אדמו"ר הגה"צ מאמשינוב בלייבט נישט "ליגן מיט די סחורה"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

אדמו"ר הגה"צ מאמשינוב בלייבט נישט "ליגן מיט די סחורה"

הודעהדורך העניך » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:20 am

מ'זאגט א ווערטל אז א איד האט אינוועסטירט אין א בית זונות, און האט געזאגט, "ממה נפשך, אז כ'וועל מצליח זיין איז דאך גוט, אז נישט, וועל איך העכסטנס בלייבן ליגן מיט די סחורה."

איינער פון די וועגן וויאזוי אדמו"רימ'לעך, רבנים, און זייערע קינדער און קינדס-קינדער פילן זיך אן זייערע טאשן, איז דורך עפענען מוסדות און שנארן פאר די מוסדות מיליאנען איבער דער וועלט. פארשטייט זיך אז דורכאויס די קאמפיינס שניידט מען אראפ פאר זיך א גוט ביסן צו קענען לעבן בהרחבה. אבער די לאטערי קומט נאך עטליכע יאר ווען מ'שפארט צו דעם מוסד, און "מ'בלייבט ליגן" מיט די ריעל עסטעיט וואס איז באצאלט געווארן דורך נדיבים בעם. געווענליך פארדונגען זיי די בנינים פאר אנדערע מוסדות, און דאס געלט פלוסט אריין אין די טאשן פון די בני משפחה, אויפ'ן חשבון פון די נדבות וואס אידן האבן געגעבן פאר דעם אריגינעלן מוסד.

פארשטייט זיך אז דאס איז א שרעקליכע קארופציע, און אין יעדער ציוויליזירטער געזעלשאפט איז דא א חשבון אויף אזעלכע זאכן, און מ'קען נישט אזוי פרעך גנב'ענען פון א ציבור. נישט ביי אונז, פארשטייט זיך. ווייל וויאזוי קען מען דען ערווארטן אז מ'זאל מאכן תקנות לטובת הציבור, ווען די איינציגסטע וואס האבן דעם רעכט צו מאכן תקנות זענען אט די קעגן וועמען די תקנות דארפן געמאכט ווערן? דער רבישער קלאס איז א גרופע וואס קיין שום באגרעניצונגען ווערן געמאכט פאר זייערע אויפפירונגען, ווייל דאס איז דער זעלבער קלאס וואס האט דער איינציגסטער רעכט צו מאכן תקנות. און אוודאי וועלן זיי נישט זיך אליין שטערן צו מאכן א חיים טובים.

אבער אין א וועלט וואו ווען א רבי קראסט אריבער א אינגל דער גאס איז דאס א חידוש וואס ווערט באשריבן אין דער מידיא, דארף מען ארויסהייבן ווען א רבי איז באמת א מורם מעם, און טוט וואס איז ריכטיג עפ"י יושר וצדק אפילו אויב אלע אנדערע אין זיין קלאס זענען איינגעטונקען אין קארופציע ביז איבער דער נאז.

עס איז געווען באריכטעט איבער א דין תורה וואס האדמו"ר הגאון הצדיק מאמשינוב שליט"א האט געהאט מיט די קינדער פון א נדבן וועלכער האט מנדב געווען א בנין פאר אן אמשינובער תלמוד תורה אין תל אביב. דער רבי האט געהאלטן אז היות דער תלמוד תורה עקזיסטירט שוין נישט, טאר ער מער נישט אנהאלטן דעם בעלות איבער דעם בנין. די יורשים האבן אבער נישט געוואלט צוריק איבערנעמען דעם בנין. ווארשיינליך האט דער רבי געהאלטן אז אפילו אויב די יורשים ווילן אז ער זאל עס אנהאלטן, בלייבט אויף אים דער פליכט צו נוצן דעם בנין כדי ער זאל אליין מאכן דערין א תלמוד תורה, ווי עס איז געווען די כוונה פונעם נדבן, און ער האט נישט געהאלטן דערביי.

ווי באריכטעט, האט דער רבי אויסגעפירט, און די יורשים האבן צוריקגענומען דעם בעלות פון דעם בנין.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 420
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2172 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 12:58 pm

נאך אחשורוש האט אויסגעקליבן אסתר צו זיין די נעקסטע קעניגן, שטייט צוויי פסוקים דערנאך "ובהקבץ בתולות שנית...". איז דאך זייער שווער, מ'האט דאך שוין געטראפן א נייע קעניגן, צו וואס פעלט נאך אויס די גאנצע בתולות אפאראט? נאר די ענטפער איז אז איינמאל מ'האט אן אוועקגעשטעלטע ארגאניזאציע וואס ברענגט אריין געלט פארמאכט מען עס שוין נישט....
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2675
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1697 מאל

Re: אדמו"ר הגה"צ מאמשינוב בלייבט נישט "ליגן מיט די סחורה"

הודעהדורך צפור בודד » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 1:18 pm

האט איר אפשר מער פרטים? אויב די מעשה איז אמת איז עס טאקע להפליא נאר ס'איז שווער צו גלייבן אז יורשים זאלן גיין אין דין תורה אויף נישט צוריקצונעמען א געביידע.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
צפור בודד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

Re: אדמו"ר הגה"צ מאמשינוב בלייבט נישט "ליגן מיט די סחורה"

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:05 pm

טאקע אינטערעסאנט, אזא מעשה פאסט ענדערש צו דערציילן אויף א יעקישע אשכנזשע אידל ווי אויף אן כ"ק אדמו"ר.
איז אפשר דער זעלבער אמשינאווער וועם @שש משזר (ז"ל) האט דא אזוי שיין באשריבן מיט יארן צוריק?? אויב יא, האט דאך דער @שש משזר א גוטן שמעק
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1327 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 3:30 pm

אין א דור ווען רביס און רבנים הרגנ'ן זיך ארום אין קארט און אין בית דין איבער נעמען, ריעל עסטעיט און בתי חיים, איז דערפרישנד צו ליינען אזא מעשה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2822
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6472 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 4:06 pm

איך וויל געבן א לייק פאר'ן רבי'ן, וועט @העניך מוזען דאס אפנעמן במקומו.

חמרא דמרא טיבותא לשקיא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8681
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך גדליה » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 4:27 pm

יישר כח. פאסט טאקע פאר אמשינאווע רבי זאל זיין געזונט. פין ווי קומט די געשיכטע?
אגב, קומעדיגע מאל ס׳דא אזא דין תורה וואס קיינער וויל נישט א בנין ביטע זייטזשע אזוי גיט און זייט מיך מודיע באצייטענס ווארום כ׳וואלט גרינג געקענט אויסארבעטן א פשרה אזוי אז ביידע צדדים זאלען אויספירען.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1040
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

Re: אדמו"ר הגה"צ מאמשינוב בלייבט נישט "ליגן מיט די סחורה"

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 1:25 pm

איך מיין להלכה גייט דער געלט נישט צוריק צום נדבן, נאר מ׳דאאף עס נוצען פאר א חדר. ווענדט זיך אויף די פרטים פון די נדבה, ווייל אויב יענער האט געמיינט דער רבי׳ס תועלת, וועט דאס נישט העלפן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8681
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:01 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וויל געבן א לייק פאר'ן רבי'ן, וועט @העניך מוזען דאס אפנעמן במקומו.

חמרא דמרא טיבותא לשקיא

און פאר מיר אליין קומט נישט קיין לייק פאר'ן אראפשרייבן די מעשה?
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 420
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2172 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:02 pm

איך האב געהערט די מעשה פון א חבר, אבער יעצט זוכנדיג פאר א מקור, זע איך אז ס'איז נישט ממש געווען א דין-תורה, נאר א טענה'ריי אזא. אויך איז עס נישט געווען אין תל אביב, נאר אין בית וגן.

https://www.bhol.co.il/news/1024411
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 420
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2172 מאל

הודעהדורך קלונימוס » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:42 pm

על זה המשקל האב איך פונקט לעצטנס געהערט צוויי פארקערטע פעלער, איינס איז רב וואלנער דער ר"י פון נתיבות התלמוד אין ב"פ רב וואלנער וואס האט פארקויפט די בילדונג פון זיין ישיבה און די בנין פון זיין סקול פריוואטערהייט און זיי ביידע זענען מנודב געווארן אין גרויסן טייל דורך יונתן שטראססער און צווייטנס איז דער קלויזענבורג'ער רבי פון בפ וועלכער האט לעיטלי פארקויפט די קעמפ פון די קהילה מחנה קיץ אין מאנטיסעלאו פאר יהושע נחמן בערגער'ס ישיבה און די מיליאנען האט ער משלשל געווען לתוך קופתו און אגב אז מ'רעדט שוין פונעם מחנה קיץ איז אינטערסאנט אנצומערקן אז פאר יארן לאנג איז געווען דארט אן האטעל און די אלע געלטער האט אויך געמאכט נישט קיין צווייטער ווי דער רבי אליין
קלונימוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:21 pm

זעהט אויס אז איר זענט נישט אזוי באקאנט מיט די טעכנישע הלוך ילך אין קלויזנבורג. אין קלויזנבורג האט די רבי גארנישט פריוואט, אלעס איז הקדש, די רבי איז פשוט אין קאנטראל פון די הקדש. ס'איז אביסל שווער פאר סתם עמך אידן עס צום פארשטיין, ווייל אויבן אויף זעהט עס אויס ווי די רבי פאטשקעט מיט הקדש פאר זיינע פרטיות'דיגע צרכים. אבער די וואס פארשטייען ווייסן אז די רבי האט סייוויסיי נישט קיין שום הנאה פון די דאזיגע עולם הזה.... ממילא איז עס יא הקדש.... בקיצור, ווער ס'פארשטייט נישט האט עס ארויס.....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1853
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט