קהילת סאטמאר האט באקומען א הנהגה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

קהילת סאטמאר האט באקומען א הנהגה

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:56 pm

איינע פון די טשעט שרייבער פרייען זיך אז ב"ה רבי זלמן לייב'ס קהילה האט באקומען הנהגה:

מורי ורבותי היינט איז דאס געשעהן!

די יעצטיגע פרשה האט זיך אנגעהויבן גענוי ווי די סקול דיסטריקט פרשה און עס איז אזוי געפארן ביז דעם בריוו. עס איז נישט משיג צו זיין דעם רבי'נס חכמה, זיין טיפע מח, ווי אין אזא שטורמישע צייט ווען עס ברענט א פייער, און עס וואלט געווען הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן ארויסצוטרעטן בחרב וחניץ קעגן די מחרחרי ריב, און דערמאנען אינעם בריוו שארפע לשונות קעגן די חומת הדת וכל הנלוים עליהם. קומט ארויס א בריוו, מיט א פשוט'ע פסק הלכה אויף א הלכה'דיגע נושא, ווי עס וואלט ווען געווען א שאלה ותשובה בענין אפשיילן בענענעס אום שבת. דער בריוו האט זיי אפגעהאקט די הענט און די פוס! און דאס זעלבע אין דער איד איז שטיל פון קיין שום העצעריי קעגן די חברה, מען דערמאנט בין הפרקים אבער נישט אלס א קאמף און א מערכה, פשוט להבהרת דברים לידיעה בעלמא...

און דא ווערט דער חילוק פון סקול דיסטריקט און קאמאן קאור!

סקול דיסטריקט האט ווי דערמאנט זיך אנגעהויבן מיטן זעלבן נוסח, די אוסרים זענען ארויסגעקומען מיט פייער אז סאטמאר ווערט גוים, פונקט ווי די היינטיגע אוסרים קומען ארויס מיט א פייער אז קאמאן קאור איז כפירה מינות וכו' וכו', און היות אזא מערכה איז דאך קעגן די הנהגה, און מען וויל צוברעכן די הנהגה, וואס דאס איז א געפערליכע זאך (און דאס איז באמת טאקע א געפערליכע זאך) האט די הנהגה אנגעהויבן פייטן פאר איר עקזיסטענץ, און די אוסרים האט מען מחרים געווען אז זיי ווילן אלעס צוברעכן, און זיי האבן טאקע געוואלט... אבער טאקע די מערכה האט זיי געגעבן צו עסן פאר לאנגע יארן, דאס האט זיי געגעבן לעבן, דאס האט זיי געגעבן שטאף, און די מערכה איז געגאנגען מדחי אל דחי, און די תוצאות זענען געווען זייער אומבאטעמט, און דאס מערסטע האט לכאורה געליטן טאקע די הנהגה אליינס.

דער פארוואנדלען א פייער פון קעגן די הנהגה אין א פשוט'ע הלכה שאלה, נעמט ארויס דעם מארך פון זייערע ביינער נאך מער ווי די שארפסטע קול קורא, אנשטאט צו גיסן אויל צום פייער, און צינדן די געמיטער, האט מען אוועקגענומען דעם אויל, דער פייער האט נישט מער וואס צו טרינקען, און צוביסלעך וועט דאס אויסגיין, ולא נודע כי בא אל קרבנה.

און אפי' עטליכע רבנים האבן יא מיט זייער ריתחא דאורייתא געוואלט ארויסטרעטן קעגן די נערים המנוערים, האט אבער דער געטרייער מנהיג ישראל ברוב חכמתו, ברוב בינת חקר לבבו, פארקירעוועט די פרשה מצדו אלס א הלכה פראגע.

דאס צו טוהן דארף מען זיין זייער א גרויסער מח שליט על הלב, נישט צו ווערן איבערגענומען פון א מצב, און האלטן דעם קאפ גראד, נישט צו ווערן פארכאפט אינעם פייער וואס ברענט, נאר צו האבן א העכערן בליק, און אנקוקן די זאך פונדרויסן.

דאס הייסט א גרויסער מענטש!

און בלייבן שטיל איז אויף נישט קיין עצה, ווייל ווען די וועלט ברענט דארף די הנהגה נעמען עקשאן, הנהגה דארף זיין. ווען עס איז דא מערערים ובתוכם פארשידענע רבנים, און צווישן ציבור א שטארקע מיינונג אז דא פאסירט א איבערגאנג אין סאטמאר פון ארטאדאקסיע צו נעאלאגיע רח"ל, טאר די הנהגה נישט בלייבן שטיל, מען דארף זיך באפאסן דערמיט. יא! מיר האבן א רבי'ן ואתו עמו כל רבניו ודייניו, וועלכע 'זיי' געבן ארויס דעם פסק דין תורה וואס 'דאס' איז אונז מחייב על כל צעד ושעל.

און אין א באזונדערע נקודה איז א שמחה גדולה פאר יראי ה' אז עס איז געווארן א התעוררות ביי אנ"ש צו די וויכטיגקייט פון 'הנהגה', צו די טראסט וואס מען דארף האבן צו 'ערליכע' הנהגה, און פון דעם חורבן נורא וואס קען ארויסקומען ווען מען איז נישט כפוף תחת מרותם של גדולי ישראל.

יחידים קענען נישט זאגן קיין מיינונגען און בויך סברות אפי' זייער האבן זייער פרומע קישקעס. אידישקייט איז נישט געבויעט אויף פרומקייט, אידישקייט איז אויסדרוקלעך נאר 'תורה', און נאר א דעת תורה קען זאגן וואס די 'תורה' זאגט. איינער שלא קרא ולא שימש ת"ח קען 'נישט' זאגן קיין דעת תורה, א איד וואס איז א בעה"ב און גייט צו דער ארבעט אגאנצן טאג און אפי' ער האט א שיעור קבוע חק ולא יעבור יעדן טאג קען 'נישט' זאגן קיין דעת תורה!! אויסדרוקלעך נישט! א דעת תורה פארן ציבור קען נאר זאגן איינער וואס קען תורה און האט א אחריות פון א ציבור ערליכע אידן. פארשטייט זיך ווען ער איז ערליך...

און נאר דאס האלט אידישקייט, בימי קדם בזמן שבית המקדש היה קיים, איז געווען אזא הנהגה אז נאר, אוי איז געווען הנהגה, ווען מען האט איינעם געכאפט ביי די מעשה און זיך מקיף געווען פאר ראשו (געשוירן די פאות) האט מען אים געטראגן צום בי"ד און געגעבן 39 שמוץ, אוי איז געווען א אימת הדין...

און אפי' שפעטער בימי גלותינו איז אויך געווען פארשידענע עונשים וואס בי"ד האט געגעבן פאר אידן וואס האבן זיך געפירט שלא כהוגן, מען האט אריינגעלייגט אין אזא קעידזש ביים אריינקום פון ביהמ"ד און יעדער האט געשפיגן אויף אזא איינעם... מען האט געלייגט אין חרם, און נאך פארשידענע 'קאנטראל' וואס רבנים האבן געהאט צו 'קאנטראלירן' אידישקייט.

מיר זעמיר היינט אין א דור שפל! רבנים האבן נישט קיין קאנטראל, דאס איז א גרויסע צרה, אויף דעם האט דער רבי געוויינט!

דערפאר, ווען דער כח פון ערליכע הנהגה ווערט עטוואס געשטארקט, און עס ווערט א התעוררות ביי ערליכע אידן בקרב קהלתינו צו זיין כפוף תחת דעת רבינו ובית דינו, איז דאס א גרויסע שמחה פאר ערליכע אידן! מיט אזא כח וואס דער ציבור גיבט פאר די רבנים, מיט אזא 'טראסט' וואס דער ציבור גיבט פאר אונזערע רבנים, וועלן אונזערע רבנים בעז"ה האבן א שטערקערן כח צו מתקן זיין תקנות צו בויען אידישקייט, צו פארשטערקערן דעם אמת'ן 'חומת הדת' לנו ולבנינו עד ביאת גואלינו!

ויה"ר שישיב ה' את שופטינו כבראשונה, והסר ממנו יגון ואנחה, ומלוך ה' אלוקינו לבדיך בירושלים עיר קדשיך בקרוב בימינו.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2161
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

Re: קהילת סאטמאר האט באקומען א הנהגה

הודעהדורך גראף » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:04 pm

אזא לץ.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 863
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 681 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 484 מאל

הודעהדורך הדסים » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 4:44 pm

גראף האט געשריבן:אזא לץ.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


Without a winking smiley, you can not differentiate parody from a genuine extremist
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron