בלאט 1 פון 1

וואס דארף א חסיד טוהן אויב ער האט א טענת ממון אויף זיין רבי?

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2019 11:25 am
דורך חד גדיא
עס טוהט זיך יעצט די פרשה אין גער צווישן א איד בערלינער און די חסידות איבער א קעמפ. בערלינער טענה'ט אז ער האט אינוועסטירט א מיליאן דאלאר און די קעמפ. און גער, בראש פונעם רבי'ן, טענה'ט אז ס'באלאנגט פאר זיי.

בערלינער זאגט אז ער וויל גיין צו דין תורה. גער זאגט דער רבי זאגט אז ס'באלאנגט פאר גער.

פרעג איך ענק, וואס טאקע דארף מען דא טוהן? אויב בערלינער זאגט אז ער איז א גערער חסיד, האט ער בכלל רעכט צו גיין צו א דין תורה? איז נישט דער רבי די העכסטע אטאריטעט? און אויב וואלט איך געפרעגט גערער רבי אליין: אויב דיין חסיד האט א טענת ממון קעגן דיר, וואס זאל ער טוהן?? וואס וואלט דער רבי געענטפערט?

און איך מיין נישט גער אליין. וואס וואלט געוועהן די פראטאקאל אין אנדערע חסידותער? אז איך פרעג די שאלה פון איינע פון די סאטמערער רבי'ס, באבובער רבי'ס - וואס וואלטען זיי געזאגט?