גארדס ביי מוסדות ויואל משה סאטמאר אין קר"י

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

גארדס ביי מוסדות ויואל משה סאטמאר אין קר"י

שליחה דורך שושן פורים »

די עולם דא האט זיכער מיטגעהאלטן די נייעס היינט צופרי ווען איבער אלע שטעט האבן באסעס קורסירט אויפצונעמען קינדער און טראגן אין חדר, איז אין א מוסד אין איין שטאט אויף די באסעס געווען אורחי הכבוד, הויכע וועכטער וועלכע זענען געשטעלט געווארן מטעם המוסד בלויז ארויפצולאזן קינדער מיט א איינטריט קארטל וועלכע באדייט אז די שכר לימוד איז מסודר. אנקומענדיג צום סקול זענען געווען נאך וועכטער וועלכע האבן זיכער געמאכט אז בלויז בא'קארטל'טע קינדער ווערן אריינגעלאזט.

איך בין נישט קיין סאטמארער און איך וואוין נישט אין קרית יואל, אבער לויט ווי איך האב געהערט פון מיינע סאטמארע חברים וועלכע האבן קינדער אין דעם מוסד איז די מעשה אין קורצן ווי פאלגענד:

די מוסדות מוטשעט זיך פאר יארן מיט געלט, לעצטנס האט מען אויפגענומען א נייע אדמיניסטראטאר וועלכע פראבירט צו מאכן סדר, איינע פון די זאכן האט ער אפירגענומען די אלטע שכר לימוד חובות און באשלאסן צו קעיר נעמען דערפון, אין די לעצטע שטיק צייט האבן די עלטערן מיט באלאנסן באקומען צעטלעך , טעלעפאן רופן, אימעילס, און וואס נישט, אז זיי זאלן אראפקומען אויסגראדן דעם באלאנס און ווער נישט באקומט נישט קיין איינטריט קארטל פארן זומער אן וועלכע מען וועט בשום אופן נישט אריינלאזן. א גרויס טייל זענען טאקע אראפגעקומען אויסצאלן, אנדערע האבן זיך אראפגעזעצט מאכן א פעימענט פלאן לויט זייער יכולת און די מוסד האט זיך פראבירט דורכצוקומען מיט יעדעם און די האבן באקומען קארטלעך.

זענען אבער געווען א טייל עלטערן וועלכע האבן זיך פראסט און פשוט נישט וואוסענדיג געמאכט, איגנארירט די מודעות, בריוון, און רופן, די האבן באקומען א קלארע נאטיץ אז זייערע קינדער וועלן נישט ווערן אריינגעלאזט. און ווען זיי האבן פראבירט ארויפצולייגן די קינדער אויפן באס היינט אינדערפרי האבן זיי זיך אנגעשטויסן אין א ברייט ביינערדיגס וואס האט פארלאנגט דאס קארטל נישט ארויפלאזנדיג אן דעם. פראבירנדיג אויסצוקרויזן דעם סיסטעם האבן זיי אליינס געטראגן די קינדער און אודך, די וועכטער לאזן נישט אריין די קינדער, בלית ברירה האבן זיי זיך אויסגעדרייט און אהיים.

די געשיכטע האט געעפנט פארשידענע דעבאטעס ביים ציבור, האט די מוסד געטאן א גוטע זאך אדער נישט?
וויאזוי דארף מען באהאנדלען שכר לימוד באלאנסן?
וכהנה וכדומה..

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן וואס אונזער עולם האלט דא.

איך וויל בעטן בכל לשון של בקשה, ביטע לאזט דעם אשכול פריי פון די סאאמארע פאליטיק, ביי דער וועמען די ווערטער "סאטמאר" אדער מוסדות ויוא"מ " דרוקט אומריכטיגע קנעפלעך, אדער גאר "ילדי צרפת" זאל זיך ביטע פארשטעלן אז די געשיכטע האט פאסירט אין מוסדות חשק פרץ יוצאי שאראשפאטאק אין נארט קאראליינע.

נ.ב. פון די וועג וויאזוי איך לייג עס אראפ קוקט אויס ווי איך נעם די מוסד'ס זייט, ליהוי ידוע אז דאס איז נאר לויט די אינפארמאציע וואס איך האב געהערט פון מיינע ארטיגע ידידים, אויב איינער ווייסט אנדערש, אדרבה, פיל מי אין.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר