בלאט 1 פון 1

היסטארישער ערשטמאליגער דורכברוך אין עולם החינוך !

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:03 am
דורך איש את רעהו
שוין א לענגערע צייט וואס עס טוט זיך אויף טישן און בענק בנוגע די רעגולאציעס וואס משומדים האבן אנגידרעלעוועט אויף די חרדישער ניו יארקער באפעלקערונג,
בהמשך הזמן זענען געטון געווארן אינטערן טיש פארשידענע המצאות וויאזוי ניו יארקע עסקנים האבן מיט פריוון און מהלכים /פאליטישע און געריכטליכע געזיכט צו משתיק זיין די קול פון די משומדים.
איצט צום נייעם לערן יאר תשע"ט אלול ווען די רעגולאציעס שוועבט אין די ניו יארקע לופטן, האבן זיך אזוי בין יום ללילה ארויסגעשלייכט א שיינע צאל מוסדות און רבנים/עסקנים/אדמיניסטראטארן פון אינטער די עסקנים פירערשאפט וואס האבן די לעצטערע 3 יאר געהאנדעלט מיט די אינסטאנצען בנוגע די רעגולאציעס, און די מוסדות האבן זיך זעלבשטענדיג ערקלערט אז זיי גייען פייטן די רעגולאציעס אויף א אנדערע סארט צוגאנג, דהיינו זיי גייען נישט מיטארבעטן מיט די סדר החינוך פון COMMON CORE
דאס איז נתפרסם בראש כל חוצות די הודעה.