דורך yerushalmi » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:39 pm
א גוטן
איך וויל זיך מיט דיר אביסל אויסשמועסן, און דיר מעורר זיין עטליכע נקודות וואס איז וויכטיג דו זאלסט נעמען אין אכט.
צוערשט, בתוך עמי אנכי יושבת. גענוי אזוי ווי אנדערע הונדערטער שלומי אמוני ישראל אשר לא כרעו לבעל, האב איך מיטגעהאלטן מיט שפאנונג די אנטוויקלונגען במשך דעם וואך. די אסיפות, און דערנאך דער קול קורא. אבער איך בין ארויס זייער צעטראסקעט. מיר האבן גאר א גרויסן טעות אינעם צוגאנג. במשך דער וואך האט געהערשט א גרויסע אנגעצויגנקייט איבער דער אויסגאנג פון די אסיפות און החלטת הדיינים פון סאטמאר, און מיר האבן געהאפט אז ס'וועט נישט זיין מעשי שטן יצליח. דער אויבערשטער פארלאזט נישט די וועלכע מיינען דאס אמת'דיג.
צוליב דעם האט מען מפרסם געווען שמועות צו בארואיגן דעם ציבור, אז ר' חיים דוד כ"ץ וויל נישט אונטערשרייבן, ר' זלמן לייב פילאף איז קעגן קאממאן קאור און וויל נישט הערן פון גארנישט כו', ס'האט זיך באמת געדאכט אז זיי וועלן מיאוס דורכפאלן מיט דעם גאנצער ענין, און דאס האט גאר שטארק בארואיגט אונזער ציבור.
דאס איז אבער געווען א שרעקליכער טעות, און אין א געוויסער זין געברענגט א דערשלאגנקייט בתוך מחנינו. ווען מ'הייבט אויף די ערווארטונגען און עקסייטמענט, און דערנאך קומט אזא פראסק, קען מען זיך דערפון נישט ערהוילן. דאס איז דער נאטור פון א מענטש. איך פארשטיי אז דורכאויס די צוויי טעג בעפאר דער קול קורא איז ארויסגעקומען, איז מען געווען זייער אנגעצויגן, און מ'האט געוואלט
בארואיגן דעם ציבור, אבער דאס איז ווי א סלינקי, ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש, האט דאס געגעבן אזא שפרינג אויף צוריק, און מיר האבן געכאפט דערפון אזא מין פראסק, איך קען זיך נישט באווייזן דער פנים פאר די חברה מיט וועמען איך בין זיך כסדר מתווכח. דאס איז געווען א היסטארישע טעות, און מ'דארף זיך לערנען פאר'ן עתיד.
אונזער ציבור איז געשטאנען נעכטן א גאנצן טאג אויפ'ן פאון און יעדע צוויי מינוט גערופן חומת הדת צו הערן אויב ס'איז דא עפעס נייעס איבער דעם, אביסל צו בארואיגן דעם ציבור, אבער נעכטן האסטו גארנישט גערעדט איבער דעם. ס'האט נאכמער צעקלאפט דעם ציבור. דער אינטערוויו פון ליל ששי איז גאנץ פיין, אבער ס'טוישט נישט קיין סך בגוף הענין, ס'טויג נישט אזוי. מיר ברויכן זיך מער אנגארטלען און אויסארבעטן א בעסערע סטראטעגיע.
נאך א גאר וויכטיג נקודה. מיר האבן גענומען א מהלך צו אראפשטעלן דער בילד ווי עס שפילט זיך אפ נאך א פאבליק סקול פרשה, מ'צווינגט רבנים, מ'איז מתיר מיט בלינדע אויגן כו'. דער מציאות איז אבער אז דער עולם קויפט דאס זייער שוואך, און לדעתי איז דאס צוליב עטליכע סיבות. צוערשט, זייט דער גאנצער פרשה האבן זיי נאכנישט געטון קיין איין ווילדער שריט, נישט גע'רודפ'ט קיין איינער פון די אוסרים, זיי האבן נישט מבטל געווען דער שיעור פון ר' ישעי' ווייס זונטאג אין ראדני, זיי האבן געלאזט ר' מנשה פילאפף און ר' ישעי' רעדן תשעה באב, אין די סאמע אנגעצויגנסטע טעג פונעם מערכה, זיי האבן נישט קיין ברעקל ענג געמאכט פאר ר' יואל מענדלאוויטש אין בלומינגבורג, אויף זייער האטליין האבן זיי ניטאמאל איין מאל גערעדט קעגן איינעם, נישט פארדאמט און פארשריגן. האמת אגיד, איך וואלט זייער שטארק געקענט באשטיין זיי זאלן יא טון אזעלכע שטיק, ווייל דאס איז א טייל פון סוקסעס פון א מערכה, אבער זיי האלטן זיך מיט א זעלטענע גבורה און געבן יעדן דעם גאנצן כבוד.
לעומת זה מאכן מיר יא א גאר שטארקע טעות אין דעם הינזיכט, וואס דאס געבט אפי' דעם אנבליק ווי מיר וואלטן ווען געווען ווי טעראריסטן תשנ"ה. איך שעם זיך צו זאגן, אבער פון אונזער זייט הערט מען נישט אויף טעראריזירן די אנדערע חברה, מ'הערט נישט אויף באשמוצן משה דוד נידערמאן פערזענליך, מ'מאלט אים אראפ ווי א מין און כופר בעיקר וואס וויל אראפפירן כלל ישראל, מ'פראטעסטירט פארנט פון זיין הויז גענוי ווי די קרית יואל סטודענטן פלעגן טון פארנט פון די הייזער פון בני יואל אין קרית יואל. מ'האט שוין עטליכע מאל נאכגעשריגן רבנים, ווי ר' ברוך נתן הלברשטאם כו', וואס עטליכע האבן מיר געפרעגט, "דאס וואס מ'האט געטון מיט ר' יואל'יש פאר 25 יאר צוריק טוען מיר יעצט פאר אנדערע רבנים? ווייל ער האלט אנדערש ווי אונז?". און וואס זאל איך ענטפערן? אויף חומת הדת האמערט מען די 'נערים המנוערים מן המצוות', בזמן וואס זיי האבן קיין שלעכט ווארט נישט געזאגט אויף אונזערע רבנים. מיר ברויכן זיך האלטן אלס נרדפים און נישט ווי רודפים, און אויב זענען זיי נישט קיין רודפים זאלן מיר כאטש נישט זיין.
זאת ועוד, איך ווייס נישט ווער ס'איז זייער קאפ, אבער זיי האנדלען זעלטן קלוג. דער פאקט אז זיי האבן אראפגערופן דוד לייב לעפקאוויטש, ווייזט אז זיי זענען נישט געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט, נאר האבן געהערט וואס דער ראש הלוחמים האט צו זאגן. דו האסט אויפן טעלעפאן ליין געברענגט אז מ'האט אים נישט געלאזט אויסרעדן, אבער די אלע וואס זענען דארט געווען זאגן אז ער האט גערעדט ביז'ן סוף, און מענטשן האבן נישט געקויפט אונזער ווערסיע, נאר ס'האט מער אויסגעזען ווי א וועג פון פארלוירנקייט. און בעיקר ווייס איך נישט וואס צו ענטפערן אויף דער פאקט אז ער האט דארט אויפגעברענגט עטליכע זאכן וואס בלויז יענס האבן זיי געהאט דערין ספיקות און זיי האבן אים געבעטן ער זאל ברענגען דערויף פרוף און דאקומענטן, אבער ער האט דאס נישט געברענגט. ס'קויפט זיך זייער שווער דער שפריכווארט 'פאבליק סקול' בלויז צוליב דער פאקט אז ס'איז ארויסגעקומען א קול קורא, בו בזמן וואס מיר האבן זיי נישט געקענט צושטעלן דעקונג אויף אונזערע טענות. וויפיל איך הער פון מענטשן איבער זייער קול קורא, טענה'ן זיי אז ס'איז נאך כמעט נישט געווען א נושא וואס מ'האט זיך געזצט אויף אזויפיל אסיפות, אויסגעהערט ביידע זייטן, געברענגט מומחים, מנהלים און ענגליש פרינציבאלס, און האבן אריינגעלייגט צוויי וואכן פארש ארבעט. דער עולם קויפט דאס נישט.
נאך א נקודה, וואס איך האלט אז דאס איז איינס פון די סיבות פונעם דורכפאל פונעם מערכה, אז מיר ברויכן אנהויבן ברענגען אויף חומת הדת מענטשן וואס מענטשן טראסטן און זענען מקבל וואס זיי זאגן, און ווערן געהאלטן אלס אנשים נאמנים. אנדערש ווערט דאס זייער שווער מקובל על הלב אפי' ביי אונזער ציבור. טראכט אריין דערין, וועסטו זען אז ס'איז ממש פון די גאר וויכטיגע פונקטן, און מ'ברויך דאס שנעל מסדר זיין לתועלת הענין. עטליכע האבן מיר דאס שוין מעורר געווען, צווישן זיי הערשל, און ס'איז א שטארקע פוינט.
נאך א זאך וואס מענטשן ווארפן פאר איז, אז בזמן הפאבליק סקול איז געווען רבנים גדולי עולם וועלכע האבן געשאקלט א וועלט, קאשוי רב זצ"ל, מאנטיווידעא רב זצ"ל, וויזניצער רבי זצ"ל, שארמאשער רב זצ"ל, ויבלחט"א קארלסבורגער רב שליט"א ועוד. לעומת זה שטייען מיר כהיום מיט א הייפעלע צאל רבנים וועלכע טראגן כמעט נישט קיין גרויסער געוויכט ביים ציבור. די גרויסע רבנים וועלכע וואלטן געדארפט ביי אזא הארבע ענין שטיין און קאכן שטייען שטיל, א שטייגער ווי יאוואזשנע רב, וואס ס'הייסט אז ער האלט אז דאס איז נישט קיין פראבלעם. פון צווישן די קאשוי ברידער ווייסט יעדער אז ר' אברהם שלמה שטעלט אין שאטן זיינע ברודער בהשכל ובדעת, און איז דאס מערסטע באהאווענט אין אזעלכע אנגעלעגנהייטן פון אלע יארן. און אפי' דער ברודער ר' אהרן יהודה דער רב פון וויליאמסבורג שול, לאכט אויך דערפון.
אין אלבאני ביים פראטעסט האב איך באטראכט דעם אויבן אן מיט נאך עטליכע יונגעלייט, מיר האבן אינאיינעם נישט געקענט אידענטיפיצירן מער ווי האלב אויבן אן, און יעדער פריוואט האט נישט דערקענט מער ווי 2 רבנים פונעם אויבן אן. די בזיונות איז געווען עד לב השמים. די חברה ווערטלען זיך שוין אויף אונזער חשבון, אז דער פראטעסט האט גאר אסאך אויפגעטון, ווייל מ'האט געוויזן פאר די רעגירונג אז זיי דארפן נישט זיין באזארגט אז דער היימישער עולם איז נישט עדיוקעיטעד און קען זיך נישט מסדר זיין מיט קיין פרנסה, ווייל ס'איז נישט פאראן מער ווי הונדערט ארבעטסלאזע אידן צווישן דעם חרדי'שער ציבור...
ועוד רגע אדבר, לגוף הענין פון קאממאן קאור, איך ברענג דיר נאך א שטיקל וואס איינער האט געשריבן, איך וויל יענעם אפענטפערן, ביטע שיק מיר אריין וואס צוריקצושרייבן. וז"ל:
"די קריטיקעל טינקינג כפירה שרייבן זיי איז באשטעטיגט געווארן דורך 2 חוקרים וועלכע האבן דורכגעפירט קראנטע שטודיעס, און די רעזולטאטן זענען געווען אז קריטיקעל טינקערס זענען קלענערע מאמינים ווי די נישט קריטיקעל טינקערס.
די 2 שטודיעס זענען באשטאנען פון דאס פאלגענדע, מען האט גענומען 2 גרופעס גוים, פון די זעלבע בעקגראונד מער ווייניגער. אין די ערשטע שלב האט מען זיי געגעבן צוזאמצושטעלטע פראזן פון עטליכע צעווארפענע ווערטער א שטייגער ווי 'פליגער', 'לופטן', פליען', 'די', 'אין', און דער מענטש דארף מאכן א סענטענס דערפון, לדוגמא 'פליגער פליען אין די לופטן'. פאר איין גרופע האט מען געגעבן גרינגערע ווערטער א שטייגער ווי האממער, שיך, וכדו', און פאר'ן צווייטע גרופע מער טיפערע ווערטער, א שטייגער ווי 'סיבה', 'אנאליז', און די רעזולטאטן זענען געווען אז די צווייטע גרופע האבן אויסגעדרוקט ווייניגער אמונה ווי די ערשטע.
די צווייטע שטודיע וואס איז דורכגעפירט געווארן איז ווי פאלגענד, מען האט גענומען 2 גרופעס און זיי געגעבן א טעסט מיט שאלות צו ענטפערן איבער זייער צושטאנד אין אמונה, די בחינות זענען געווען געפרינט אין 2 פארומ'ס, פאר גרופע 1 איז געווען געפרינט אין א שיינע פאנט, און פאר גרופע 2 אין מער אן אלטמאדישן פאנט וועלכער קומט אן שווער צו ליינען, און פארלאנגט מער מחשבה און קריטיקעל טינקינג צו דערגיין וואס עס שטייט, און וואונדער איבער וואונדער, די גרופע 1 האבן אויסגעדרוקט מער אמונה ווי גרופע 2, צוליב דעם קומען די חוקרים צו, אז 'קריטיקעל טינקינג' ברענג צו פארלירן אמונה, ותשקוט הסערה, היש לך חוכא וטלולא גדולה מזו?
באמת אין לך ליצנות גדולה מזו צו אפי' זיך אריינלאזן אפצופרעגן די זינלאזע רייד, אבער מילין לא נוכל לעצור, אז לפי זה די אלע עלטערע יודן וואס קענען נאכנישט זיך צו געוואוינען צו די נייערע גמרות, און לערנען אין די אלטע פארצייטישע (קריטיקעל טינקינג) גמרות פון דפוס אחים ואלמנה ראם, זענען בסכנת כפירה ואפיקורסות יעדן טאג רח"ל, און באמת וואלט געווען א דבר גדול מאוד, צו מעורר זיין די אומסוויסנדע ציבור איבער די געפערליכע גזירה וואס הויערט אויפ'ן גאנצן עלטערן דור, פון קריטיקעל טינקינג".