דורך אדונינו » זונטאג יוני 23, 2019 1:01 am
לכבוד ר׳ יואל ראטה שליט״א
איך וויל אייך דערציילן מיין לעבנ׳ס געשיכטע:
איך האב חתונה געהאט בשעטו״מ פאר איבער צוואנציג יאר צוריק אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, אפאר חדשים נאך מיין חתונה בין איך געזיצן איין נאכט מיט מיין בני בית, און איבערגעגאנגען די בודזעט, און מיר זענען געקומען צום מסקנא אז איך מוז גיין ארבעטן, וכך הוה איך האב גענומען א דזאב, עטליכע חדשים שפעטער בין איך אריבער צו א צווייטע דזאב, איך האב אנגעהויבן צו פארדינען גאנץ באקוועם און צוביסלעך האב איך געזעהן אז איך טרעף מיך יעדן חודש מיט א שיינע פאר דאללער איבריג.
נו, הייב איך אן טראכטן אביסל טיפער, עס איז צייט אנצוהייבן אוועקלייגן געלט פארן צוקונפט, האב איך מיך דורעך גערעדט מיט אן עלטערן שוואגער, און ער האט מיר מייעץ געווען צו מאכן א גוטן ״לייף אינשורענס פאליסי״ וואס האט א שיינעם ״קעש וועליו״ טראכטנדיג צו זיך ווי שיין עס וועט זיין ביז א 5-10 יאר ווען איך וועל האבן גענוג פאר א דאון פעימענט פאר מיין אייגענע הויז, און אזוי ווייטער צו חתונה מאכן מיינע קינדערלעך.
האב איך זיך נאכגעפרעגט פאר א פארלעסליכע בראוקער, איך האב מיך געטראפן מיט אים, און קלאר געזאגט: איך דארף א פאליסי מיט א קעש וועליו, אין 10 יאר ארום פון בערך 100k, און פאר צוואנציג-פערציג יאר ארום, בערך 40k יעדע 2-3 יאר, און איך פלאן בכלל נישט צו באצאלן די געלט, (עס גייט אראפ פון די ״דעד בענעפיט״) למעשה האט ער מיר געגעבן א פאליסי מיט א פרומיום פון קרוב צו 8 טויזנט דאללער א יאר, וואס איך האב צוטיילט און חודש׳ליכע פעימענטס (אביסל מער פון 700 א חודש) גאנץ א שווערע אינטערנעמונג, אבער טראכטנדיג פון די גאלדענע עתיד איז עס געווען פיל גרינגער.
אזוי האב איך געלעבט א שיין אבער שפארזאם לעבן, ווען יעדע חודש פארט ארויס א פעימענט צום פאליסי, איך געדענק געוויסע חברים מיינע וואס האבן געלעבט א שענערע לעבן, מער וואקאציעס, בעסערע קאר, אבער איך האב אריינגעלייגט די פאר הונדערט דאללער ווי א חלק פון מיין בודזעט, און ווען איך האב זיך גענויטיגט און אביסל חיזוק, האב איך נישט מער ווי געדארפט קוקן אויף מיין קעש וועליו, און עס איז מיר בעסער געווארן.
צוועלף יאר שפעטער:
די משפחה איז גרעסער געווארן, די הוצאות אויך, אבער ב״ה איך האב א פיינע פרנסה, גענוג אויף צו לעבן, איך האב מיך אריינגעלייגט און זוכן צו קויפן א דירה׳לע, און ווען איך האב געזעהן ווי מיט מיין דאון פעימענט (עטוואס מער פון א מאה) קען איך נישט קויפן דאס וואס איך וויל, האב איך אינאיינעם מיט די בני בית מחליט געווען צו איבערלאזן די שטאט, און זיך אריבערציען קיין מאנסי, פון אנהייב איז עס געווען זייער שווער, הן בנוגע משפחה, ארבעט, וכו׳ והן בנוגע מוסדות, באקוועמליכקייט וכו׳ אבער וואס טוט מען נישט פאר א שענערע און בעסערע לעבן.
צוביסלעך האבן מיר זיך צוגעוואוינט צום נייעם לעבן, און אנגעהויבן הנאה האבן פון יעדע מינוט, די געשמאקע קלארע לופט, די רחוות אין שטוב, די גראז און ביימער, מיר האבן געפילט ווי דאס איז געווען פון די בעסטע החלטות אין לעבן.
נאך אפאר יאר איז דורעך און בשעטו״מ האבן מיר א שידוך געטון מיט אונזער עלטסטן זון, האב איך מיר געמאכט א חשבון לויט די חשבון פון די קינדער, אז אין די קאסע איז/וועט זיין גענוג פאר בערך 48k פער קינד, איך האב געטרענספערט די געלט צו מיין אקאונט, און אינאיינוועגס געמאכט א כמעט דעטאלירטן ליסט וואס בערך מיר ווילן פאר די חתונה.
מיר האבן געקויפט שיינע מתנות פאר די כלה, נישט רייך אבער שיין, יא א עכטע דיימאנד פארן קרוין פון מיין זון אי״ה, איך האב מיך געפילט זייער גוט אז איך קען געבן שיינע מתנות, עס איז מיר פשוט געווען גוט אויפן הארץ, און ווען די כלה האט גערופן זיך באדאנקן, איז אלעס ווערט געווען צו הערן אז מיר אינוועסטירן אין די ריכטיגע פלאץ.
ווען מיין זון איז געגאנגען פאר א שטריימל האב איך אים געזאגט: איך וויל נישט אזאנס וואס צופאלט נאך א יאר, קויף א שיינע שטריימל מיט שיינע אפענע האר, וואס מיט דעם וועסטו אי״ה מפאר זיין בראש שמחתך, נישט אויפגעריסן, אבער פאר $4,200 האט ער באקומען א שטיקל וואס ער האט באמת ליב געהאט, און איך בין געשטאנען אין געקוואלן פאר נחת, אז איך קען געבן פאר מיין זון, דאס איז דאך מיין ציל אין לעבן!!
ווען עס איז געקומען צו די חתונה נאכט הוצאות, האב איך געפרעגט מיין זון וועלכע זינגער ער האט ליב, וועלכע שפילער, און איך האב אים געגעבן אויס צו וועלן וועלכע 2 אינסטראמענטן ער וויל צולייגן, ווייל נאך אלעמען איז א חתונה א נאכט וואס בלייבט אין זיכרון א גאנץ לעבן, נו גוטע זכרונות קען נישט שאטן, א בדחן האבן מיר אוסגעקליבן א געשמאקער, ווי אויך האבן מיר אנגעבעטן ביים זאל צוצילייגן געשמאקע עסן פארן מצוה טאנץ.
אזוי האבן מיר איינגעקויפט שיין און געשמאק, בכלל נישט רייך, אבער אלעס וואס א פרישע פארפאלק קען דארפן, איין זאך וואס איך האב באיקאטירט איז דיינונג רום מעבל, וואס איך האב געזאגט פאר מיין זון אז אי״ה ווען ער קויפט זיין אייגן הויז, גיב איך אים האלב פון די מעבל דאן.
ליל החתונה הגיע:
איך בין אנגעקומען צום זאל מיט מיין פאמיליע ווי א מלך, מיין זון דער חתן, מיינע אנדערע קינדער, מיין בני בית, אלעס אזוי שיין, איך האב געלויבט און געדאנקט דעם באשעפער אויף אלע זיינע חסדים, קיין ברעקל חובות נישט, אליס איז אויסגעצאלט פון פאראויס, איך האב געפירט מיין זון אונטער די חופה מיט טרערן פון שמחה, און יא, איך בין די גליקליכסטע טאטע, אז איך קען געבן מיינע קינדער און מיין ווייב די שענסטע און די בעסטע.
אזוי איז דורעך די סעודת החתונה, איך האב באמת הנאה געהאט פון די שיינע כלי זמר, אזוי הארציג און באטעמ׳ט, עס האט אסאך צו געגעבן צו די שמחה, די ריקודים דערנאך ווי די חתן מיט די משפחה און חברים פרייען זיך און זענען געטאנצן עד לב השמים, ווען ביי די הפסקה בין איך צו געגאנגען צום מחיצה און צוגערופן מיין ווייב, און געפרעגט וויאזוי אלעס איז, און ווען די ענטפער איז געווען ״ביוטיפול״ האב איך געפילט ווי אט אט גליטשט זיך ארויס א טרער פון אמת׳ע שמחה און פרייד.
מצוה טאנץ:
דער געשמאקע בדחן האט אנגעהויבן מיט אריינפיר גראמען אויף א שיינעם וואלס, דער עולם אפילו די וואס האבן געהאלטן אינמיטן פארלאזן די זאל, זענען שטיין געבליבן אויסהערן, סארווירער האבן אריינגעברענגט געשמאקע פארבייסונגען, וואס דער עולם האט גענומען מלא חפניים, און געשמאקע קיפקעלעך האבן זיך פארמירט ארום די טישן, ווען דער בדחן מיט זיין לשון לימודים האט פיין אונטערגעהאלטן די עולם, דערנאך האט ער אויסגערופן די מצוה טענץ, שיין, געשמאק, און געשיקט, ווי נאר ביי די לעצטע דריי האט ער מער מאריך געווען, אבער איך ווייס נישט צו די עולם איז געווען דערביי אדער נישט, ווייל איך בין געזיצן מיט פארמאכטע אויגן, מלא שבח והודאה צום רבש״ע, בתודה על העבר, ובקשה על העתיד.
חתן כלה האבן געענדיגט טאנצן מצוה טאנץ עטוואס נאך צוויי אזייגער, און דער עולם איז אהיים איש על מחנהו ואיש על דגלו, ווען די קומענדיגע טעג איז נאכגעפאלגט מיט א וואך פון שבע ברכות. מזל טוב.
מאכנדיג די סה״כ וויפיל די שמחה האט למעשה געקאסט, איז מיר אויסגעקומען בערך 55k, דאס איז מיט זיבן טויזנט מער ווי געפלאנט, אבער ברוך השם, עס איז געדעקט געווארן, און איך האב עס אפילו נישט געפילט און מיין קעשענע, זעהט זיך אויס עפעס השפעות קומט יא אראפ בעת משוש.
לענינינו:
האב איך זיך ארויסגעלערנט אסאך פון מיין זונ׳ס חתונה, ואעלה אותם על הכתב למען יעמדו ימים רבים.
א אחריות׳דיגע אינגערמאן וואס טראכט סוף מעשה במחשבה תחילה, קען חתונה מאכן שיין אן קיין חובות.
איינער וואס קען נישט אוועקלייגן אויף חתונה צו מאכן, מיינט לכאורה אז זיין דירה איז אויך געדינגן, און ער וואשט אראפ דערמיט אפאר אלפים א חודש
איינער וואס טראכט נישט פון זיין חתונה, א פלאן אויף צו חתונה מאכן, וועט בדרך הטבע טאקע נישט קענען.
די פילינג פון געבן פאר די קינדער, איז פון די בעסטע פילינגס וואס א טאטע קען האבן.
א חתונה אן חובות איז פון די פרייליכסטע צייטן אין לעבן.
איינער וואס באקומט שיינע קליידער און מתנות פילט גיט אינערליך.
א קינד פילט ווען זיין טאטע גיבט אים מרצונו הטוב, און ער האט דאס ליב.
איינער וואס קארגט ביים חתונה מאכן, אפילו דאס וואס ער גיבט, פילט געצווינגן.
אין א געזונטע פאמיליע איז א שיינע שטריימל א זאך וואס א טאטע וויל געבן פאר זיין קינד, נישט ח״ו א זאך וואס א קינד דארף וויינען פאר.
שיינע מוזיק מאכט באמת פרייליך
א בדחן וואס טויגט, הערט מען אויס מיט אפענע אויערן.
מען מעג גיין שלאפן 2 אזייגער איינמאל אין 2/3 חדשים, נאך א נאנטע חתונה, עס מאכט זיך גענוג נעכט וואס מען איז אויף שפעט, מען דארף נישט ענדיגן א שמחה פריער ווי שיעורי תורה א געווענדליכן טאג.
זיך נישט ווי צו קארגן, זיך ווי צו פארדינען.
טויש נישט דיין קינד, טויש דיך.
די וועלט איז נישט משוגע.
אז א קינד איז מסכים אז מען זאל אים עביוזן, מיינט נאך נישט אז עס איז ריכטיג.
יעדע מענטש פילט גיט, ווען מען מאכט אים פילן גיט.
אז דו האסט א פראבלעם, זוך א לעזונג, שריי נישט אז יעדער האט די פראבלעם.
יעצט וויל איך דיר בעטן ר׳ יואל, ביטע ווייז אונז דיינע טעקס ריטורנס!! לאמיר זיין מהיכן ירק זה חי, קיין געהאלט נעמסטו דאך נישט, דיין ווייב ארבעט? מענטשן שטיצן דיר? פון ווי נעמסטו 7 טויזנט דאללער צו חתונה מאכן? לאמיר זעהן אויב דו ביזט בכלל דער וואס פארשטייט אונז, מיר פשוטע אידן האבן ארבעט, מיר נעמען געהאלט, קיינער שטיצט אונז נישט, וואס מיר לייגן אוועק האבן מיר, און מיר ווילן ניצן אונזער געלט אזויווי מיר האבן ליב.
און איך וויל צוענדיגן מיט א פערזענליכע בקשה, הער ביטע אויף צו טראמעטייזן מיינע קינדער!!! זיי זעהן דיינע קליפס ווי דו שרייסט אויף די מענטשהייט, און ניין זיי צאפן נישט מיין בלוט, זיי שחט׳ן מיר נישט, זיי מאכן מיר נישט קיין הארץ אטאקעס, איך האב זיי ליב מיט מיין גאנצע הארץ, און איך וויל זיי געבן אלעס אין די וועלט, און יא אפילו מיין גאנצע סעיווינגס.
כל טוב.