אויסצוג פון א צייטונג פון ב''א תמ''ט:

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

אויסצוג פון א צייטונג פון ב''א תמ''ט:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]מדבר סיני – ס'איז צוויי טויזענט פיר הונדרעט און ניין און פערציג יאר זינט וועלטס באשאף – ווען די אידן האבן ענדליך דערגרייכט צום מדבר סיני. באלד ביים אנקום זענען אלע קריגערייען און קאנפראנטאציעס וואס אידן האבן געהאט צווישן זיך ספאנטאן געקומען צו אן ענדע. א גייסט פון ליבשאפט און טאלאראנץ האט באהערשט דאס גאנצער פאלק - דער ליבליכער פרידן גרוך האט זיך געשפירט אין די לופטן. די אידן האבן פילייכט געשמעקט אז גראנדיעזע געשענענישן גייען אט פאסירן. א גייסט פון נייגער און אנגסט האט געשוועבט אין די לופטן – קיינער האט נישט געוויסט גענוי וואס עס גייט זיך ווירקליך אפשפילן, אבער מ'האט געוויסט אז עס קומט א באמבע... משה דער געטרייער פאסטוך האט זיך געהאלטן שטיל און געהיימפול – ער האט נישט געוואלט שוין אינעם ערשטען טאג באלמוטשענען דעם פאלק.

יענע נאכט האט א טאטאלער שטילקייט באהערשט דאס גאנצע אידישער לאגער, די אויסגעמאטערטע וואנדערע אידן, זענען אלע געווען איינגעזינקן אין א טיפער מדבר שלאף, אזש מ'האט נישט געהערט קיין פיפס אינעם גאנצן ארום, בלויז די געשריי פון עטליכע אויסגעהונגערטע שאקאלן האבן זיך געהערט פון ווייט ווייט אוועק...

און דעם אנדערען טאג אינדערפרי באלד ביים בעגינען, נאך איידער דער זון האט זיך באוויזן אויפן מזרח טייל פונעם הימעל, האט משה דער געטרייער פאסטוך באלד און געשווינד ארויף געקלעטערט אויפן בארג סיני. דארט אויפן בארג האט דער באשעפער פון דער וועלט זעלבסט אים שוין אפגעווארט אין א איבעראשונג. דער באשעפער זאגט באלד פאר משה ווי פאלגענד: משה כ'האב א זעלטענעם פארשלאג וואס כ'וויל אז די זאלסט פארשלאגן פארן פאלק. זאג זיי ווי פאלגענד: ''ג-ט זאגט, אזוי זאלסטו זאגן פאר די בית יעקב און פאר די אידישע קינדער - איר האט אלע געזען וואס כ'האב געטאן פאר די עגיפטער, כ'האב ענק געפירט אויף די פליגלן פון אדלער, און כ'האב אייך געברענגט צו מיר. אצינד איז אזוי, אויב וועט איר זיך צוהערן צו מיר און איינהאלטן מיין בונד, וועט איר זיין פאר מיר דאס אויסדערוועלסטע פאלק פון אלע פעלקער, ווייל דער גאנצער ערד קוגל געהערט צו מיר. איר וועט זיין א הערן-פאלק און א הייליג פאלק, דאס זאלסטו זאגן פאר די אידן".

משה קלעטערט אראפ פונעם בארג - און לאזט באלד רופן די פּראָמינענטע אידישע פירער, וועלכע האבן זיך באלד פארזאמעלט אינעם קאמיטע דעזיגנירטער געצעלט. משה האט דארט אינעם געצעלט פרעזענטירט פאר די עלסטע פון פאלק דעם פארשלאג פונעם באשעפער. די ענטזיאסטישע אידן האבן באלד איינשטימיג צוגעשטימט אנצונעמען דעם פארשלאג פונעם באשעפער פון די וועלט, און דאס אידיש פאלק האט דאן פראקאלאמירט מיט שטארקייט - אז אלעס וואס דער באשעפער וועט הייסן וועלן זיי טאן. משה האט זיך זעלבסטפארשטענליך גאר שטארק געפרייט צו הערן דעם גינסטיגן אנטווארט פונעם פאלק - און בלויז איין טאג דעראויף האט ער ווידער אמאל ארויפגעקלעטערט אויפן בארג, און געמאלדן פארן באשעפער מיט פרייד אז זיין פארשלאג איז איינשטימיג אקצעפטירט געווארן ביים גאנצן פאלק.

זייער גלייך! האט דער באשעפער געזאגט פאר משה, און ער זעצט פאר: משה, איך קום צו דיר און די נעפל פון א וואלקן, ווייל איך וויל אז דער פאלק זאל באשיינפערליך זען ווי איר רעד מיט דיר פערזענליך, אזוי אז זיי זאלן גלייבן אויך אין דיר אויף שטענדיג". דער באשעפער זאגט ווייטער פאר משה, " גיי צום פאלק, הייליג זיי היינט און מארגן, און זיי זאלן זיין גרייט אויפן דריטן טאג, ווארום אינעם דריטן טאג גיי איך אראפקומען פון מיין וואוינארט אין די העכערע ספערן פאר די אויגן פונעם גאנצן פאלק אויפן בארג סיני". דער באשעפער זעצט פאר מיט קריטיש וויכטיגע אנווייזונגן " די זאלסט באגרעניצן דעם פאלק ארום דעם בארג, און זאג אן פארן פאלק אז קיינער זאל זיך נישט וואגן ארויפצוגיין אויפן בארג אדער אפילו איר אנרירן, ווארום ווער ס'וועט אנרירן דעם בארג וועט פאלען א טויטער אויפן ארט, נישט קיין מענטש און נישט קיין בהמות – ערשט וועט דער שופר וועט שאלן דאן וועט איר קענען אנרירן דעם בארג".

משה האט ווידעראמאל אראפגעקלעטערט פונעם בארג און ער האט אנגעהויבן אויסצופאלגן די אנווייזונגען פונעם באשעפער.
שטרענגע רעגולאציעס זענען איינגעשטעלט געווארן אינעם גאנצן אידישן לאגער. ס'איז ארויסגעגאנגען א שארפער פארבאט צו האבן סיי וועלכע אינטימישע באציאונגען. אלע וואש-ערטער און באדע-איינריכטונגען זענען פארפלייצט געווארן מיר איבער א מיליאן מענטשען! יעדער איז געווען פארפליכטעט זיך צו רייניגען אין א מקוה, זיך זעלבסט און אויך די קליידער. מענער, פרויען, קליינע קינדער, יעדער האט זיך אונטערגעטינקען אין די פראוועזארישע אייז קאלטע מדבר מקואות, דער גאנצער לאגער איז געגאנגען כאדאראם...

די אידישע סדרנים און וויכטיג-מאכערס מיט ארעם בענדער באקליידעט מיט העלישע וועסטלעך האבן באוואכט דעם בארג סיני – זיכער צו מאכן אז קיינער אן קיין אויסנאם גייט נישט ארויף אויפן בארג. שיינע אידן און פילאנטראפן האבן פראבירט אונטערצושמירן די באהערענדע פאר א ערלויבעניש זיך צו פארזארגן מיט א גוטען ארט אויפן בארג – צו האבן די מעגליכקייט בעסער צו אבזערווירן דעם בעפארשטייענדעם מאניפעסטאציע – זאגאר די אנטווארט פון די סדרנים איז געווען: ס'איז בלויז אויף אייערע אחריות, אויב ווילט איר דערלעבן מיטצוהאלטן די מאניפעסטאציע, דאן גייט נישט ארויף אויפן בארג!

אינעם דריטן טאג זענען שוין די אידן געווען היפש פארמאטערט פון די מאסיווע באפארברייטונגן, אזש זיי זענען טיף אריינגעשלאפן ביז אינעם גרויסן טאג אריין. מיטאמאל דערוועקן זיי זיך פון שלאף אין א טויט שרעק. מאדנע קולות הערן זיך פונעם ריכטונג פון בארג, א שופר שאלט און איר קול ווערט שטערקער פון מינוט צו מינוט, עס דינערט און בליצט אזש ס'כאפט א ציטער. זיי לויפן ארויס צום בארג און בלייבן שטיין געלעהמט פאר שרעק. דער גאנצער בארג איז איינגעהילט אין העלישע פלאמען און א שווארצע געדוכטע רויעך הייבט זיך ביז צום הימל, דאס איז געווען א צענע וואס זיי האבן נאך אין זייער לעבן נישט געזען. אט הערט זיך די שטימע פונעם אלמעכטיגער באשעפער פון די וועלט וואס רופט צו משה אז ער זאל ארויפקלעטערן אויפן בארג. ווי נאר משה האט דערגרייכט דעם שפיץ פונעם בארג האט דער באשפער אנגעהויבן זיינע רייד:

"איך בין דער אייבישטער אייער באשעפער וואס האט ענק ארויסגענומען פון עגיפטן פון שקלאפן הויז. איר זאלט נישט באזיצן קיין געצען אין מיין אנוועזנהייט, איר זאלט נישט מאכן קיין קיין אויסגעשניצטע סטאטוע, און קיין שום בילד פון וואס ס'איז אויפן הימעל און העכער, און פון וואס ס'איז אויף דער ערד און ארונטער, און וואס ס'געפונט זיך אין די וואסערן פונעם אפגערונד. ביקט זיך נישט פאר זיי און דינט זיי נישט, ווארום איך בין ג-ט אייער באשעפער, א באשעפער וואס צארנט און געדעקט זינד פון עלטערן צו די קינדער ביז דריי און פיר גענעראציעס. און טיט גענאדע פאר טויזענטער יאר שפעטער פאר די דאזיגע וואס ליבן מיך און היטן אויף מיינע געבאטן... דאס פאלק איז געשטאנען מיט א הייליגער ציטער, און צוגעהערט צו די רייד פונעם אלמעכטיגער באשעפער, אבער דאן האט דאס פאסירט... די אידן האבן מער נישט געקענט דערהייבן די ציטער און שרעק וואס דער אלמעכטיגער ג-ט האט געווארפן אויף זיי. אין רעזולטאט האבן זיי פארפירט אז משה זאל איבערנעמען דאס רעדל. דער באשעפער האט איינגעשטומט און ער האט פארגעזאט פאר משה גענוי וואס ווייטער צו זאגן. משה האט פארגעזאגט:
"איר זאלט נישט ארויס זאגן דעם באשעפערס נאמען אומזיסט, און איר זאלט האלטן שבת. איר זאלט אפגעבן עהרע פאר טאטע און מאמע. מערדערט נישט, און פארגעוואלדיגט נישט קיין פארהייראטע ווייבער, פארכאפט נישט קיין מענטשן מיט די גיוואלד, זאגט נישט קיין פאלטשע צייגעניש, און גליסט נישט וואס דער נאכבאר פארמאגט..."

ווי נאר משה האט גענדיגט זיינע רייד, איז דער פייער אנטרינען געווארן פון בארג, און צו די שאלן פון א שופר האט זיך דער באשעפער צוריק געקערט צו זיין וואוין ארט ארט אין די הויכע ספערען... מיט דעם איז דער מאניפעסטאציע געקומען צו איר ענדע און די אנוועזנדע זענען זיך צוגאנגן מיט געהויבענע געמיטער.

אין די טעג נאך די מאניפעסטאציע האט משה געלערנט פאר די אידן די גאנצע תורה, און ביז צום היינטיגן טאג האלט זיך דאס ארטאדאקסישע יידנטום צו צו די פארשריפטן און רעגולאציעס וואס משה האט געלערענט מיט זייערע עלטערן אין די טעג וואס די אייינמאליגע מאניפעסטאציע איז זיך פארלאפן אין די פוסטענישן פון מדבר סיני...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר