תנו לבבכם!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
טשילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:35 am
האט שוין געלייקט: 882 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

תנו לבבכם!

שליחה דורך טשילער »

א פרישע חודש, א פרישע "מולטי מיליון דולר קאמפיין". טאקע אן קיין באשטימטע גאול, אבער אלע חסידים לויפן שוין נאך די עולם ווי הינט וואס מ'האט ארויס געלאזט פון די קייטן.
אזויווי ס'איז די סטייל די לעצטע 2 יאר צו מאכן קאמפיינען אין די מיליונים פאר די חשובע מוסדות התורה, און חסידות. (נישט פאר די ארומע וואס קענען נישט ענדיגן די חודש, ווער רעדט פון סיי בכלל).
און ווי ס'זעהט אויס איז עס טאקע מצליח. צי די נאמבערס זענען טאקע אקטועל ווייסט נאר דער וואס זיצט ביים קאמפיוטער, אבער ס'איז זיכער אז די טריפענע אינטערנעט האט איהר תיקון, ווען מ'דארף איהר פאר א נויט, אויף אריינצוברענגן גרויסע ציפערן.
יעצט ראש חודש סיון גייט וויז'ניץ בני ברק - ר' ישראל - מאכן א קאמפיין צו "ענדיגן בית וויז'ניץ" וואס מ'בויט שוין פאר ווער ווייסט ווי לאנג.
משום איזה סיבה שהוא האט דעי בנין פון קוים עטליכע שטאק געדארפט קאסטן 30 מיליון דולר, יעצט האלט עס שוין ביי 60.
יעדער שטייט און שטוינט: ווער איז דא א גנב אז מ'דארף באצאלן כפל?... וואס גייט דא פאר? קען מען זיך טאקע נישט אויסרעכענען? איז חלילה דא "שטוב מענטשן" דא אין די זייט, וואס נוצן אויס די רבי'ס תמימות און די ענגע מצב אין די צייטווייליגע בית המדרש צו קאווערן זייערע בילס? אדער איז די רבי אליינס אין שווערע חובות פון אנדערע "אונטערנעמונגען" וואס ער איז ברייט באקאנט פאר!?!
די רבי האט געזאגט ביי נעילת החג פסח אז ער דארף "דרונגענד" 20 גרינע "רעדלעך" [א חסידישע כינוי פאר א מיליון $, א "דבר השלם" ווי א רונדיגע זאך] און אז מ'זאל זיך נישט איינרעדן אז ער האט... נו גיי ווייס. דא האט איהר די לינק ווי מ'קען מיטהאלטן די אפיציעלע נאמבערס. לידיעת הדברים בלבד. https://www.causematch.com/en/projects/viznits/

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר