בלאט 1 פון 1

חידה-וואס האבן די אלע מענטשען אין קאממען???

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2019 5:10 am
דורך שבת אחים
לעצטענס דרייען זיך ארום אסאך קליפס פון אלע מיני נייע היימישע ענטערטעינערס למינהם.

איך גיי דא אראפלייגן א אינטערסאנטע שאלה:

וואס האבן די אלע מענטשען אויף די פאלגענדע ליסטע אין קאממען וואס יעדער קען דירעקט אבזערווירן?

1)הרה״צ רבי יואל מסאטמאר זצ״ל
2)הרה״צ ר׳ ישראל מוויזניץ בני ברק
3)ר׳ איצא גליק (התאחדות)
4)ניקלישבורגער רבי הרב יונגרייז
5)דוב הייקינד
6)הערשי טישלער
7)יהודא לעווין
8)פלעטבוש גירל
9)האמבל יוסל
10)חיימא-חיימאוויטש
11)זושע שמעלצער
12)ליפא שמעלצער
13)דער איזראעלי וואס שרייט אויף אלע קליפס ״וויי וויי וויי״ און גייט שוין יעדעם אויף די געהירן...
14)שפאקטיווער רבי
15)שמעלקא טויב פון אייוועלט
16)קאך לעפעל פון ק״ש
17)שבת אחים (סאיז מיר ממש א מוראדיגע כבוד צומאכן די ליסטע... :roll: )
18)ווערצבערגער פון אידישע נייעס
19)א. נייהויז פון די אינטערן פלעיס
20)מרת ברענדא טירטול (ראזענבערג)
21)דער נייער בארדישובער רבי
22)מנשה לוסטיג

יעדע פון זיי זענען גאר אנדערש. אבער וואס איז די הצד השווה שבהן?

ווער ס׳כאפט עס איז א שטיקל חכם- עכ״פ קיין נער זיכער נישט!

איך האלט אז איין ניק וואס הייבט זיך אן מיט א רי״ש גייט עס זיכער כאפן.