דער שטילער יונגערמאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך כוכב » זונטאג אוגוסט 25, 2019 9:06 pm

פרעגן קשיות איז די בעסטע ו וועג צוציען א שמועס.
פרעג אויס דעם יונגערמאן ווי אויף א קרייצפארהער שטייצעך טרעט נישט אויף די הינער אויג אבער יעדן שמועס קען מען ציען מיט יענעם אויס פרעגן און זיך פאראינטערעסירן אין די דעטאלן פון די נושאים און טאפיקס וואס יענער האט א געשמאק צו רעדן.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2433
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4994 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6805 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:06 pm

טמיר האט געשריבן:אין אן עפערט צי טראבעלשאטן די פראבלעם, עגבערט מיך א לאנגע צייט די פאלגעדע ספק, און איך וואלט געווען זייער דאנקבאר פאר ווער עס קען דאס פושט זיין. איין הויפט גורם אין די סוטואציע איז "אומוואוסענהייט". סטייטשט איך בין שטארק אומוואוסענד אין נושאים וואס מענטשן האבן ליב צי שמועסן, אזוי ווי היימישע פאליטיק, מענטשן. גראדע האב איך א גוטן קאפ און איך בין איך אלץ געווען פון די בעסטע אין קלאס, און יעדער האט זיך געריסן צי לערנען מיט מיך. אבער ווען עס קומט צי קענען מענטשן און קארענט איווענטס בין איך ווי פארקלאפט.

יעצט די ספק איז אזוי. וואס איז די גורם צי וואס? איז די שוואכע סאושעל קאנעקשען די גורם צי אומוואוסענהייט, אדער פארקערט, דאס זיין אומוואוסענד איז גורם (אדער עכ"פ איינע פון די גורמים) די שוואכע סאושעל קאנעקשען?

האב איך פאר דיר א עצה . קודם כל זאלסטו וויסן אז אסאך פון די קיפקע פירערס זענען אומוויסענדער מענשטן ווייסן נישט בחייכון פון גארנישט נאר וואס דען זיי האבן פיסקעלעך און דערשרעקן זיך נישט פון קיינעם דו זאלסט אויך נעמען קוראדז און קאנפידענס און זאגן וואס ס'לאזט זיך און נישט אזויפיל טראכטן בשעת מעשה אז דו טויגסט נישט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1481
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

הודעהדורך טמיר » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:12 pm

שמערל האט געשריבן:מדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.

דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.

שמערל! האסטו מיך אפגעשראקן יעצט! איך שטיי דא ביים שפיגל און איך ציפ מיך צי זעהן אויב איך בין מיך, אדער עפעס א בריאה מיט עפעס א סינדראום וואס באלאנגט ביי א טערעפיסט!

עה שמערל, דארפסט מיך נישט קומען בארואיגן יעצט. העמיר גיין מאכן ריסערטש אויף די פאני ווארט וואס כהאב אזוי פיל מאל אריינגעבאמפט אין המספיק גאזעט
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 535 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:19 pm

איך פארשטיי נאכאלס נישט וואס איז די פראבלעם? דיין קינדער פארשטיין דיר נישט? דאס איז די גאנצע?

איך האב מורא אז באמת פעלט דיר גארנישט, נאר מ'האט דיר איינגערעדט אז עס טויג נישט. אז דיין לעבן איז דיר באקוועם, וואס דארפסטו מער ווי דעם?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8709
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8178 מאל

הודעהדורך הדסים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:37 pm

טמיר האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:מדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.

דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.

שמערל! האסטו מיך אפגעשראקן יעצט! איך שטיי דא ביים שפיגל און איך ציפ מיך צי זעהן אויב איך בין מיך, אדער עפעס א בריאה מיט עפעס א סינדראום וואס באלאנגט ביי א טערעפיסט!

עה שמערל, דארפסט מיך נישט קומען בארואיגן יעצט. העמיר גיין מאכן ריסערטש אויף די פאני ווארט וואס כהאב אזוי פיל מאל אריינגעבאמפט אין המספיק גאזעט


איך וואלט נישט געזאגט אז דו דארפסט מאכן ריסערטש אויף א ווארט וואס איינער וואס קען דיר אפי' נישט פערזענליך האט דיר געשריבן אנליין.

פון די אנדערע זייט, וואס מיינט א בריאה וואס באלאנגט ביי א טערעפיסט? יעדע מענטש וואס וויל ארבעטן אויף זיך, צוליב וועלכע סיבה עס זאל נאר זיין, קען גיין צו א טערעפיסט. ס'איז נישט קיין שום חסרון בכלל.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 135
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 100 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג אוגוסט 25, 2019 11:37 pm

הרב טמיר
קיין פיסכאלאג בין איך נישט אבער פין אייער שפראך קוקט איהר אויס צו זייןא באטעמטע געשמאקע מענטש. און כשעה נישט קיין סיבה אנצונעמען אז עפעס פעלט אייך גייסטיש.
מיך קוקט אויס ליבערשט אז איר זענט מער א טיפערער מענטש און איר האט זיך פשוט נאכנישט געפינען א פאסיג ווינקעל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1047
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1640 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

הודעהדורך טמיר » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:13 am

שמערל האט געשריבן:מדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.

דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.

אקעי, דא איז די ליסט פון סימפטאמס אויף AD

Behavioral: aggression, compulsive behavior, fidgeting, impulsivity, persistent repetition of words or actions, repetitive movements, or social isolation
Muscular: inability to combine muscle movements, poor coordination, or tic
Mood: anger, anxiety, or apprehension
Also common: depression, intense interest in a limited number of things, learning disability, nightmares, or sensitivity to sound

און ב"ה די איינציגסטע זאך אויף די ליסט וואס אעדט צי מיר איז טאקע סאשעל אייסאלעישען. סא דאס איז בפשטות אראפ פון טיש.

עניוועי, ייש"כ פאר'ן פרובירן צי דייעגנאזן.
עניבאדי מיט א פרישע דייעגנאז?
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 535 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

הודעהדורך חתן בחור » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 2:53 am

טמיר האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:ס'פעלט דיר קאנפידענס.
הייב אן מיט א זעלבסטמארד מיסיע, גיי צו צו פרעמדע מענטשן און שטעל זיך פאר צו זיי. סירטש קודם אויף גוגל ווי אזוי אנצוהייבן א גוטע שמועס. (ווייז אינטערעסע, צו ווייטער דעם שמועס, שמייכל דא און דארט)

כמיין אז קאנפידענס איז נישט די פראבלעם. איך האב נישט קיין שום פראבלעם צי דאווענען פארן עמוד אדער רעדן פאר א רבים. דארט ווי איך פיל אז איך האב וואס אריינצורעדן אין די שמועס, האב איך נישט קיין פראבלעם דאס צי טון. די פראבלעם איז נאר איז רוב מאל פיל איך ווי איך באלאנג נישט אין די שמועס, טאקע ווייל איך קען נישט די נושא. און נישט נאר איך האב נישט וואס צוצוגעבן, נאר צומאל ווייס איך אפילו נישט פון וואס מען רעדט געהעריג.

אזוי ווי אסאך מאל, האב איך היינט נאך שחרית פרובירט אנצוהייבן א שמועס מיט איינעם. ער האט מיך שיין געענטפערט אויף וואס כהאב געפרעגט, אבער ער האט נישט אוי געזען אונטערעסירט צי ציען די שמועס ווייטער, און ער איז אוועקגעלאפן די ערשטע געלעגענהייט וואס ער האט געהאט... און איך בין געבליבן מיט מיינע שאלות אין בויך...

טראכט אריין, פארוואס וויל איינער שמועסן מיט דיך? ווייל ער האלט אז ער וועט קענען ארויסנעמען ענדזשוימענט פון דעם, צי ווייל איך קען עם פארקויפן זאפטיגע זאכן, צי ווייל איך האב א זאפטיגע שפראך. אבער אויב קען איך עם גארנישט צושטעלן, פארוואס זאל ער וועלן פארברענגען מיט מיך? חוץ די גוטהארציגע מענטשן וואס וועלן שמועסן מיט מיך כמו לשם מצוה... אבער נישט פון דעם רעדט מען



די דאווענסט פאר'ן עמוד און די רעדסט פאר א רבים, ווייל די ווייסט אז די קענסט עס. ווען ס'קומט צו שמועסן זאכן וואס די קענסט נישט לויפסטו אוועק ווייל די האסט מורא מ'וועט זעהן אז די קענסט נישט.

האב נישט מורא אז מ'וועט זעהן די קענסט נישט. די טראכסט מ'וועט דיך אנקוקען ווי א מעקעלע, אבער ס'אלץ קומט פון דיין קאפ. למעשה האסטו נישט קיין השגה וואס אנדערע מענטשן טראכטן.

און יא, די ווייסט טאקע נישט אסאך זאכן, ווי די שרייבסט אז ביזט שוין אזוי זייט כיתה א', און צומאל קענסטו געבן אן איינדרוק ווי די קוקסט אראפ א צווייטן, ווי מאך זיכער האט דערמאנט. אבער כדי דאס צו אויסוואקסן דארפסטו אנערקענען אז די ביזט טאקע נישט א גוטער שמועסער און די גייסטוך יעצט לערנען, און ס'איז גארנישט wrong דערמיט.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

הודעהדורך תנחום » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 1:06 pm

טמיר האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:מדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.

דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.

שמערל! האסטו מיך אפגעשראקן יעצט! איך שטיי דא ביים שפיגל און איך ציפ מיך צי זעהן אויב איך בין מיך, אדער עפעס א בריאה מיט עפעס א סינדראום וואס באלאנגט ביי א טערעפיסט!

עה שמערל, דארפסט מיך נישט קומען בארואיגן יעצט. העמיר גיין מאכן ריסערטש אויף די פאני ווארט וואס כהאב אזוי פיל מאל אריינגעבאמפט אין המספיק גאזעט

"You shouldn't google your symptoms because you can go from a headache to clinically dead in just three clicks"
אינני מסכים למילה מדבריך, אך אהיה מוכן להיהרג על זכותך לומר אותם(וואלטר)
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 205
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 3:02 pm

כוכב האט געשריבן:פרעגן קשיות איז די בעסטע ו וועג צוציען א שמועס.
פרעג אויס דעם יונגערמאן ווי אויף א קרייצפארהער שטייצעך טרעט נישט אויף די הינער אויג אבער יעדן שמועס קען מען ציען מיט יענעם אויס פרעגן און זיך פאראינטערעסירן אין די דעטאלן פון די נושאים און טאפיקס וואס יענער האט א געשמאק צו רעדן.
רוב מענטשן גלייכן נישט צו ענטפערן שאלות איבער זיך נאכאנאנד, וואס יא? אויב דער שואל קען צולייגען ספייס צום נושא איז עס אינטערסאנט.

זי ברענגט גאנץ גוטע נקודות צום טיש.
https://youtu.be/PMmnPpjtU7c
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1873
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2888 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2677 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 3:12 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נאכאלס נישט וואס איז די פראבלעם? דיין קינדער פארשטיין דיר נישט? דאס איז די גאנצע?

איך האב מורא אז באמת פעלט דיר גארנישט, נאר מ'האט דיר איינגערעדט אז עס טויג נישט. אז דיין לעבן איז דיר באקוועם, וואס דארפסטו מער ווי דעם?

די פראבלעם איז אז דער אינגערמאן איז בעצם דאס פארקערטע פון א שטילער, נאר ער איז ליידער געבוירן געווארן אין א שטילער גוף. זיין אינערליכע אמת'ע זיך לאזט אבער נישט נאך.

לעבנדיג מיט אזא פארלעגנהייט איז שטארק גורם א אינערליכע פייער און דאס אינגערמאן פילט אז ער דארף זיך העלפן ארויס צוברענגען זיין אמת'ע שורש נשמה........
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1857
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

הודעהדורך דובעלע » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 7:53 pm

[/quote]
"You shouldn't google your symptoms because you can go from a headache to clinically dead in just three clicks"[/quote]

https://m.youtube.com/watch?v=Vn_ZkI7-IZ4
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 12:46 am

לכבוד הרב @טמיר מוז איך אריינקומען מיט אפאר ווערטער.

דאס אז דו טרעפסט נישט די פלאץ אין קאנטרי איז זייער נארמאל. עפטער אלל גייט מען דארט ווי די ווייב וויל און ס׳מוז נישט זיין אז יענער עולם זאל פונקט זיין צו דיין געשמאק. אויב ביזטו פעשליך און וואלי איז נישט פאר דיר, און גייסט פונקט אויף דייעט און די מלוה מלכה/קידוש מעניו איז אויך נישט פאר דיר ביזטו שוין אויסגעשלאסן פון האלב פון די קאנטרי שמועסן.

און צו די פראבלעם גופא, קודם לאמיר דיר זאגן וואס נישט צו טוהן,
פרעג נישט יענעם קיין קשיות וואס איז נישט נוגע, ווייל דאס רעגט אויף. (סארי @כוכב) איך האב מענטשן וואס פרעגן מיר יעדע צוויי וואכן די זעלבע קשיות און איך קוק זיי אן ווי קלעבעדיגע שליים, ווי למשל איינער פרעגט מיר שוין די לעצטע פאר חדשים עטליכע מאל וואס האט דיין שווער נעקסט, א בחור אדער א מיידל? ער מאכט א אנשטעל כאילו ער טראכט פון א שידוך, אבער היות ער פרעגט עס שוין צום זיבעטן מאל זעה איך אז ער וויל סתם דרייען א קאפ.

אנדערע הייבן אן בערך אזוי: וויאזוי איז יאנקעל לעמענאוויטש רילעטעד צו דיר, ער איז דיין פעטער אדער עלטער פעטער, אהה, בכלל נישט ענקער משפחה.... הייסטעס אן אנדערער לעמענאוויטש אינגאנצן... א מינוט, ענק זענען כהנים, זיי לוויים. גאט איט! גראדע דיין פעטער משה געדענק איך פון ישיבה... ס׳דיין ברודער גאר, ער איז דאך סך עלטער פון דיר, הייסטעס ער איז די עלטסטער און די די יונגסטער... אהה, איינס פאר די יונגסטער. אנדערע הייבן אן, געב מיר דיין שוואגערס זרח׳ס נומבער, דו ווייסט צו ער טוט נאך בראוקערידזש? ער האט נישט מצליח געווען? דו ווייסט ווער ס׳איז ערענסט מצליח דערין? גראדע אלע ווייענען יעצט...

אזוי פארפירט זיך נישט קיין שמועס, און אויב ווילסטו האבן אזעלעכע שמועסן גאו פאר איט
דאס אלעס איז נישט די וועג צו מאכן פריינד! פינטל! אויף דעם וועג מאכט מען שונאים, מ׳קויפט זיך איין א נאמען פון א פגע רע

נאר וואס דען יא...
די וועג צו מאכן פריינד איז רעדן פון עכטע רעלעווענט סאבדזשעקטס, אין די צייט ווען די אנדערער מענטש האט צייט און וויל כאפן א שמועס. נישט ווען ער שטייט צווישן די מקוה געיט און די קאווע רום און ער זוכט די מקוה קארטל, נאר אין בור ווען ער האט א רואיגע מינוט. נישט נאכן זייפן זיין פנים אינמיטן טעסטן צו די שויער איז קאלט אדער הייס. נאר פארן זיך אנהייבן זייפן. און אויך נישט פרייטאג נאכמיטאג אין גראסערי, נאר דאנערשטאג נאכט אין גראסערי, און איינמאל ער טוט אויס די רבינו תם תפילין שטיי ווייט, ער וויל שוין גיין, רעד צו אים צווישן רש״י און ר״ת. געט די פוינט.

וואס רעדט מען?
האסט אים נישט געזעהן א שטיק צייט געב אים שלום, פרעג אים נישט ווי ער איז געווען ווייל דאן ביזטו ווייטער א נודזש, (שטייצעך, ווענדט זיך ווי גוט די ביזט מיט אים) ענדערשט דערצייל פון דיר אז דו ביזט יעצט געווען אין האצנפלאץ און די לבנה קוקט דארט אויס בלו, און דאן וועט ער שוין אנהייבן רעדן

אדער דערצייל אים אז דיין ברודער קוים ניין חדשים עלטער פון דיר האט פאריגע וואך געהאט די צענטע קינד עלף יאר נאך זיין חתונה, ער וועט שוין דערציילן די איבריגע, ער קען א חבר׳ס ברודער׳ס שכן אין אזא מצב, ס׳קומט א גוטע גאסיפ, דאנט ווארי.

אויב האט ער יעצט א שידוך געטוהן דערצייל אים אז דו האסט געמאכט שבע ברכות אין קראסנא, האסט געמאכט א חשבון אז ס׳איז ביליגער פון סעליש. דאן וועט ער אנהייבן דערציילן וואס זיין מחותן האלט דערוועגן...

אויב איז נישטא עפעס ספעציעל צו דערציילן הייב אן מיט עפעס וואס שטייט פאר דיינע אויגן און לייג צו דיינע צוויי צענט. (נישט פרעג אים וואס ער האלט) ווי למשל דער וואס מאכט די אפיעל היינט רעדט באמת מיט הארץ, אבער איך האב נישט קיין פרוטה אויף מיר ווען איך האב ווען איז ער פון די ערשטע אויף די ליסט (זאג נישט אז איך האב נישט קיין דזשאב יעצט ווייל דו מאכסט די סיטואציע טרויעריג, און יענער וועט ענדערשט רעדן מיט איינעם וואס מאכט אים גוטמוטיג)

די נקודה איז הייב אן מיטיילן געפילישע/אנאלעזירטע אינפארמאציע און יענער וועט שוין אנהייבן א שמועס, זאלסט קיינמאל נישט אנהייבן מיט א קשיא, (חוץ ווען דו האסט באמת א קשיא) קום אריין מיט א מיינונג, א שפעקולאציע, און לאז יענעם פרעגן
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 515
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1784 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

הודעהדורך טמיר » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 5:59 pm

געוואלדיג שלום! גאלדענע דיבורים, עז יוזשועל
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 535 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:59 am

שלום שטיסל האט געשריבן:האסט אים נישט געזעהן א שטיק צייט געב אים שלום, פרעג אים נישט ווי ער איז געווען ווייל דאן ביזטו ווייטער א נודזש, (שטייצעך, ווענדט זיך ווי גוט די ביזט מיט אים) ענדערשט דערצייל פון דיר אז דו ביזט יעצט געווען אין האצנפלאץ און די לבנה קוקט דארט אויס בלו, און דאן וועט ער שוין אנהייבן רעדן


שלום עליכם, @שלום שטיסל. כ'האב אייך שוין נישט געזען א שטיק צייט אויף קאווע שטיבל. איך פרעג אייך נישט ווי איר זענט געווען ווייל דעמאלטס בין איך ווייטער א נודזש. ענדערש דערצייל איך דיר אז איך בין יעצט געווען אין קאווע שטיבל זעלבסט, די אלגעמיינע פארום'ס זענען נאך אלס אין בלויע קאלירן, און צימעס איז נאך אלס אין בעזשע קאלירן...

יעצט וועט איר שוין אנהייבען רעדען...?
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2289
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2986 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:41 pm

ידידי היקר @שלום שטיסל

ביזט איינער פון די לעצטערע מגיבים דא אין דעם אשכול, און דו האסט די מערסטע לייקס, שוין אפילו מער ווי דעם בעל האשכול אליינס, זעה כאטשיג ווי באליבט דו ביזט ביים עולם און נעם צוריק דיין זיסע פעדער אין האנט און זיי מהנה דעם עולם, פארלאז אינז נישט, געדענק דיין נאמען וואס דו טראגסט!
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 691
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1334 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 7:49 pm

כ׳מיין רוב עולם האט שוין געענטפערט זאכליך און ס׳איז שוין נישט געבליבן א סך וואס צו צולייגן
נאר עטליכע נקודות וויל איך באמערקען:
א) ביי אונזע עולם דרייט זיך רוב שמועסן ארום די זעלבע צוויי דריי ענינים, ע״פ רוב ביזנעס און ריעל עסטעיט און אביסעל היימישע פאליטיק (דושינסקי בויט אין די נארטס, בי ענד עיטש האט געעפנט א נייע וועירהאוז, די גאווערנאר וועט געבן די ביעם סענטער פאר די זאליס, וכו׳). גראדע לעצטענס מיט טראמפ׳ס ערשיינונג ליגט די עולם מער אין די פאליטישע נייעס. במילא טאמער איינער אינטערסירט נישט די צוויי-דריי נושאים קען אים זיין שוער צו זיין א טייל אין א שמועס. אויב דאס איז די פאל ברויך מען אויפזוכן די מיעוט מענטשען וואס זענען פאראינטערסירט אין אנדערע נושאים, און פראבירן מאכען א שייכות מיט זיי.
ב) מאכען, און ציען, א שמועס איז א געוויסע סקיל, טייל מענטשען האבען עס נאטורליך אבער אפילו דיע וואס האבען עס נישט קענען זיך עס אויסלערנען. די קונץ איז צו טרעפען שטענדיג א נייע ענגעל אין די שמועס ווי עס אויסצוציען און אויסברייטערן און אריינברענגען פרישע אינפארמאציע וואס וועט ערוועקן א נייגער ביי די אנדערע צד, און פארשטייט זיך אז מ׳זעהט אז יענער איז נישט אינטערסירט צו רעדען דארף מען אפענדיגען און גיין.
ס׳קען זיין א גוטע עקסערסייז צו שטיין ביי א געזעמל און זיין שטיל, און בשעת מעשה צולייגען קאפ און זעהן ווי אזוי די שמועס פארט, וועט מען זעהן אביסעל ווי אזוי א שמועס ציהט זיך, און זיך קענען לערנען אביסעל די סקיל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1047
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1640 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 4:52 pm

שוין, ברוך השם דער שטילער אינגערמאן איז שוין אהיימגעפארן און ער דארף שוין נישט די אלע עצות.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1886
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 3 געסט

cron