אישתישבי האט געשריבן:https://twitter.com/AronWieder/status/1165035547166949383?s=19
מר ווידער שרייט אויף מיכאל האלל אז ער איז א אנטיסעמיט, ווייל ער האט א פעיסבוק בלאט ווי ער שרייבט זאכן וואס זענען אנטיסעמיטיש.
מה נאמר מה נדבר, איך ווייס נישט וויפיל אידן ווילען דער הנהגה, אבער מר ווידער האלט זיכער אז זיינע חרדים ווילען דאס, ווען נישט טוט ער דאס נישט. וואס איז פשט אז אונז אידן זענען עפעס אזוי זיכער מיט זיך צו קענען שרייען אויף גוים זלזולים.
זענען אונז טאקע אזוי פארזיכערט דא אין דער אמעריקא אז אונז זענען שוין אמעריקאנער אידן מיט רעכטען? ווי איז די גלות מענטאליטעט?
אונז ווייסן דאך יא דער אמת וואס גייט פאר אין די מוסדות, נישט אויסגערעדט זאל זיין. טאמער שטעלט מען זיך מיט די גוים אויף א ברייטער אופן, מי יודע וואס און וויאזוי זיי וועלען נאך צוריק שיסן.
אפשר בין איך א פחדן, אפשר טרייב איך איבער, אבער עס זעהט אויס ווי אונז אידן רעדען זיך איין, אז ווייל אונדז האבן אפאר ערוועלטע פאליטישענס זענען אונז פארזיכערט אז עס וועט אונז גארנישט געשעהן. זאל דער אייבערשטער האלטען זיין רעכטער האנט.
ביבער האט געשריבן:א שרעקליך אנטיסעמיטיש ווידיאו פון די אפיציעלע ראקלענד רעפובליקען פארטי איז ארויף אויף סאשעל מידיע, און יא אונזער אהרן ווידער איז דער הויפט מחותן כמובן.
https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 8973890472
מאך זיכער האט געשריבן:לרגע הזה קיוונו, און פון דא זאלן אלע עסקנים און דעוועלאפערס נעמען א מוסר אז עפעס ברויך געטון ווערן צו פארמיידן די שעדליכע אנטיסעמיטיזם.
אהרן ווידער שעים אן יא!
ארי נוהם האט געשריבן:ביבער האט געשריבן:א שרעקליך אנטיסעמיטיש ווידיאו פון די אפיציעלע ראקלענד רעפובליקען פארטי איז ארויף אויף סאשעל מידיע, און יא אונזער אהרן ווידער איז דער הויפט מחותן כמובן.
https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 8973890472מאך זיכער האט געשריבן:לרגע הזה קיוונו, און פון דא זאלן אלע עסקנים און דעוועלאפערס נעמען א מוסר אז עפעס ברויך געטון ווערן צו פארמיידן די שעדליכע אנטיסעמיטיזם.
אהרן ווידער שעים אן יא!
איך זאג אויך אז "לרגע הזה קיוונו", אבער כ'קום צו א פארקערטע הנחה ווי מאך זיכער.
לדעתי איז די קליפ פון ראקלענד רעפובליקען פארטי טאקע אנטיסעמיטיש, אבער קען מער דינען אונזערע אינטערעסן ווי זייערע. אויב אהרן ווידער און די אנדערע ארטיגע עסקנים האבן שכל, זאלן זיי פארשפרייטן דעם קליפ וויפיל עס איז נאר מעגליך, און מאכן א "חוב קדוש" סטיל הצבעה לבחירות ווי אין ישראל.
היסטאריע ווייזט, אז ווען חרדישע אידן שפירן זיך באדראעט און אז אנדערע צודריקן זיי, דאן קומען זיי ארויס אין די מאסן.
דער קליפ ווייזט אז "עוד מעט" און די אידן זענען די רוב און נעמען איבער די זאך. ס'איז אמת, און ס'איז וויכטיג אז די חרדים אין מאנסי זאלן דאס גוט געדענקן ביום ההצבעות, אז די רגע זיי זענען די רוב קענען אלע זייערע שונאים קראכן.
איך רעד נישט אריין אינעם ויכוח צו גערעכט צי נישט, איך רעד נאר פון א אפעקטיווע שטאנדפונקט.
מי יקום האט געשריבן:ווידער איז א לעבעדיגע עקזעמפּעל פון אונזערע פירות און אונזערע ״אומציוויליזירטע צוריקגעשטאנענע פארדארבענע חינוך״ ער מיט זיין ״גרויס טפשות״ טוט באשטעטיגן אז דער היינטיגער חרדישער חינוך דארף א גרויסער תיקון! נייס דזשאַב..!
איך קען אים פערזענליך פאר יאהרן לאנג. אָך און וויי אז ער איז היינט די פאַרטרעטער פון די ״חרדישע אידן״ אהרן בנציון איז א פשוטע אומערצויגענע שוטה משוטה! א פשוטע ״חדר יונגל״ וואס האט ניטאמאל די קעפּעסעטי צוטראכטן גראד! א ליידיגע קאפּ... א בור ריק... לא קרא ולא שנה... קען ניטאמאל אפלערנען א בלאט גמרא אליינס, קען נישט קיין אידיש און נישט קיין ענגליש, קען ניטאמאל אפליינען א פשוטע וויקיפידיע בלאט!
ער איז אונזער ווארטזגער??? דער חכם מחוכם???
דער שוואַנץ יונה כהן וואס איז באוואוסט אלץ ״ אַ שטאקעדיגע נער״ איז שוין צעהן מאל א גרעסערער חכם ווי דער חדר-יונגל! דער ווידער דארף מען וואס שנעלער צוריקשיקן קיין בעלזא און צוריקלייגן וואו ער באלאנגט-אין כתה ב׳...
יונה כהן גייט שוין דאכצעך אין כתה ד׳...
יין שרף האט געשריבן:מי יקום האט געשריבן:ווידער איז א לעבעדיגע עקזעמפּעל פון אונזערע פירות און אונזערע ״אומציוויליזירטע צוריקגעשטאנענע פארדארבענע חינוך״ ער מיט זיין ״גרויס טפשות״ טוט באשטעטיגן אז דער היינטיגער חרדישער חינוך דארף א גרויסער תיקון! נייס דזשאַב..!
איך קען אים פערזענליך פאר יאהרן לאנג. אָך און וויי אז ער איז היינט די פאַרטרעטער פון די ״חרדישע אידן״ אהרן בנציון איז א פשוטע אומערצויגענע שוטה משוטה! א פשוטע ״חדר יונגל״ וואס האט ניטאמאל די קעפּעסעטי צוטראכטן גראד! א ליידיגע קאפּ... א בור ריק... לא קרא ולא שנה... קען ניטאמאל אפלערנען א בלאט גמרא אליינס, קען נישט קיין אידיש און נישט קיין ענגליש, קען ניטאמאל אפליינען א פשוטע וויקיפידיע בלאט!
ער איז אונזער ווארטזגער??? דער חכם מחוכם???
דער שוואַנץ יונה כהן וואס איז באוואוסט אלץ ״ אַ שטאקעדיגע נער״ איז שוין צעהן מאל א גרעסערער חכם ווי דער חדר-יונגל! דער ווידער דארף מען וואס שנעלער צוריקשיקן קיין בעלזא און צוריקלייגן וואו ער באלאנגט-אין כתה ב׳...
יונה כהן גייט שוין דאכצעך אין כתה ד׳...
אויב דו שרייבסט אז דו קענסט אים יארן לאנג, און דערנאך שרייבסטו דיין לאנגע רענט, ביזטו א פשטו'ן שקרן. בכגון ער קען שיין אפלערנען א בלאט גמרא, (ער לענט פאר א שיעור יעדע ליל שישי און מעליץ ביהמ"ד), ער קען א גוטע אלטע אידיש, היסטערי פון WW2, ער פלעגט דאך געבן tours דארט אין Europe.
פון דיין שפראך דא זעהט אויס אז דו קענסט דיר פארמעסטן מיט אים לשיטתך..
אישתישבי האט געשריבן:מען דארף נישט קיין פארטרעטער, מען דארף גארנישט זאגן, עס איז בעסער אז מען זאגט גארנישט, און אזוי ווערט די זאך פארגעסן, קיינער האלט נישט אַ מלחמה מיט א שטעקען וואס רעדט נישט.
גדליה האט געשריבן:מר. ווידער איז א אויסגעצייכענטע פראדוקט פין אונזער גאנצע סיסטעם. ער שטעלט מיט זיך פאר די גאנצע מעשה, פון אנהויב ביז'ן סוף.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט