רעבעלעברעטי'ס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

רעבעלעברעטי'ס

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג יולי 09, 2019 8:58 pm

עס איז נאכאמאל די זעלבע נושא פון וואס מען איז כדר פארנומען צו שמועסן, רבנים/משפיעים/אדמור"ים/רמי"ם און זייערע נאכפאלגער, ווער איז 'באמת' ווערד אנגערופן צו ווערן רבי, ווער האט עפעס וואס ער קען יא משפיע זיין אויף א צווייטן, ווער האלט זיך צום דרך החסידות, צו איז עס נאך בכלל פארהאן, וואס איז בכלל דרך החסידות.

אבער איין זאך ווייסן מיר אויף קלאר, אז דער בעש"ט הק' איז געווען א דערהויבענער צדיק און א ערליכער איד וואס איז געווען דבוק בה' ובתורתו און באמת אויפגעטון גדולות ונצורות פון וואס מיר האבן נאך הנאה עד היום הזה בין בגשמיות ובין ברוחניות.

ער פלעגט גיין שפאצירן גאנץ אליין אין די וועלדער און געדאווענט צו גאט א גאנצן טאג, און אויך נאך זיין התגלות פלעגט ער זיך באשעפטיגן מיטן הייליגן אידן און זיי נענטער ברענגען צו גאט.

היינטיגע צייטן איז אביסעלע פארטוישט געווארן די נוסח וואס מיר ווייסן אז עס איז געווען חסידות, לאמיר נישט אריינגיין אין די פילאזאפיע און אין די תורת החסידות והקבלה, אבער אויבנאויף איז די הנהגה געווען באשטימט פאר אזא איינער וואס איז געווען מרוצה לקהל און איז געווען ווערד איבערצונעמען אזא סענסיטיווע פלאץ און ארויפפירן אידן העכער און העכער, משך פון די עטליכע הונדערט יאר וואס חסידות גייט אן איז געטוישט געווארן ס'בילד און תשע"ט קוקט עס אויס ווי פאלגענד:

א רבי מוז זיין א זון פון א געוועזענע רבי און אויך א בנש"ק, טאמער האט ער עפעס א פגם אין יחוס דאס מיינט אז זיין זיידע איז געווען א ערליכער האלץ האקער דאן איז אים גאר שווער זיך אריינצובאקומען אינעם עולם הרעביסטעווע און אפשר נאך פינף דורות וועט מען אים פארקוקן דאס שוואכע יחוס.

א גוטער פאנדרעיזער מוז ער אויך זיין, ער ברויך האבן א צונג אויף די פלייצעס און וויסן מיטן זעקסטן חוש וועמען צו לעקן און וויסן וויאזוי צו דערווייטערן פאטענציאלע שטערונגען פאר זיין קהילה, ער דארף גאר שטארק ליב האבן דעם קאליר גרין און זיין גרייט אפילו צו פארקוקן אויף זיין כבוד וואס קומט זיך אים אלס רעבישער אייניקל כדי צו עררייכן עטליכע באנקנאטן.

יעצט וועלן מיר אריבערגיין צום פריוואטער לעבן פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט, כפרת משכבו..

גוטע מידות וועט מייסטנס מאל נישט אויסמאכן, טאמער וועט ער צופיל נאכגעבן איז ער אויסן צו פארלירן זיין קאנטראל און מען וועט זאגן אז דער גבאי פירט אים, אויב קען ער זיך פארהוילן פון טון שווערע טובות פאר מענטשן וועט ער עס רוב מאל טון.

די וואג איז געווענליך מער צו די העכערע ציפערן, בעקישעס גייען גראד נאכן נוצן אין קלינער'ס אדער אין גארביזש טאמער דער קאנקורענץ האט ערשיינט מיט אן ענליכער מאדעל אין די צייטונגען.

תורתינו הקדושה מוז ער נישט קענען צו גוט, העכסטנס וועט מען שוין זיין א גוטער און מכבד זיין דעם דיין.

א שייינע קאר איז פון די וויכטיגסטע זאכן, אויב קען מען אינסטאלירן א סטענדער פון פארנט נעבן דעם קארשן לעמפל און ארויפלייגן א לעדערנע תהלים (אדער אפשר א יאיר וויינשטאק ביכל...) מיט א גאלדענע קרוין, דאן איז עס מצוה מן המובחר.

בקיצור, עס שטייט גאר ווייט פון די ארגינעל און כלל ישראל איז זייער נייגעריג אויב איז דער מנהג החסידות אויך נאכצוטאנצן דעם רבינ'ס קאפריזן.

וויבאלד דער רבי איז א אידישער סעלעברעטי, פירט זיך אויף ווי זיי, פארט ארום ווי זיי אויף וואקאציעס, און פערפאמירן ווי זיי, ע"כ קרו להן רעבעלעברעטי'ס...
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 188
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: אין גרוב
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג יולי 09, 2019 9:17 pm

רעבעלעברעטי'ס?!?
זאג'ס דריי מאל שנעל

#טאנג_טוויסטער_עלערט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט