בלאט 2 פון 2

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 11:01 am
דורך סקרן
באבובער רב האט געמאכט א קינה דאכט זיך אז רב וואזנער האט אויך געמאכט א קינה

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 11:03 am
דורך קאך_לעפל
דער תענית און סליחות פון כ' סוין שטאמט נאך פונעם הייליגען ר''ת - ער האט דאס מתקן געווען צוליב א טראגישער בלוט בילבול אין איינע פון די גרויסע פראנצויזישע קהילות. אבער עס איז אין די לויף פון יארן כמעט פארגעסן געווארן. נאך די גזירות פון ת''ח ות''ט האט דאס דער הייליגער ש''ך צוריק איינגעשטעלט. און ער שרייבט דייטליך אז ווען נישט דער הייליגער ר''ת האט דאס ווען לכתחילה מתקן געווען, וואלט ער זיך ווען קיינמאל נישט געטרויעט מתקן צו זיין א נייע תענית פאר כלל ישראל. וואס מיר זעען פון דעם איז: אז היינטיגע צייטן קענען מען נישט סתם אזוי אפהאלטן כלל ישראל פון עסן און טרינקן, אפילו דער ש''ך האט זיך נישט געטרויעט דאס צו טאן.

צווייטענס:
קאמאראד מר מי אני האט לעצטענס זיך אונטערגענומען א נייע מיסיע, ער זיכט אפיר אלע פארגעסענע אשכולות אין וועלכע די פארצייטישע חכמי השטיבל, ראשונים כמלכים, האבן געשריבן הערליכע אינהאלסטרייכע ארטיקלען און אנעליזירונגען, און ער ברענגט דאס נאכאמאל ארויף צום אויבערפלאך. איך ווייס נישט גענוי וואס זיינע מאטיוון זענען, אבער אזוי פירט ער זיך.

איז אזוי, לעצטענס האט הער מי אני ארויפגעברענגט א אשכול וואס ערהאלט א שלל פון מייסטערהאפטיגע פאעטן און דיכטער, אזש עס קען זיך גאר דאכטן אז זיי זענען נאך פארפאסט געווארן דורך אונזערע פארצייטישע געטליכע דיכטער ווי רבינו יהודה הלוי אדער גאר ווי שלמה אבן גבירול, הערליכע ווערק, מייסטערהאפטיג. פילייכט קען דאס אויך צושטעלן צו די קינות וועלכע מיר זאגן תשעה באב? דער ענטפער אויף דעם איז ניין! נישט דיכטער פארפאסט דורך סיי וועלכע שמוטופונא קען אריינגעשטעלט ווערן אינעם כלל ישראל סדור'ל. בלויז דיכטער וועלכע איז פארפאסט געווארן דורך א בעל רוח הקודש, א בעל השגה, עמיצער וואס זיינע פענע איז נישט בלויז פון הארץ נאר אויך פון מוח, עמיצער וואס שרייבט מיט א הייליגער געטליכע שכל, און איז גענוי באהאווענט ווי אזוי תפילות צום הייליגן לעבעדיגען באשעפער דארפן געזאגט ווערן...

און לויט ווי ווייט איך מיין איז הרב הצדיק רבי שלומה פון באבוב השני ז'''ל און דער שרף פון ערלוי, נישט פון די דאזיגע, און קיינער בדורינו פארמאגן נישט די געטליכע חכמה, און השגות אין קבלה וואס רבי שמעון פון מאגענצא אדער דער מהר''ם ראטטענבורג האט באזיצט...

Re: חורבן ההאליקאסט

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 2:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מענטשן האבען א מענטשליכע געפיל צו די קרבנות פון א טראגעדיע, איבערהויפט ווען די קרבנות זענען זיינס. דעריביר ווילען אפילו סעקולארער מענטשן מאכען א זכר אן אנדרטה צו די וואס זענען טראגיש אומגעקומען. דאס מיינט נישט אז קינות מיט תשעה באב קומען דינען די נויט.

עס איז געווען א געוואלדיגע הסתר פנים ביים חרבן, אבער די נביאים האבען אונז איבערגעגעבן וואס די פנים זיינען געווען וואס זענען נסתר געווארען, און די ראשונים האבען דאס אפגעלערנט און אונז געגעבען א קינה וואס דרוקט אויס די פיין פון די הסתר פנים.

דער צווייטע וועלטס קריג איז אונז אן עניגמא, אין אתנו יודע עד מה, וואס אפצולערנען און וואס האט געזאלט ארויסקומען דערפון. אין די הקדמה פון די קובץ ׳התבונה׳ פון ישיבת מיר אין תש"ו, האבען זיי א מאמר פון ר׳ לייב מאלין ווי ער רעדט זיך אפ אז עס פעלט אונז א מסכת של יסורין צו דערגיין וואס איז דארט געשען. און טאקע אזוי איז עס, דער זאגט אז ציונים זענען שולדיג, זאגט אז ציונים זענן גאר שולדיג. דער זאגט השכלה, יענער זאגט בעלזא. קיינער קען נישט זאגען מער ווי זיין הנחות קדומות.

קינות מיט א תענית פאסט נישט אין אזעלכע אומשטענדן, און דאס האט דער חזון איש געמיינט מיט די נתקטנו הדורות

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 2:22 pm
דורך קאך_לעפל
ווער זאגט אז איינער איז שולדיג? פילייכט איז קיינער נישט שולדיג, א שטייגער ווי די עשרת הרוגי מלכות...גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה... פארוואס ווען אימער א אומגליק פאסירט ביים כלל ישראל דארף איינער זיין שולדיג? פילייכט איז דער שואה געווען אן ענין פון א תיקון אדער א בירור אויפן כלל ישראל איידער ביאת המשיח? ווער ווייסט דען...

לדעתי זענען נאך נישט באשאפן געווארן די עבירות אויף וועלכער דער שואה זאל זיין דער שטראף....

Re: חורבן ההאליקאסט

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 2:53 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קאך
"ווער זאגט אז איינער איז שולדיג?"

אין דעם חדר וואו דו און איך האבן פארברענגט די קינדערישע יארן האט מען טאג און נאכט גפרעידיגט אז די ציונים זענען שולדיג!

"פילייכט איז קיינער נישט שולדיג, א שטייגער ווי די עשרת הרוגי מלכות...גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה... פארוואס ווען אימער א אומגליק פאסירט ביים כלל ישראל דארף איינער זיין שולדיג? פילייכט איז דער שואה געווען אן ענין פון א תיקון אדער א בירור אויפן כלל ישראל איידער ביאת המשיח? ווער ווייסט דען... "

"לדעתי זענען נאך נישט באשאפן געווארן די עבירות אויף וועלכער דער שואה זאל זיין דער שטראף"

הינדערט פראצענט גערעכט!!!

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 2:59 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קאך_לעפל האט געשריבן:ווער זאגט אז איינער איז שולדיג? פילייכט איז קיינער נישט שולדיג, א שטייגער ווי די עשרת הרוגי מלכות...גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה... פארוואס ווען אימער א אומגליק פאסירט ביים כלל ישראל דארף איינער זיין שולדיג? פילייכט איז דער שואה געווען אן ענין פון א תיקון אדער א בירור אויפן כלל ישראל איידער ביאת המשיח? ווער ווייסט דען...

לדעתי זענען נאך נישט באשאפן געווארן די עבירות אויף וועלכער דער שואה זאל זיין דער שטראף....

אויב עס איז נישט דא וואס אפצולערנען פון דער שואה, פארוואס זאל מען עס געדענקען? זאל עס פארגעסן ווערען.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 3:08 pm
דורך קאך_לעפל
מ'קען זיך אפלערנען א סאך זאכן פון די שואה! אבער דעקלערן פארוואס ס'איז קומען? יעדע סיבה אין דער וועלט איז בלאס און מילד פאר א אזא סארט שרעקעדיגער קאטאסטראפע....

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 3:57 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז זייער א מגושם'דחגע בליק. מיר ווייסען נישט וויאזוי סבה ומסובב גייט, מיר ווייסען נישט די חומר פון אן עבירה און ווי הייס איז דער גיהנם, אחוץ אז עס איז זעכציג מאל אזוי הייס ווי די פייער פון די וועלט. ווער זאגט וויפיל קומט איינעם און וויפיהל נישט? די גאנצע סוגיא האט מען אונז נישט אויסגעלערנט, און ממילא ווייסען מיר נישט וויאזוי דאס צו באגיין. און דעריבער פאסט נישט צו פאסטן און נישט צו זאגען קינות אדער סליחות דערויף