שטריימלעך, טליתים און רעזשוואלקעס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

שטריימלעך, טליתים און רעזשוואלקעס

הודעהדורך העניך » מיטוואך יולי 03, 2019 11:01 am

"דאס איז א אידישער לבוש וואס די גוים אין אמעריקע זענען נישט געוואוינט צו זען, און מיר דארפן נישט אויסרייסן זייערע אויגן צו גיין דערמיט אפן אין דער גאס. מיר דארפן זיין איינגעהאלטן און וויסן אז מיר דארפן זיך צושטעלן צו דער לאנד וואו מיר וואוינען, און נישט זיך רייצן מיט דער אמעריקאנער באפעלקערונג. ס'קען ברענגען א חילול ה' און אנטיסעמיטיזם."

ווער האט דאס געזאגט? וועל אויס דעם ריכטיגן ענטפער:

1. די אמעריקאניזירטע אידן
2. האדמו"ר מקאשוי זצ"ל
3. ביידע האבן עס געזאגט


























דער ריכטיגער ענטפער איז 3. די אמעריקאניזירטע אידן האבן עס געזאגט אויפ'ן שטריימל, און האדמו"ר רבי רפאל בלום מקאשוי זצ"ל האט עס געזאגט אויפ'ן טלית, און האט באפוילן אז מ'דארף איבערדעקן דעם טלית מיט א רעזשוואלקע.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך יולי 03, 2019 11:03 am

קען זיין ער האט עס געזאגט, אבער אין אמת'ן, איבערדעקן דעם טלית מיטן רעזשוואלקע איז אן ענין אז די טלית זאל נישט זיין אויפגעדעקט אין גאס, ומקורו בקדמונים. האט גארנישט מיט חסידות צו טון...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2081
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1289 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מיטוואך יולי 03, 2019 11:21 am

איסר האטלקי האט געשריבן:קען זיין ער האט עס געזאגט, אבער אין אמת'ן, איבערדעקן דעם טלית מיטן רעזשוואלקע איז אן ענין אז די טלית זאל נישט זיין אויפגעדעקט אין גאס, ומקורו בקדמונים. האט גארנישט מיט חסידות צו טון...


@העניך קום פליז אריין אביסל קלארער כדרכך
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

הודעהדורך calculator » מיטוואך יולי 03, 2019 12:33 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:קען זיין ער האט עס געזאגט, אבער אין אמת'ן, איבערדעקן דעם טלית מיטן רעזשוואלקע איז אן ענין אז די טלית זאל נישט זיין אויפגעדעקט אין גאס, ומקורו בקדמונים. האט גארנישט מיט חסידות צו טון...


ווער און ווי זענען די קדמונים?
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך יולי 03, 2019 1:56 pm

לבי ובשרי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:קען זיין ער האט עס געזאגט, אבער אין אמת'ן, איבערדעקן דעם טלית מיטן רעזשוואלקע איז אן ענין אז די טלית זאל נישט זיין אויפגעדעקט אין גאס, ומקורו בקדמונים. האט גארנישט מיט חסידות צו טון...


@העניך קום פליז אריין אביסל קלארער כדרכך


לכאורה זעלבע סיבה פון א וועסטל.

עכ"פ עפעס אזא ענין איז דא...
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2262
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2941 מאל

Re: שטריימלעך, טליתים און רעזשוואלקעס

הודעהדורך מי אני » מיטוואך יולי 03, 2019 4:51 pm

עס קען טאקע זיין אז ס׳דא אנדערע סיבות צו באדעקן די טלית (עיין באו״ח במ״א סימן ח ס״ק יג; עכ״פ ביים טלית קטן ע״ש), אבער דער טעם וואס הרב מקאשוי זצ״ל האט אנגעגעבן איז ״נישט״ וועגן דעם, נאר וועגן דעם אז די אמעריקאנער גוים זענען נישט געוואוינט צו דעם. חוץ אויב מ׳גייט אריינקוועטשן אין זיינע ווערטער אז ער האט דאס נאר געזאגט אלס א טעם נוסף ביים טלית/ציצית און ממילא גייט דאס נישט אנגיין ביים שטריימל. אבער פון די לשון וואס העניך ברענגט אראפ איז נישט משמע אזוי (הגם מ׳קען ענטפערן אז די רעזשוואלקע אליין קען זיין א בגד תמיהה פאר די גוים, הגם ווייניגער ווי א טלית, און הרב מקאשוי זצ״ל האט דאס געוואוסט איז מוז זיין אז ס׳איז געזאגט געווארן אלס א טעם נוסף. שיחת ת״ח צריכה לימוד, סוכה כא:...)

(כמובן, אז מ׳קען זאגן אז היינט זענען שוין די גוים ממילא צוגעוואוינט צו ביידע סארט מלבושים, די שטריימל און די טלית, איז שוין די טעם שוין נישט נוגע.)


Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 246 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך יולי 03, 2019 4:52 pm

ס'איז נאך געווען איידער אמעריקע איז געווען א מולטי קאלטוראלע לאנד.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1829
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך העניך » מיטוואך יולי 03, 2019 4:59 pm

מי אני האט געשריבן:עס קען טאקע זיין אז ס׳דא אנדערע סיבות צו באדעקן די טלית (עיין באו״ח במ״א סימן ח ס״ק יג; עכ״פ ביים טלית קטן ע״ש), אבער דער טעם וואס הרב מקאשוי זצ״ל האט אנגעגעבן איז ״נישט״ וועגן דעם, נאר וועגן דעם אז די אמעריקאנער גוים זענען נישט געוואוינט צו דעם. חוץ אויב מ׳גייט אריינקוועטשן אין זיינע ווערטער אז ער האט דאס נאר געזאגט אלס א טעם נוסף ביים טלית/ציצית און ממילא גייט דאס נישט אנגיין ביים שטריימל. אבער פון די לשון וואס העניך ברענגט אראפ איז נישט משמע אזוי (הגם מ׳קען ענטפערן אז די רעזשוואלקע אליין קען זיין א בגד תמיהה פאר די גוים, הגם ווייניגער ווי א טלית, און הרב מקאשוי זצ״ל האט דאס געוואוסט איז מוז זיין אז ס׳איז געזאגט געווארן אלס א טעם נוסף. שיחת ת״ח צריכה לימוד, סוכה כא:...)

(כמובן, אז מ׳קען זאגן אז היינט זענען שוין די גוים ממילא צוגעוואוינט צו ביידע סארט מלבושים, די שטריימל און די טלית, איז שוין די טעם שוין נישט נוגע.)


Sent from my iPhone using Tapatalk

מיין לשון איז נישט דווקא אקוראט, און מ'קען נישט מדייק זיין דערין. נאר כ'האב אמאל געהערט אז דער קאשויער רב ז"ל האט אמאל געזאגט אזוינס.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך יולי 03, 2019 7:51 pm

דאכצעמער ר' מאטעלע פון וויזניץ זצ"ל פלעגט אויך זאגן אזוינע ווערטער
פאר זיינע חסידים וואס פלעיגן וויילען אין שפיטאל אין שבת פלעיגט ער אנזאגן אז מען זאל גיין מיטן הוט !

עפעס א הנהגה פון זיין זיידן הרה"ק דער אהבת ישראל פלעיגט ער דערמאנען ווען מען האט געדארפט זיין שבת אין נישט א היימישען פלאץ

#שבת אחים אפשר ווייסט איר מער ??
שמחהלע קאפשטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך יולי 03, 2019 9:00 pm

אפשר בין איך דער וואס איז נאיוו, אבער וואספארא נפקא מינא פונקט כאפט ביי דעם גוי צו א איד גייט מיט א טלית אויפגעדעקט אדער אונטער דער רעזוואלקע? עס איז פונקט אזוי מאדנע ביידע וועגן..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5814 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מיטוואך יולי 03, 2019 9:04 pm

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:דאכצעמער ר' מאטעלע פון וויזניץ זצ"ל פלעגט אויך זאגן אזוינע ווערטער
פאר זיינע חסידים וואס פלעיגן וויילען אין שפיטאל אין שבת פלעיגט ער אנזאגן אז מען זאל גיין מיטן הוט !

עפעס א הנהגה פון זיין זיידן הרה"ק דער אהבת ישראל פלעיגט ער דערמאנען ווען מען האט געדארפט זיין שבת אין נישט א היימישען פלאץ

#שבת אחים אפשר ווייסט איר מער ??

א גרויסער נפקא מינה ביים גוי צי א איד גייט מיט שוואנץ אויפן קאפ אדער מיט א געגלעטן ביבער האריגן ברייטן הוט אדער שטאפענעם קאפעלוטש. וכדברי @לעיקוואד

און בדרך אגב, פונקט ווי דער גוי קען זיך קליידן ווי אזוי ער וויל, האט יעדער אין דער וועלט א רעכט זיך צו קליידן כאוות נפשו אנע בושה פון קיינעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לבי ובשרי אום מיטוואך יולי 03, 2019 10:36 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

Re: שטריימלעך, טליתים און רעזשוואלקעס

הודעהדורך חוקר ודורש » מיטוואך יולי 03, 2019 10:19 pm

קאשוי רב׳ס ווערטער זענען קלאר, גיין מיטן טלית העכער דעם רעזשוואלקע איז סאך מער מאדנע פארן גוי ווי ווען גיין מיט דעם באהאלטן, א רעזשוואלקע איז א לאנגע שיינעדיגע Suit, אבער דעם טלית איז עפעס א מאדנע באשעפעניש.
אז מען רעדט שוין זענען די שטריימלעך היינט סאך מער מאדנע ווי אמאל עס איז דריי מאל אזוי הויך מיט ״קרוין״ אויף דעם, איך שעם מיך פשוט מיט דעם.
מען זאגט אז די גרעסטע חסיד אין בארא פארק גייט נישט קיין שטריימאל, ער הייסט רבי משה וואלפסען שליט״א, ער איז אריין אין געשעפט קויפן איינס, און ער האט געזעהן ווי מען קוקט זיך אין שפיגל ווי שיין דאס האר איז און די קרוין וכו׳, האט ער געזאגט אויב דאס איז היינט א שטריימאל דאן מוחל טובות.


Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 464 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 03, 2019 10:40 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:קען זיין ער האט עס געזאגט, אבער אין אמת'ן, איבערדעקן דעם טלית מיטן רעזשוואלקע איז אן ענין אז די טלית זאל נישט זיין אויפגעדעקט אין גאס, ומקורו בקדמונים. האט גארנישט מיט חסידות צו טון...

איך ווייס נישט צו ס'האט א מקור אין קדמונים. אדער איז עס נאר סתם א סטייל. נאר פערציג יאר צוריק ביניך געווען פון די מיעוט מענטשן וועלכע זענען געגאנגען שבת אפן מיט'ן טלית. ווייל רוב מענטשן האבן ..."זיך געשעמט"...! היינט ביניך אויכעט פון די מיעוט. ווייל רוב מענטשן גייען מיט רעזשעוואולקעס...!

איך האב געהאט שכן א פארביסענער יעקע. האט ער מיר אמאל געגעבן א שטארקן פסק. זאגנדיג אז איך מאך א חילול ה'. ווען כ'האב איהם געפרעגט מיט וואס מאך איך א חילול ה'. האט ער געענטפערט..."ווייל זי געהען מיט'ן טלית אויפ'ן גאס"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 03, 2019 10:44 pm

נו חברה, גייען מיר זיך איינהאנדלען גרויע סוטס מיט פינקע נעקטייס גאלדענע קאפלינגס און שפיציגע שיך?

גראדע אז מ'רעדט שוין, אמאל שפאצירנדיג מיט די אלטמאדישע קליידער אין טיימס סקווער אינמיטן זוממער, קומט צו מיר צו אן עלעגאנט געקליידעטע ביזענסמאן און ער זאגט מיר אז ער האט נאכקיינמאל נישט געזען אזא נארמאל געקליידעטן מענטש ווי מיר, הלואי ווען ער קען זיך אויך אזוי אנקליידן. זעענדיג מיינע ציצית איז ער ממש ערשטוינט געווארן, ער האט ממש נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך גיי אנגעטון מיט אזא מאדנעם קלייד...

קאט די קרעפ.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1635 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:11 am

חוקר ודורש האט געשריבן:קאשוי רב׳ס ווערטער זענען קלאר, גיין מיטן טלית העכער דעם רעזשוואלקע איז סאך מער מאדנע פארן גוי ווי ווען גיין מיט דעם באהאלטן, א רעזשוואלקע איז א לאנגע שיינעדיגע Suit, אבער דעם טלית איז עפעס א מאדנע באשעפעניש.
Sent from my iPhone using Tapatalk

און די רויטע, גרינע, ברוינע טליתים מיט וואס די אראבערקעס גייען אין בארא פארק ארומגעבינדן איז נישט קיין מאדנע באשעפענישן?
קאם אן
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:36 am

קורקלענד האט געשריבן:ס'איז נאך געווען איידער אמעריקע איז געווען א מולטי קאלטוראלע לאנד.

גערעכט.
אמאל איז געווען א מציאות פון נארמאלע אנגעטיאכץ היינטיגע צייטן, עכ"פ אין נ. י. סיטי איז יעדע צווייטער אנגעטון עפעס מאדנע. פונדעסוועגן איז די פאינט נאכאלץ רעלעווענט און מ'דארף זיך אבאכט געבן.

מיר באדערט די אידישע סיינס און אויפשריפטן אויף באסעס. ווען איך בין אין טשיינע טאון און אלע סיינס זענען אויף כינעיזש, רעגט עס מיר. פארוואס זאל איך פילן ווי א דרויסענדיגער אין מיין היים שטאט, און נישט קענען ליינען די סיינס? די זעלבע זאך מיט די קעמפס ווי אסאך האבן סיינס נאר אויף אידיש און געוויסע טיען א טובה און שרייבן אויך אויף ענגליש מיט פיצעלע אותיות?
צו וואס פעלט דאס אויס?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2519
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: שטריימלעך, טליתים און רעזשוואלקעס

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:43 am

לבי ובשרי האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:קאשוי רב׳ס ווערטער זענען קלאר, גיין מיטן טלית העכער דעם רעזשוואלקע איז סאך מער מאדנע פארן גוי ווי ווען גיין מיט דעם באהאלטן, א רעזשוואלקע איז א לאנגע שיינעדיגע Suit, אבער דעם טלית איז עפעס א מאדנע באשעפעניש.
Sent from my iPhone using Tapatalk

און די רויטע, גרינע, ברוינע טליתים מיט וואס די אראבערקעס גייען אין בארא פארק ארומגעבינדן איז נישט קיין מאדנע באשעפענישן?
קאם אן

ביי זיי איז עס א לבוש, א טלית נישט, אחוץ ווער רעדט דא פון אראבער?


Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 464 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:59 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:06 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1635 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:59 am

שמעון וואלף האט געשריבן:מיר באדערט די אידישע סיינס און אויפשריפטן אויף באסעס. ווען איך בין אין טשיינע טאון און אלע סיינס זענען אויף כינעיזש, רעגט עס מיר. פארוואס זאל איך פילן ווי א דרויסענדיגער אין מיין היים שטאט, און נישט קענען ליינען די סיינס? די זעלבע זאך מיט די קעמפס ווי אסאך האבן סיינס נאר אויף אידיש און געוויסע טיען א טובה און שרייבן אויך אויף ענגליש מיט פיצעלע אותיות?
צו וואס פעלט דאס אויס?

מיך באדערט עס בכלל נישט, אדרבה, דאס איז די שיינקייט פון multiculturalism, איש על מחנהו ואיש על דגלו. קולטור איז אזא שיינע זאך, יעדע קולטור האט אן אייגאנארטיגקייט און גיבט עפעס צו צום די באשעפער'ס בריאה, מ'דארף שעצן קולטור, סיי די אייגענע און סיי יענעמ'ס, און נישט פרובירן אריינפיטן אלעמען אין איין באקס פון נארמאלקייט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1635 מאל

Re: שטריימלעך, טליתים און רעזשוואלקעס

הודעהדורך אונטער חכם » דאנערשטאג יולי 04, 2019 8:06 am

היינט ווייסט שוין יעדער איינער ווער מיר זענען, קיין איין גוי וואס וואוינט אין ניט יארק והגלילות קוקט אונז נישט אן פון די לבנה אראפגעפאלן.

חוץ מזה איז דער טלית סאך נארמאלער ווי די אנדערע מלבושים, עס איז א רעליגיעזער קליידונג, פונקט ווי להבדיל דער גלח שעמט זיך נישט צו גיין מיט זיינע שמונה מלבושים זונטאג אין קלויסטער אריין.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 296 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:05 pm

חוקר ודורש האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:קאשוי רב׳ס ווערטער זענען קלאר, גיין מיטן טלית העכער דעם רעזשוואלקע איז סאך מער מאדנע פארן גוי ווי ווען גיין מיט דעם באהאלטן, א רעזשוואלקע איז א לאנגע שיינעדיגע Suit, אבער דעם טלית איז עפעס א מאדנע באשעפעניש.
Sent from my iPhone using Tapatalk

און די רויטע, גרינע, ברוינע טליתים מיט וואס די אראבערקעס גייען אין בארא פארק ארומגעבינדן איז נישט קיין מאדנע באשעפענישן?
קאם אן

ביי זיי איז עס א לבוש, א טלית נישט, אחוץ ווער רעדט דא פון אראבער?


Sent from my iPhone using Tapatalk

כ'מיין נישט דווקא אראבער.
מיין כוונה איז אז אסאך פון די שבעים אומות האבן זיך זייער אייגנארטיגער לבוש. און וואס איז? גארנישט.


ס'דערמאנט מיר ווען איך בין אמאל געווען אויף א באזוך אינעם ווארלד טרעיד צענטער, און אינצווישן די טויזנטער טוריסטן האב איך געזן א גרופע געקליידעט מיט לאנגע "אראנדזשע"
בגדים פונעם האלדז ביז'ן קנעכל (גענוג מאדנע). דערצו האט יעדער פון די גרופע פארמאגט זעקס אויפגעשטעלטע האר אויפן קאפ... כ'מיין עס אמת'דיג. אלע זענען געווען גענצליך אראנדזש מיט עטליכע אויפגעשטעלטע האר אויפן שפיץ קאפ, און די אנדערע חלקים פונעם קאפ איז געווען גלאט געגאלט. גענוג פאני.

שפעטער האב איך געהערט אז דאס איז עפעס א גלויביגע פאלק וואט עווער.

אבער צום ענין, היעלה על הדעת אז די אראנדזשע מענטשן האבן פאר'ן קומען צום ווארלד טרעיד אויף א באזוך האבן זיי געברויכט אנטון געלעכערטע דזשינס הויזן און אפענע העמעדער און זון גלעזער?
זיכער אז נישט.

יעדער האט זיך זיינע רעכטן, הויפטזעכליך אין לבוש.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:52 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:מיר באדערט די אידישע סיינס און אויפשריפטן אויף באסעס. ווען איך בין אין טשיינע טאון און אלע סיינס זענען אויף כינעיזש, רעגט עס מיר. פארוואס זאל איך פילן ווי א דרויסענדיגער אין מיין היים שטאט, און נישט קענען ליינען די סיינס? די זעלבע זאך מיט די קעמפס ווי אסאך האבן סיינס נאר אויף אידיש און געוויסע טיען א טובה און שרייבן אויך אויף ענגליש מיט פיצעלע אותיות?
צו וואס פעלט דאס אויס?

מיך באדערט עס בכלל נישט, אדרבה, דאס איז די שיינקייט פון multiculturalism, איש על מחנהו ואיש על דגלו. קולטור איז אזא שיינע זאך, יעדע קולטור האט אן אייגאנארטיגקייט און גיבט עפעס צו צום די באשעפער'ס בריאה, מ'דארף שעצן קולטור, סיי די אייגענע און סיי יענעמ'ס, און נישט פרובירן אריינפיטן אלעמען אין איין באקס פון נארמאלקייט.

מיט עטליכע יארן צוריק איז אנטשטאנען א שטיקל מהומה און א מחאה (נישט אזוי ווי אין ווילי-טאן אדער מאנסי לעצטנס) איבער דעם פאקט וואס אין ברייטאן ביעטש. די געגנט וועלכע די רוסישע אימיגראנטן האבן פארכאפט. און אלע זייערע סיינס זענען געווען נאר אין רוסיש. נישט אין ענגליש. די צייטונגען האבן ארום גערודערט איבער דעם...! דער אלעמיינער עולם האטציך געפיהלט אויסגעשלאסן און פרעמד...!

מיך, פערזענליך האט עס נישט געשטערט. ווייל איך קען אפליינען דעם צירילישן (רוסישן) אלפאבעט. נישט אז איך פארשטיי וואס איך ליין. איך ליין טאקע ווי א גר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

Re: שטריימלעך, טליתים און רעזשוואלקעס

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:01 pm

די בעסטע איז שרייבען ביידע סיי אידיש און סיי ענגליש והכל על מקומו יבא בשלום


Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 464 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג יולי 05, 2019 9:58 am

חוקר ודורש האט געשריבן:מען זאגט אז די גרעסטע חסיד אין בארא פארק גייט נישט קיין שטריימאל, ער הייסט רבי משה וואלפסען שליט״א, ער איז אריין אין געשעפט קויפן איינס, און ער האט געזעהן ווי מען קוקט זיך אין שפיגל ווי שיין דאס האר איז און די קרוין וכו׳, האט ער געזאגט אויב דאס איז היינט א שטריימאל דאן מוחל טובות.


דער מעשה האט מען פארציילט (געבאקן?) אויף הרב וואלפסאן לאנג איידער ס'געווען הויכע שטריימליך מיט קרוינען.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2814
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6412 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 05, 2019 10:09 am

לעיקוואד האט געשריבן:אפשר בין איך דער וואס איז נאיוו, אבער וואספארא נפקא מינא פונקט כאפט ביי דעם גוי צו א איד גייט מיט א טלית אויפגעדעקט אדער אונטער דער רעזוואלקע? עס איז פונקט אזוי מאדנע ביידע וועגן..

נישט נאאיוו, נאר נישט געטראכט. עס איז נישט דער גוי וואס איז דא דער ציל, נאר דער איד. ער זאל וויסן אז די געסער פון אמעריקא זענען איהם פרעמד, און ער באלאנגט נישט דא. ער זאל וויסען אז מולטי קולטוראליזם באלאנגט פאר כינעזער, אראבער, אראנזש גלויביגער און אמיש. אידן זענען נישט נאך א קולטור, און אונז זענען נישט קיין אמעריקאנער\איזראעלי\ענגלישער\פראנצויזן. מיר זענען גענצליך פרעמד, עד כי יבא שילה ולו יקהת עמים. א טלית איז אן אינערליכע קלייד, געמאכט פאר די צייט אין בית המדרש, נישט אין גאס. דער וואס מאכט דער גאס פאר זיין בית המדרש פיהרט זיך נישט אויף ווי א גאסט.

אין די לעצטיגע יארן האט טאקע באוויזען אז ווערן צו באקוועם דא איז נישט גוט. דאס אמעריקאניזירן האט אונז געברענגט א דזשו טאון מיט א סיום הש"ס, פארמאכן געסער פאר שטותים מיט סקאנדאדלן אין רעגירונגען. א גאסט פיהרט זיך נישט אויף אזוי.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8640
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8094 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron