קלמט'שע און בר קלמט'שע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

קלמט'שע און בר קלמט'שע

שליחה דורך אייניקעל »

מיט א ברייטן שמייכל לאזן זיי זיך ארויס אין וועג, בר קלמט'שע מיט זיין ווייב, צוויי איידעלע נשמות מיט א שטוב פון זיסע טייערע שעפעלעך, ענדליך האט א מוסד צוריקגערופן, עטץ זענטס אנגענומען אין אונזער מוסד האט דאס קול געזאגט די גוטע בשורה, קומטס אריבער אויסצופילן די איבערגעבליבענע פאפירן.

די טיר עפענט זיך אויף ברייט, אויפן אנדערן זייט טיש זיצט דער אדמיניסטראטער אדער מנהל צו סיי וועלכע טיטל ער פארמאגט נאר, איך בין בר קלמט'שע רופט זיך אן דער יונגערמאנטשיק, אבער זע נאר ווי נאר די ווערטער האבן זיינע ליפן פארלאזט, האט זיך א וואלקן פארצויגען אויף די ברעמען פונעם בעל המוסד, אנטשולדיגט אבער נישט דיר האבן מיר גערופן, עטץ זענטס נישט א "גיטער פיט" פאר אונזער מוסד, דוקא קלמט'שע האבן מיר געוואלט רופן, א טעות האט פאסירט.

דאס קען נישט זיין, ענדליך שוין באקומען די גוטע בשורה, זאגט אונז נישט אפ, אז מיר זענען שוין סייווי דא, איר זעהט דאך אז מיר זענען א נארמאלע באזעסענע משפחה, דאס מוסד וועט נאר שטאלץ זיין מיט אונזערע קינדער, ניין זאגט דער מנהל, ארויס פון דא, לא נתקבל איר זענט נישט אנגענומען ואתכם הסליחה, מיר וואונטשן אייך הצלחה אויף ווייטער פארענדיגט ער מיט א צינישער שמייכל.

דא פלאצט אויס בר קלמט'שע מיט זיין רעביצין און א געוויין, אדוני המלך איר ווייסט וויפיל טרערן מיר האבן שוין פארגאסן, וויפיל שלאפלאזע נעכט אריבער, וויפיל הארץ וויי מיטגעמאכט, וואס דארפט איר פון אונז, מיר וועלן נישט שפארן קיין געלט ספאנסערן א נייע קלאס, העלפן מיט וואס עס פעלט אויס נאר טוט אונז נישט אן די בושה און ווארפט אונז נישט ארויס.

הלוואי וואלט איך אייך געקענט העלפן זאגט דער מנהל, ס'איז אבער נישט אין מיינע הענט בכלל, איך בין נישט מער ווי א שליח, דאס האט די וועד הרוחני פאר אייער טובה אזוי באשלאסן, וואס קען איך דען טוען, גלייבט מיר איך וואלט אייך יעצט שוין אנגענומען אבער פלאץ איז נאר דא פאר איינעם, און דאס איז דוקא קלמט'שע'ס קינדער נישט דיינע, אונזער מוסד איז שוין אזוי אויך איבערגעפילט, און אז מ'רעד שוין ווייסט דאך אז דאס נישט אונזער פראבלעם, גייט צו די מוסד וואו איהר דאווענט אפשר וועט די רבי שליט"א אייך אננעמען, אבער דא האט איהר נישט קיין פלאץ.

מיטן קאפ צו דער ערד געבויגן און מיט טרערן-פולע אויגן האט בר קלמט'שע מיט זיין ווייב פארלאזט דעם ארט, און געפרעגט די ביטערע פראגע: אויב די מוסדות התורה דארט וואו ס'איז דאס פלאץ וואו כלומרש'ט ערציעט מען די קומענדע דורות לתורה ולמעשים טובים קען מען זיך אזוי אויפפירן מיט א גרויזאמקייט מיט אזא געמיינשאפט צאפן דאס בלוט פון עלטערן, אלעס מיט א פרומע שלייער מיט א וועד הרוחני וואס בעיקר פארנעמט זיך צו משפט'ן יודישע קינדער, און קיין איינער זאל נישט שטערן, קיין איינעם זאל נישט קימערן אז יודיש בלוט איז ביליג, און נאך וואו און די הייליגסטע פלעצער פון חינוך וטהרה, אויב אזוי וואו נאך זאל נאך שיינען ליכטיקייט? נישט קיין וואונדער זאגן זיי אז דאס גלות גייט נאך ווייטער אן מיטן פולען פארע, ס'איז קלאר אז מיט אזא שנאת חנם קען קיין גאולה נישט קומען!

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר