאזיציע.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר