די הייליגע טעג - א פרעשור?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

די הייליגע טעג - א פרעשור?

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיר שטייען יעצט ערב חמשה עשר באב, וואס ס'ווערט געברענגט אין די ספה"ק אז די התנוצצות פון די ימי הרחמים והרצון הייבט זיך אן פון דעם טאג, און מען שרייבט שוין צו אויף די בריוון א כתיבה וחתימה טובה (אגב: נאר אויף בריוון. אויף אימעילס, פעיסבוק און טוויטער מעסעדזשעס ווערט נישט געברענגט, און מיר האבן נישט קיין מסורה דערויף, וצ"ע).

אזוי אויך, פון חודש תמו"ז (זמני תשובה ממשמשים ובאים) און א"ב (אלול בא) קומט שוין אן די דערמאנונגען אויף די הייליגע טעג, ווער רעדט נאך אלול אליינס, ווען דער שופר גיט א ציפ און הארץ, און ווען מען דארף שוין אויפשטיין 4:30 צו סליחות, שפירט מען ממש אט אט דעם יום הדין.

ליידער אין די לעצטערע יארן - אלס א רעזולטאט פונעם לאנגן גלות - איז מיר אויסגעקומען פון זייער אסאך אינגעלייט - און אפילו עלטערע - צו הערן דעם אויסדרוק "איך האב נישט קיין געדולד צו די ימים נוראים. עס איז סתם א פרעשור. איך וויל מיך שוין טרעפן נאך יום כיפור"...

מאנכע ווילן זיך זעהן נאך הושענא רבה און שמחת תורה. זיי האבן אפילו נישט קיין געדולד צו די ימי השמחה. זיי האבן אזא פאביע און אומרואיגקייט פון די צומישטע סדר היום, זיי האבן ליב עולם כמנהגו נוהג, נישט זיין אויף ביינאכט און שלאפן בייטאג, גיין אין ביהמ"ד אדער זיצן צופיל אין די סוכה. מ'וועל מיר נישט אריינגיין אין די סארט אידן, ווייל עס איז א באזונדערער פראבלעם, וואס מאכט זיך ביי זיי פסח פונקט אזוי, אדער אפילו פורים. יעדע שינוי הווסת איז גורם א צודרייעניש ביי אים אין מח, און ס'לייגט פרעשור.

מיר וועלן זיך באציען צו דעם חלק פאלק וואס האט פשוט נישט קיין געדולד תשובה צו טאן, ס'איז זיי ליבערשט צו זיין איינגעטינקען אין דעם טאג-טעגליכן מגושמ'דיגן לעבן, און ס'איז זיי שווער זיך אראפצושאקלען פון די אלע "פאן", און זיך מתבונן זיין, מאכן א חשבון הנפש, און מהרהר בתשובה זיין.

מ'קען עס אנקוקן אויף 2 וועגן. דער אמת אז ס'איז שוין א אלטער מחלוקת, צי אלול - און די ימים נוראים - איז "א בער" אדער נישט. מצד אחד, איז עס באמת א פחד. א יום הדין. "ימים נוראים", פארכטיגע טעג. עורו ישנים משינתכם. זוחלים ורועדים מיום בואיך. ונתנה תוקף קדושת היום כי הוא נורא ואיום. און איך קען אויסרעכענען נאך א 20-30 פראזן.

מצד שני, ווערט דאס גערופן ימי הרחמים והרצון, עס איז מבואר אין די ספרים אז דאס איז איין שטיק רחמנות פון השי"ת צו אונז אידן. ערשטנס, אויסצורייניגן און מאכן מיט אונז א יערליכע ספרינג-קלינינג, וואס איז באמת פאר אונזער אייגענע טובה. און צווייטנס, אז ביי א בשר ודם, ווען מען וויל מאכן א משפט אדער א אינוועסטיגעשיאן, טוט מען אלעס באהאלטן אז דער יעניגער זאל גארנישט וויסן, און פלוצלינג 4:00 פארטאגס ברעכט מען אויף די טיר און מען קייטעלט אים. משא"כ ביי אונזער יום הדין, איז דער באשעפער מודיע פון פאראויס דעם באשטימטן זמן, מיר זאלן זיך קענען צוגרייטן, תשובה טאן, זיך איינקויפן פרקליטים ומליצי יושר, בלאזן שופר כדי צו איבערדרייען דין לרחמים. און טאקע דערפאר טוען מיר זיך אן מיט יו"ט'דיגע קליידער, ווי דער פסוק זאגט לך אכול בשמחה את לחמך וגו', נישט מען גייט ארום מיט שווארצע קליידער ווי די אומות העולם וכו' כידוע.

א גרויסע חלק פון אונז זענען אויפגעוואקסן מיט א מורא'דיגע פרעשור איבער די הייליגע טעג, וואס סוב-קאנטשעסלי לאזט עס איבער א ביטערן טעם אין מויל, און ליידער אנשטאט אריינצוטראכטן די גוטע זייט פון די מטבע, ווערט מען נערוועז אפילו פון טראכטן דערפון! עס זענען פאראן אזעלכע שיינע ספרים צו לערנען אויף די הייליגע טעג, וועלכע קען איבערדרייען דאס הארץ צום גוטן, אז מען זאל זיך ממש בענקען צו די טעג, ווען יעדער איד פילט זיך לכה"פ אביסעלע דערהויבן.

וואס זאגט דער עולם? לאמיר מאכן א קאמפיין און אריינלייגן אביסעלע זיסקייט אין די הייליגע טעג?
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 103 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר