וואקסינען - קינדער אן מוסדות!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

וואקסינען - קינדער אן מוסדות!

הודעהדורך חקרן » מאנטאג יולי 01, 2019 9:05 pm

היינט מאנטאג, האבן זיך הונדערטע קינדער געטראפן אן מוסדות, נאכדעם וואס זייערע עלטערן זענען עקשנות'דיג געשטימט קעגן וואקסינען, זיי געבן נישט קיין וואקסינען פאר די קינדער, און דערווייל דרייעט מען זיך ארום אן קיין מוסדות. געוויסע מוסדות האבן יא אריינגעלאזט די קינדער.

מען שמועסט אז אין מאנרא עפנט זיך א חדר מיט 600 קינדער, וועלכע זענען נישט וואקסאנירט. דער ענדע פון דער סאמעטאכע קען מען נישט פאראויס זאגן, אויף אזויפיל איז קלאר, אז עס זענען פארהאן משפחות וואס וועלן פאר קיין געלט נישט לאזן געבן וואקסינען פאר זייערע קינדער, זאל עס קאסטן וואס עס דארף קאסטן.

אזוי ווי אין יעדע נושא, פליען ארום נארישע דמיונות מיט חלומות ביי מענטשן. איך וועל דערציילן צוויי קעגנזייטיגע שטותים וואס איך האב געהערט פון צוויי מענטשן - איינע קעגן די אנדערע:

מעשה א:
א פלעיגרופ טיטשער דערציילט:
ביי מיר אין פלעיגרופ זענען געווען צוויי קינדער וואס זענען נישט געווען וואקסאנירט, מען האט דאס געקענט זען אויף זיי, זיי האבן אלעמאל געשטינקען און עס איז גערינען פון זייער נאז, זייער פעמפער האט אלעמאל געשטינקען אסאך מער ווי די אנדערע קינדער. למעשה האבן זיך די עלטערן געבראכן און וואקסענירט די קינדער, און מען זעט עס אויף זיי קלאר... זינט דעמאלס, שטינקען נישט זייערע פעמפערס און עס רינט זיי מער נישט פון די נאז...

מעשה ב:
א טאטע דערציילט:
איך פלעג וואקסענירן די קינדער, ביז צוליב א געוויסע סיבה האב איך אויפגעהערט. אזוי, אז מיינע עלטערע קינדער זענען וואקסאנירט און די יונגערע קינדער זענען נישט וואקסענירט. מען זעט קלאר א חילוק צווישן די קינדער. מיינע יונגערע אומוואקסענירטע קינדער האבן ווייניגער אינפעקציעס, ווייניגער רעשעס, דארפן גיין ווייניגער צום דאקטער און פעלן ווייניגער פון חדר. מען זעט קלאר אז די וואקסענירטע קינדער האבן מער סטרעפט וכו'... מען קען אויך זען אז די עלטערע דור האבן ווייניגער געדארפט גיין צום דאקטער.

עד כאן וואס מאנכע דערציילן.

וישמע חכם ויסיף לקח.


וואס עס וועט זיך אויסקאכן מיט די סאמעטוכע? - וועלן געגרינדעט ווערן פרישע אומוואקאנירטע מוסדות? - איין באשעפער ווייסט!
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 519
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 903 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג יולי 01, 2019 9:21 pm

חקרן האט געשריבן:מען שמועסט אז אין מאנרא עפנט זיך א חדר מיט 600 קינדער, וועלכע זענען נישט וואקסאנירט.

איז דאס לעגאל?
קען מען זיי נישט פארשפארן?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

הודעהדורך בת קול » מאנטאג יולי 01, 2019 9:52 pm

ס'איז לכאורה לעגאל אויב סאיז נישט דא קיין religious exemptions. קינדער וואס האבן אלערגיעס און אנדערע מעדיצינישע פראבלעם מיז מען אננעמען אויב 95% קינדער זענען וואקסינירט- אפילו אויב עס איז דא א טיטשער וואס האט פארלוירן immunity.
איך האב געהערט אז מ'איז אראפגעקומען צו געוויסע מוסדות די לעצטע פאר טעג פאר סוף יאר, וואקסינירן די קינדער וואס זענען נישט וואקסינירן. (נאך די פסק איז ארויסגעקומען.) איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת, קען איינער באשטעטיגן?
א מוסד וואס האט נישט קיין איין קינד וואקסינירט וועט נישט ווערן ערלויבט. נאך פסח האט מען געלאזט צוריק עפענען די מוסדות וואס האבן א 95% וואקסינעישאן ראטע.
Follow your inner song
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 662 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט