הארצרייסנד: "דאס איז א טראגעדיע פון טיטאניק פראפארציע"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

Re: הארצרייסנד: "דאס איז א טראגעדיע פון טיטאניק פראפארציע"

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:52 pm

גדליה האט געשריבן:גראדע שרייבען א עסיי איז א סקיל וואס מ׳קען אויסלערנען אין עני שפראך
מ׳קען לערנען מיט קינדער ווי אזוי צו שרייבען א מעשה פין א צדיק
מ׳קען הייסען בחורים אפשרייבען א סיכום פין גמרא, און אויסלערנען א אנהויב אין א ענדע
הלוואי ווען מ׳טוט עס אויף גמרא אדער א אידישע ענין. עס וואלט נישט געווען קיין ׳פרצה׳ און עס וואלט צוגעגעבען. א ראש ישיבה איידער ער האט גע׳עפענט א ישיבה קטנה האט מיר געזאגט ערפלאנט דאס איינצופיהרען. איך גלויב נישט ער האט מצליח געווען, איך מוז איהם פרעגן

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9326
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8843 מאל

הודעהדורך calculator » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 5:35 pm

די זאך איז, אז די אלע לימודי חול וואס איך האלט אז מען דארף לערנען (ענגליש אריטמעטיק, קאמפיוטערס), האט נישט צוטוען צו די רעגירונג פארלאנגט עס אדער נישט, מען דארף עס לערנען ווייל מען דארף עס לערנען.

למעשה, איז די רעגירונג די וואס אינפארסירן עס, ווען נישט זיי וואלטן אינזערער מוסדות קיינמאל עס נישט צו געשטעלט(ווייל.........................). דערפאר איז א גרויסע פראבלעם, וויבאלד די רעגורונג איז דאך א ליבעראלע רעגירונג, איז ווער ווייסט מה יולד יום, וואס זיי קענען נאך פארלאנגן, און אויב עס איז טאקע אמת וואס די סאקריקים שרייען איבער דעם קאממען קאור, איז דאך טאקע א פראבלעם.

איז נישט לערנען איז א פראבלעם, און יא לערנען וויאזוי די רעגירונג הייסט, איז דאך ווייטער נישט גוט.

איז עס א בחינה ווי "אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי".
באניצער אוואטאר
calculator
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

Re: הארצרייסנד: "דאס איז א טראגעדיע פון טיטאניק פראפארציע"

הודעהדורך אונטער חכם » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:03 am

צוריק צום בריוו פון פותח האשכול. אין וועלכע געגנט איז נישטא קיין איין חסידישע תלמוד תורה וואס שטעלט צו ענגליש גענוג אז א קינד זאל קענען נארמאל ליינען ענגליש, חוץ אויב ער וואוינט אין קרית יואל.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 772
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

הודעהדורך קטלא קניא » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:14 am

Flohr.JPG
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

הודעהדורך הדסים » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 1:19 pm

אונטער חכם האט געשריבן:צוריק צום בריוו פון פותח האשכול. אין וועלכע געגנט איז נישטא קיין איין חסידישע תלמוד תורה וואס שטעלט צו ענגליש גענוג אז א קינד זאל קענען נארמאל ליינען ענגליש, חוץ אויב ער וואוינט אין קרית יואל.


אין וועלכע געגנט איז דא א חסידישע תלמוד תורה וואס שטעלט צו א הויכע קוואליטעט אידיש...?

למעשה'דיג גערעדט, איך האב גארנישט פון דעם אז ס'איז דא עפעס א חדר. אויב שיק איך צו יענע חדר וועל איך האבן א פראבלעם מיט געוואוסע קהילה פירער, א פראבלעם ביי שידוכים, און נאך.

איך דארף א גוטע חינוך אין מיין חדר.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 245 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט