א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!

שליחה דורך יהורם »

איך געפין זיך יעצט אין ארץ ישראל.

נעכטן בין איך נאטורליך געגאנגען אויף די היסטארישע מאה שערים גאס אין ירושלים, איך האב געהערט שוין אינדערפרי אז עס גייען פארקומען אומרוען, אבער נישט זייענדיג עכט באקאנט אין די ענינים האב איך געמיינט אז עס וועט זיין אין ערגסטן פאל אזויווי די קליפס וואס איך זעה כסדר אין די נייעס.

גיי איך זיך אזוי ארויף פון רחוב יואל אויף מאה שערים און איך מאך א רעכטס אין ריכטונג פון ככר השבת, איך האב שוין פונדערווייטנב געקענט זען אפאר הונדערט מענטשן (?) ביי די זייטן פון די פינף ווינקלען אינטערסעקשן אבער טרעפיק איז געפארן געהעריג אוו אלס איז אנגעגאנגען ווי נארמאל.

דערנענטערנדיג זיך מער און מער האבן די פארזאמלטע פלוצלינג אנגעהויבן צו לויפן אין מיין ריכטונג, איך האב געקוקט און געזען צוויי ריטערישע פערד נאכיאגן די מענטשן, הינטער די פערד האב איך אנגעמערקט א שטארקע איינהייט פון פאליציי און א ווייסער טרעקל מיט א גרויסע רער ביים נאז, די שטונק וואסער טראק.

איך האב זיך נישט געזוימט און אריינגעלאפן זוכן שוץ אין א בנין, פילע טשאלמער'ס און ישיבה בחורים האבן פארפלייצט דעם אריינגאנג צום בנין, א אויבער חכם האט אנגעהויבן שרייען ביים טיר לאזונגען אויף די פאליציי און א ליטווישער ישיבה בחור האט אים מיט א מאכטפולער בריקע אין די סענסיטיווע מקומות ארויסגעשטויסן פון דארט.

אבער דאך זייענדיג א שלום פארערער האט מיר געבאדערט זעענדיג די ברוטאליטעט פון די משטרה.

די יס"ם זענען אנגעקומען נענטער צום טיר פון בנין, איך האב נישט געוואוסט וואס זייער פלאן איז, ביז איינער פון זיי האט עס פארהאקט און די משטרה האט נישט געלאזט ארויסגיין פון דארט, זייער פארשטענדליך פון זייער זייט.

אזוי בין איך געווען געשטראנדעט אין א פרעמדער בנין מיט אומבאקאנטע מענטשן, ספרדישע קנאים הפלג מיטגלידער און אמעריקאנע וויליאמסבטרגע בחורים און שוויץ שמעקנדע נטורי קרתא משוגעים פאר איבער א שעה, דאן האבן די פאליציי געעפנט דעם טיר און געבעטן שיין אויף ענגליש אז מען זאל אהיימגיין און נישט פארבלייבן אויף די גאס, איך האב ארויסגעשפאנט אפאטעמנדיג און געגאנגען אויפן וועג אהיים.

ווי נאר איך בין אנגעקומען ביים ווינקל פון יואל זיך פארקירעוונדיג אריין אין געסל האט אנגעהויבן פליען פון די פארטשעס כל מרעין בישין, איך האב פארשנעלערט מיינע טריט ווילנדיג אפטראגן פונעם שלאכטפעלד ווען פלוצלינג-

טראך!

א גלעזערנעם באטל האט אראפגעלאנדעט אויפן קאפ פון א פאליציאנטקע, זי האט מיט א ביטערע געשריי אראפגעטראסקעט אויף דער ערד און פארלוירן דעם באוואוסטזיין, איך בין אינסטינקטיוו צוגעלאפן פרובירנדיג צו שרייען פאר הילף ווען עטליכע ירושלימ'ע לייכטזיניגע בחורים האבן אנגעהויבן אריינהאקן מכות רצח אין איר פארוואנדעטע קערפער.

פארשטייט זיך אז ביז א מינוט זענען אנגעקומען די פאליציי און געטיילט קלעפ אויף אלע זייטן, און אריינגעפירט די האלב טויטע פאליציאנטקע אין שפיטאל מיט א טרעקל פון מד"א.

אבער נאך איין מאל איינער וועט מיר קומען דערציילן אז די פאליציי אין ארץ ישראל האט פיינט חרדים, וועל איך ענטפערן צוויי ווערטער.

איך אויך!!!

דער אשכול פארמאגט 69 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר