מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 23, 2019 3:05 am

אדונינו האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ערשטענס. סעווינגס וואס פאלן אין ווערט אין ניטאמאל קיין סעיווינג. צווייטנס. אפי' א סידי וואלט געהאט א בעסערע ריטורן....

אלע קליגע רעספאנסעס ווי דעד בענעפיט.... טעקס פרי..... אד''ג וועל איך נישט אדרעסירן. מחמת כמה פארשטענדליכע טעמים...

סעיווינגס וואס פאלט אין ווערט איז נאכאלץ סעיווינגס!!
אויב איך שפאר 8,000 א יאר, אויף חתונה צו מאכן, ווייל אויף איינמאל 50,000 קען איך נישט, מיינט אז די 8,000 איז מיסט??

נישט די אכט טויזנט אבער יא די צודרייטע קאנצעפט פון א לייף אינשורענס...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1775
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1638 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

הודעהדורך אדונינו » זונטאג יוני 23, 2019 3:10 am

קורקלענד האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:מיט געלט וואס מען ספענדט נישט, קען מען גארנישט טון, מען קען נאר טון עפעס מיט געלט וואס מען לייגט אוועק, און אנשטאט אונטערן מאטראץ, איז א פאליסי א גוטע זאך.

מיט געלט וואס מען ספענדט נישט קען מען טוהן זייער אסאך. און לייגן די געלט אין א פאליסי איז איינער פון די שוואכסטע דעסיזשענס וואס א מענטש קען מאכן. ס'איז דא סי.די'ס., באנדס, מיושועל פאנדס, און אפי' ריעל עסטעיט אפציעס וואס ברענגען פיל מער.

גערעכט, איך וויל דייקא נישט רעדן פון אינוועסטמענטס, וואס דאס קען אויך יעדער האבן, איך רעד יעצט פון די שוואכסטע אופן, וואס רופט זיך סעיווינגס, וואס אפילו דורעך דעם קען מען חתונה מאכן.
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 331
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך אדונינו » זונטאג יוני 23, 2019 3:12 am

קורקלענד האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ערשטענס. סעווינגס וואס פאלן אין ווערט אין ניטאמאל קיין סעיווינג. צווייטנס. אפי' א סידי וואלט געהאט א בעסערע ריטורן....

אלע קליגע רעספאנסעס ווי דעד בענעפיט.... טעקס פרי..... אד''ג וועל איך נישט אדרעסירן. מחמת כמה פארשטענדליכע טעמים...

סעיווינגס וואס פאלט אין ווערט איז נאכאלץ סעיווינגס!!
אויב איך שפאר 8,000 א יאר, אויף חתונה צו מאכן, ווייל אויף איינמאל 50,000 קען איך נישט, מיינט אז די 8,000 איז מיסט??

נישט די אכט טויזנט אבער יא די צודרייטע קאנצעפט פון א לייף אינשורענס...

ממילא האב איך נישט צו ארויס נעמען די 500,000 ווייל די קאנצעפט איז לשיטתך צודרייט?
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 331
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 23, 2019 3:22 am

די צודרייטע קאנצעפט איז דאס 'אריינלייגן' אהין, נישט 'ארויסנעמען'...

עניוועיס. לאמיר צוריקגיין צו די ביליגע חתונות. ס'איז אסאך וויכטיגער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1775
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1638 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

הודעהדורך אדונינו » זונטאג יוני 23, 2019 3:31 am

קורקלענד האט געשריבן:די צודרייטע קאנצעפט איז דאס 'אריינלייגן' אהין, נישט 'ארויסנעמען'...

עניוועיס. לאמיר צוריקגיין צו די ביליגע חתונות. ס'איז אסאך וויכטיגער.

קענסט אריינלייגן ווי דו ווילסט, ווי דו האלטסט איז בעסער, אבער פאוקעסן אויף ביליגע חתונות בעת וואס יעדער כמעט קען אוועקלייגן גענוג אויף א נארמאלע חתונה, איז נישט אזא אויפטו.
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 331
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 23, 2019 3:48 am

אבי געהאקט! יעדער קען אוועקלייגן? אכט טויזנט דאלער א יאר? איר רעדט מיט אדער אן גיין אין קאנטרי? מיט אדער אן וואוינען אין וויליאמסבורג? וואס איז אייך װיכטיקער, חתונה מאכן אדער רעטייערמענט און פינאנציעלע אינדעפענדענץ?

איר האט אפגעמאכט אז איר וועט אויפגעבן אויף וויליאמסבורג און גיין גלות ליידן קיין מאנסי צו קענען אפארדן א שיינע חתונה נאכט. אנדערע ווילן האבן שיינע יארן אין אין שטאט און וואלטן ליבערשט אוועקגעקוקט אויף עפעס איין נאכט....

בקיצר. איר האט געזעהן פאר וויכטיג אין לעבן צו מאכן א גרויסע חתונה, ממילא איז די פאקט אז רוב מנין ובנין ווערט אויפגעגעסן דערפין אייך נישט נוגע......
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1775
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1638 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

הודעהדורך אדונינו » זונטאג יוני 23, 2019 3:53 am

קורקלענד האט געשריבן:אבי געהאקט! יעדער קען אוועקלייגן? אכט טויזנט דאלער א יאר? איר רעדט מיט אדער אן גיין אין קאנטרי? מיט אדער אן וואוינען אין וויליאמסבורג? וואס איז אייך װיכטיקער, חתונה מאכן אדער רעטייערמענט און פינאנציעלע אינדעפענדענץ?

איר האט אפגעמאכט אז איר וועט אויפגעבן אויף וויליאמסבורג און גיין גלות ליידן קיין מאנסי צו קענען אפארדן א שיינע חתונה נאכט. אנדערע ווילן האבן שיינע יארן אין אין שטאט און וואלטן ליבערשט אוועקגעקוקט אויף עפעס איין נאכט....

בקיצר. איר האט געזעהן פאר וויכטיג אין לעבן צו מאכן א גרויסע חתונה, ממילא איז די פאקט אז רוב מנין ובנין ווערט אויפגעגעסן דערפין אייך נישט נוגע......

גערעכט, אז מען בלייבט אין וויליאמסבורג, האט מען נישט אויף קאנטרי, אויף חתונה מאכן, אויף ריטייערמענט, און אפילו נישט אויף טאג טעגליכן לעבן, אבער אויב גייט מען גלות ליידן אין א 3 שטאקיגן הויז אינעם עיר ואם בישראל מאנסי, דארף מען נישט קאנטרי, און מען קען חתונה מאכן.
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 331
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 23, 2019 4:33 am

וויליאמסבורג אדער מאנסי איז גאנץ ווייניק נוגע אהער. לעת עתה איז יעדער מחיוב חתונה צו מאכן 'נארמאל' וויאזוי איר רופט עס. לעת עתה קען א מחותן אין בעסטס פאל זאגן אז ער וויל ויואל משה, און אויב די צד שני וויל קענען זיי אויסצאלן די קאנטינענטעל אדער עטרת אברהם דיפערענץ. אדאנק רוטה, וועט מען אין אפאר יאר קענען זאגן, מחותן טייערע איך וויל חתונה מאכן פאר פינף אלפים, אז איר ווילט לייגט אוועק זעכצן אלפים א יאר.... און אנדערע ווערטער מ'וועט ווייטער פילן פאר וויכטיג חתונה צו מאכן נארמאל. אבער אנטשטאט נארמאל זאל זיך טוישן פון א איין מאן באנד, צו א איין מאן באנד מיט א זינגער, און דערנאך צו א איין מאן באנד מיט נאך צוויי זייטיגע, און מיט אפאר יאר צו א קאפעליע, שפעטער מיט טייערערע סאונד, דערנאך מיט קאלירפולע לייטס. וועט נארמאל אויך זיין פינף אלפים פאר די נאכט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1775
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1638 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » זונטאג יוני 30, 2019 12:10 pm

עמיצער האט מיר געפארווערד א טעקסט וועגען א חתונה פון מחותנים גרינבלאט און בארדאגו ווייסט איינער צו עס גייט טאקע זיין דארט היינט נאכט ווייל שבת איז די בית מדרש געווען פארשפארט זיי וועלן עפענען פאר א חתונה היינט נאכט?
דאכצעכמער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך שושן פורים » זונטאג יוני 30, 2019 1:25 pm

דאכצעכמער האט געשריבן:עמיצער האט מיר געפארווערד א טעקסט וועגען א חתונה פון מחותנים גרינבלאט און בארדאגו ווייסט איינער צו עס גייט טאקע זיין דארט היינט נאכט ווייל שבת איז די בית מדרש געווען פארשפארט זיי וועלן עפענען פאר א חתונה היינט נאכט?

די חתונה איז שוין פארגעקומען די פארגאנגענע וואך.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 489 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 805 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: הוגה און 3 געסט