בלאט 1 פון 1

וואקסינען - קינדער אן מוסדות!

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2019 9:05 pm
דורך חקרן
היינט מאנטאג, האבן זיך הונדערטע קינדער געטראפן אן מוסדות, נאכדעם וואס זייערע עלטערן זענען עקשנות'דיג געשטימט קעגן וואקסינען, זיי געבן נישט קיין וואקסינען פאר די קינדער, און דערווייל דרייעט מען זיך ארום אן קיין מוסדות. געוויסע מוסדות האבן יא אריינגעלאזט די קינדער.

מען שמועסט אז אין מאנרא עפנט זיך א חדר מיט 600 קינדער, וועלכע זענען נישט וואקסאנירט. דער ענדע פון דער סאמעטאכע קען מען נישט פאראויס זאגן, אויף אזויפיל איז קלאר, אז עס זענען פארהאן משפחות וואס וועלן פאר קיין געלט נישט לאזן געבן וואקסינען פאר זייערע קינדער, זאל עס קאסטן וואס עס דארף קאסטן.

אזוי ווי אין יעדע נושא, פליען ארום נארישע דמיונות מיט חלומות ביי מענטשן. איך וועל דערציילן צוויי קעגנזייטיגע שטותים וואס איך האב געהערט פון צוויי מענטשן - איינע קעגן די אנדערע:

מעשה א:
א פלעיגרופ טיטשער דערציילט:
ביי מיר אין פלעיגרופ זענען געווען צוויי קינדער וואס זענען נישט געווען וואקסאנירט, מען האט דאס געקענט זען אויף זיי, זיי האבן אלעמאל געשטינקען און עס איז גערינען פון זייער נאז, זייער פעמפער האט אלעמאל געשטינקען אסאך מער ווי די אנדערע קינדער. למעשה האבן זיך די עלטערן געבראכן און וואקסענירט די קינדער, און מען זעט עס אויף זיי קלאר... זינט דעמאלס, שטינקען נישט זייערע פעמפערס און עס רינט זיי מער נישט פון די נאז...

מעשה ב:
א טאטע דערציילט:
איך פלעג וואקסענירן די קינדער, ביז צוליב א געוויסע סיבה האב איך אויפגעהערט. אזוי, אז מיינע עלטערע קינדער זענען וואקסאנירט און די יונגערע קינדער זענען נישט וואקסענירט. מען זעט קלאר א חילוק צווישן די קינדער. מיינע יונגערע אומוואקסענירטע קינדער האבן ווייניגער אינפעקציעס, ווייניגער רעשעס, דארפן גיין ווייניגער צום דאקטער און פעלן ווייניגער פון חדר. מען זעט קלאר אז די וואקסענירטע קינדער האבן מער סטרעפט וכו'... מען קען אויך זען אז די עלטערע דור האבן ווייניגער געדארפט גיין צום דאקטער.

עד כאן וואס מאנכע דערציילן.

וישמע חכם ויסיף לקח.


וואס עס וועט זיך אויסקאכן מיט די סאמעטוכע? - וועלן געגרינדעט ווערן פרישע אומוואקאנירטע מוסדות? - איין באשעפער ווייסט!