זאל מען רעדן צו די בחורים איבער נישט צורירן די בארד? (2)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

זאל מען רעדן צו די בחורים איבער נישט צורירן די בארד? (2)

הודעהדורך שיטה מקובצת » דינסטאג יולי 23, 2019 10:09 pm

ביי אונזערע ידידים אין אייוועלט האט זיך געעפענט א שמועס איבער דעם וואס מ'זעט היינט גאר אסאך בחורים און יונגערלייט וואס פיצן זיך די בערד, און זיי האבן א שאלה צו ס'איז געקומען די צייט אז מ'זאל רעדן וועגן נישט רירן די בארד ביי די בחורים.

מ'זעהט דארטן די אלארעם וואס טוט זיך ביי זיי, און ווי זיי ציטערן אז קינדער זענען נישט קאפיס פון די עלטערן און ברענגען נחת וואס דאס איז דאך די גאנצע תכלית אויף די וועלט.

איך וויל מאכן דריי נקודות איבער דעם ענין:

א. אז מ'זאל נישט שניידען די בארד קען מען נישט מחנך זיין. א בחור דארף דאס אליינס וועלן טוהן. אויב ס'איז אמת ווי די זאגסט אז היינטיגע בחורים און יונגעלייט זענען נישט אינטערסירט דאס צו טוהן, איז דאס נישט די שאלה אויף די בחורים און יונגעלייט נאר די דארפסט זיך מפשפש זיין אין דיינע מעשים און אין דיין חינוך פארוואס ס'ארבייט נישט.

ב. ס'איז דא דארטען א רעדע אז מ'זאל רעדן צו די בחורים אז מ'טאר נישט רירן די בארד. אט דא פאנגט זיך אהן די פראבלעם. מ'מעג יא!! אוודאי איז דא א חומרא און א חסידות אז מ'זאל נישט רירן די בארד, אבער חומרות און חסידות איז נישט קיין זאך וואס מ'איז מחנך אז מ'מוז אזוי טוהן! דא ליגט באגראבען א יסוד פון דעם חורבן פון אונזער חינוך, אז מ'רעדט איין די קינדער אז מ'מוז טוהן פארשידענע זאכן אדער מ'טאר נישט טוהן פארשידענע זאכן וואס זענען מדרכי החומרות וחסידות, און די עלטערן און מחנכים זענען שקרנים און עושי עוול ווען זיי ווילן איינרעדן די קינדער אז זיי "מוזן" זיך אזוי פירן. (דאס האט טיפע נאכפאלגען שפעטער אין לעבן ווען מ'ווערט געוואר וויפיל ליגענט מ'האט פארקויפט, און דעמאלטס איז שניידן די בארד פון די גאר קליינע עבירות וד"ל)

ג. אז מ'טראכט טיף אריין איז דא איין עכטע און יסודות'דיגע סיבה פארוואס איינער זאל נישט שניידן די בארד, דאס איז ווייטער זיך צו פירן אויף די וועג ווי אזוי מ'איז אויפגעוואקסען און צופרידענשטעלן די טאטע און מאמע. מיר האלטן היינט נאך עטליכע יאהר פון פינסטערע אטאקעס קעגן טאטעס פון קינדער. ריזיגע פראצענטען פון די היינטיגע קינדער און בחורים וואקסען אויף באקומענדיג מעסעדזשעס כמעט יעדן טאג אז זייער טאטע טוהט עבירות מיט זיין סמארטפאון. די רשעים וואס פירן די שמוציגע מערכות קעגן סמארטפאון רייסן נישט נאר אויס די פונדאמענט פון א קשר פון טאטע צו זוהן, דער יסוד פון א אידישע שטוב, דער יסוד פון אידישקייט, די יסוד פון אונזער מסורה - נאר פשוט פראקטיש, אין אונזער געזעלשאפט ווי אלעס איז געבויט צופרידנצושטעלן די עלטערן און ארומיגע משפחה, רייסן זיי אויס יעדע רעספעקט פון קינדער צו זייערע עלטערן. דער בחור דארף נישט זיין קיין דזשיניעס צו טראכטען, "אז מיין טאטע האט א סמארטפאון וואס זיי שרייען אז מ'טוהט דערמיט כל דבר אסור, מעג איך נישט אביסעלע צופיצען מיין בארד וואס איז מותר עפ"י הלכה?!"
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יולי 23, 2019 11:11 pm

אבער ווי געשריבן אין אנדערע פלעצער דא, איז חריידיזים געבויט אויף צולייגן זאכן צו דער תורה, און עס מאכען פאר אַ איסור.

איז פארוואס ערווארט איר פונקט דא ביי דער בארד זאל זיין אנדערש?

מען וועט נאך איין טאג אויסלערנען די בחורים אז גיין א העמד וואס איז נישט מיט א קראגען און קנעפלעך איז אסור מדאורייתא.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1870
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 993 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג יולי 23, 2019 11:15 pm

מ׳זאל רעדן צום בחור בכלליות נישט צורירן צום גוף.
הנלענ״ד כתבתי
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1040
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יולי 23, 2019 11:40 pm

שיטה, איך זעה אז נקודה 1' און 2' ווערט ארומגעשמועסט באריכות אויף אייוועלט. פאראן דארטן מערערע באזעסענע שרייבערס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15097
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 24, 2019 12:27 am

אודאי זאל מען רעדן איבער נישט צורירן די בארד, אויך דארף מען רעדן איבער נישט נעמען קיין שאווער מערב שבת לערב שבת, נאכ'ן מקווה איז דאך אפגערעדט, נישט נוצן קיין זייף אדער דיאודערענט, נישט צובינדן די שיך, און נאך אסאאאך זאכן, די זענען פשוט יסודותדיגע זאכן וואס אידן פון אפילו איין דור פריער האבן זיך אפילו נישט געחלומט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מיטוואך יולי 24, 2019 8:54 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2690
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2531 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1706 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מיטוואך יולי 24, 2019 1:47 am

גדליה האט געשריבן:מ׳זאל רעדן צום בחור בכלליות נישט צורירן צום גוף.
הנלענ״ד כתבתי

:lol:
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

Re: זאל מען רעדן צו די בחורים איבער נישט צורירן די בארד? (2)

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 24, 2019 6:17 pm

איך האב פארצופאל אויך געליינט יענער אשכול ביי די אייער, און איך האב געטראכט צו מיר די שאלה, פארוואס מוז א קינד אזוי גיין בדרכי אבות. דער אמת איז, אז עס האט פרטים אין דעם. געוויסע הנהגות זענען בעצמותם פריוואטע. למשל, א טאטע וואס לערנט אפאר שעה פארטאגס, איז דען דא א סבה אז זיין מוז דאס נאכטון? עס ווענדט זיך אויף זיין נאטור און נויג. בנוגע לאזען וואקסען א בארד, איז עס די זעלבע? א חומרא וואס מ׳טוט לויט די פערזענליכע פארשטאנד? אדער א מנהג וואס איז טאקע מחייב?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8690
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8154 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 7 געסט