וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!

שליחה דורך חקרן »

איך זוך אפצוטון עפעס א גראבע עבירה, אבער נישט סתם, א פעסטע עבירה וואס זאל זיין אזאנס און אזעלכעס... די שאלה איז נאר וואס?

איך האב עטליכע קנאקעדיגע ראיונות, אבער אויב איינער קען צולייגן צו די רשימה און ברענגען עפעס א קנאקעדיגע המצאה, תבוא עליו ברכת טוב.

עסן גיד-הנשה
עסן הערינג אן די קיכל
נישט שרייבן בס"ד
נישט וויינען ביי א לויה
אנטאן די לינקע שיך פאר די רעכטע
עסן ווייניגער ווי א כזית ביי די מצה
חתונה האבן דווקא אום ספירה
געבן דווקא מער פון א חומש פאר צדקה
זאגן שנים מקרא אן די תרגום
נישט פארן קיין טריפס אום חול-המועד
הארעווען אום ניטל אין א געזונט שטיקל קצות
גיין אנגעטאן די ציצית אן די שטרייפן
נישט באצאלן ביים גיין אין מקוה
זינגען התקוה
נישט בעטן פאר א שידוך ביים גיין צו עמוקה
ווען איך זעה אן עמלקי, אים נישט צו הרג'ענען
נישט געבן חנוכה געלט פאר די קינדער
מאכן א ברכה ביי ורחץ
נעמען אן אתרוג פול מיט פינטלעך
עסן אין סוכה שמיני עצרת
טובל'ען אין מקוה, אנכאפנדיג א שרץ
טשערן ביי המנ'ס נאמען...
נישט לאכן ביים פורים שפיל
טרינקען די אנדערע ביר ביי א שלום-זכר (נישט וואס עס איז נהוג צו טרינקען)
נוצן די קלענערע העלפט פאר אפיקומן
טרינקען דווקא ג' כוסות צום סדר
עסן מרור אן חרוסת
עסן דווקא די שוואנץ ראש-השנה
טאנצן דווקא אן עבירה טאנץ, ביי א חתונה

איינער האט אפשר נאך גוטע רעיונות פאר א פעסטע עבירה?

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר